אָט איז אַ געשמאַק, פּאַרעווע בײַ־געריכט צו באַגלייטן אַ פֿליישיקן מאָלצײַט:
1-1/2 פֿונט (680 גראַם) סטרוטשקעס, צעשניטן אויף דער העלפֿט
שפּריצבוימל
1/2־1 טעפּל צעשניטענע שוועמלעך
3 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
אַ לעק קאַיען־פֿעפֿער
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
2 לעפֿל מעל
3/4 טעפּל יויך
1 לעפֿל שערי אָדער אַן אַנדער ווײַן
3/4 טעפּל סויע־מילעך
1/2־1 רעפֿטלעך ראַזעווע ברויט
1 לעפֿל מאַרגאַרין
1 גרויסע ציבעלע, דין גערעפֿטלט
הייצט אָן דעם אויוון אויף 425 גראַד (218 צעלזיוס).
קאָכט אָדער פֿאַרפּאַרעט די סטרוטשקעס בערך 6 מינוט לאַנג. זופּט אָפּ דאָס וואַסער און באַשפּריצט די סטרוטשקעס מיט קאַלט וואַסער, כּדי אָנצוהאַלטן דעם גרינעם קאָליר.
באַשפּריצט אַ גרויסע פּאַטעלניע מיט שפּריצבוימל און פּרעגלט אָפּ די שוועמלעך, קנאָבל, קאַיען־פֿעפֿער, זאַלץ און פֿעפֿער, ביז די שוועמלעך ווערן ווייך. מישט דאָס מעל אַרײַן אינעם יויך, גיט צו דעם שערי און סויע־מילעך און גיסט דאָס אַלץ אַרײַן מיט די שוועמלעך. קאָכט די שוועמלעך אויף אַ קליינעם פֿײַער, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט, ביז ס׳ווערט געדיכט — בערך 8 מינוט. גיט צו די סטרוטשקעס.
צעברעקלט די רעפֿטלעך ברויט, מאַרגאַרין, און זאַלץ און פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק) אין אַ שפּײַזמאַשין.
באַשפּריצט אַ בעקן מיט שפּריצבוימל, גיט אַרײַן דאָס סטרוטשקע־געמיש, און באַשפּרענקלט עס מיטן ברייזל (ברויט־קרישקעס) און געפּרעגלטער ציבעלע. באַקט עס 20 מינוט, ביז עס ברוינט זיך צו אַ ביסל.