די פֿאַרקילונג פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, צוליב וועלכער עס איז געוואָרן אָפּגערופֿן הײַנטיקע וואָך זײַן נסיעה קיין בערלין, האָט אים געשאָנקען אַן אָטעם־פּויזע אין דעם סאַמע פֿיבערדיקסטן צײַט־אָפּשניט אין די נײַן חדשים פֿון זײַן פּאָליטישן "טראָגן", זינט ער האָט איבערגענומען די מאַכט.
אין בערלין האָט בנימין נתניהו געזאָלט זיך טרעפֿן מיט דער קאַנצלערין פֿון דײַטשלאַנד, אַנגעלאַ מערקעל, וועלכע איז הײַנט־צו־טאָג, אין דער תּקופֿה פֿון נתניהו, דער איינציקער דעקלאַרירטער אָנשפּאַר פֿאַר מדינת־ישׂראל אין אייראָפּע. דאָרט האָט אויך געזאָלט אָפּגעהאַלטן ווערן אַ געמיינזאַמע זיצונג פֿון די רעגירונגען פֿון ישׂראל און פֿון דײַטשלאַנד.
לצים זאָגן, אַז די פֿאַרקילונג איז אים געקומען פֿון דעם צוגווינט, וואָס האָט אָנגעהויבן בלאָזן פֿון וואַשינגטאָן און האָט אַרומגענומען די לענדער פֿון אייראָפּע, וווּ די פּאָליטישע אַטמאָספֿער לגבי ישׂראל איז הײַנט, זינט נתניהו האָט איבערגענומען די מאַכט, אַ קאַלטע. די פֿענצטער האָבן זיך דאָרט צעעפֿנט מיט וואַרעמקייט אין דער ריכטונג פֿון דער "בוקאַטאַ" אין ראַמאַלאַ, וווּ עס נעסטעט די אָנפֿירונג פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ בראָש מיט אַבו־מאַזען, דעם פּרעזידענט פֿון פּל״אָ און פֿון דער אינסטאַנץ, דעם יורש פֿון אַראַפֿאַטן.
פּאָליטיק איז נישט קיין איינפֿאַכע באַשעפֿטיקונג און עס איז נישט לײַכט צו געפֿינען פֿאַר איר די געהעריקע קאַטעגאָריע: זי איז אַלמעכטיק און הערשט איבער אַלץ און אַלעמען, איבער דעם גורל פֿון מענטשן און פֿון מדינות. זי איז ראַפֿינירט און פֿילזײַטיק און דרינגט אַרײַן אין אַלע ווינקעלעך און קעמערלעך פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. זי הערשט אַפֿילו איבער די מוחות, אַזוי ווי איבער די שטאַרקסטע באַוואָפֿנטע כּוחות, קעגן וועלכע זי איז סײַ מעכטיק און סײַ אוממעכטיק. כאָטש זי האָט נישט, געוויינטלעך, קיין גוטן נאָמען און אַ סך מענטשן ווילן פֿון איר נישט וויסן און טרייסלען זיך אָפּ פֿון איר — קען זיך אָבער די וועלט און די מענטשהייט אָן איר נישט באַגיין. פֿון איר איז אָפּהענגיק צי עס וועט זײַן מלחמה אָדער שלום און ווי אַזוי עס זעט אויס און ס’וועט אויסזען די וועלט.
צוזאַמען מיט די אַלע שיינע שטריכן און מיאוסע זיטן, און נישט געקוקט אויך אויף איר מעכטיקן "פּאָליטישן כּוח", האָט די פּאָליטיק זיך אויך אײַנגעקויפֿט אַן אָרט אינעם היכל פֿון קונסט — ווײַל זי ווערט באַצייכנט ווי "די קונסט פֿון דעם מעגלעכן". באַזונדערס האָבן נישט קיין גוטן נאָמען די וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט איר, דהײַנו — די פּאָליטיקער, וואָס האָבן מיט זייערע מידות פֿאַרוואַנדלט די פּאָליטיק שיִער נישט אין אַן אַקראָבאַטישער קונסט.
פּאָליטיק איז אָבער אויך אַ ווירוס, פֿון וועלכן מ’קאָן זיך לײַכט אָנשטעקן, און פֿון דאַנען נעמט זיך אויך דער באַגריף "פּאָליטישע קראַנקייט".
דער דאָזיקער באַגריף איז אין דעם פֿאַל, קענטיק, נישט חל אויף נתניהו, וועלכער האָט, זעט אויס, זיך פֿאַרקילט אויף דער זשורנאַליסטן־קאָנפֿערענץ אין אילת, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן, לויט דער יערלעכער טראַדיציע, דעם 29סטן נאָוועמבער פֿאַר די זשורנאַליסטן צום יאָרטאָג פֿון דעם היסטאָרישן באַשלוס פֿון דער "יו־ען" וועגן דער צעטיילונג פֿון ארץ־ישׂראל — פּאַלעסטינע אויף צוויי מדינות — פֿאַר ייִדן און פֿאַר די פּאַלעסטינער אַראַבער. זינט דעמאָלט ווערט דער פּרעמיער פֿון דער רעגירונג שוין צום 62סטן מאָל געפֿרעגט דורך די זשורנאַליסטן — די "אַרכיטעקטן פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג" — די קאַרדינאַלע און אייביקע פֿראַגע: ווי האַלט עס מיט אָט דעם באַשלוס פֿון דער "יו־ען"; מיט דער טיילונג און מיט דעם שלום, וואָס דאַרף קומען אין איר זכות, און זינט זײַן ענדערונג אויף דער "רעזאָלוציע נומער 242" פֿונעם זיכערהייט־ראַט פֿון 1967 (פֿאַר צוריקקערן די אָקופּירטע טעריטאָריעס און אַ שלום לויט די גרענעצן פֿון פֿאַר יוני 1967) שוין 42 יאָר נאָכאַנאַנד.
אויפֿטרעטנדיק פֿאַר די זשורנאַליסטן האַרט פֿאַר זײַן געפּלאַנטן אָפּפֿלי קיין דײַטשלאַנד, וווּ עס האָבן שוין אומזיסט געוואַרט אויף אים זײַנע געהילפֿן און די מיניסטאָרן פֿון זײַן רעגירונג — האָט אויך דאָ, אויף דעם דאָזיקן פֿאָרום אין דעם וואַרעמען אילת, געהערשט אַ היפּשלעך קאַלטע אַטמאָספֿער פֿון אומצוטרוי. די זשורנאַליסטן, די וועלכע האָבן גוט געקענט דעם מאַן, זינט ער איז דערשינען מיט שטורעם אויף דער פּאָליטישער בינע מיט דרײַצן־פֿערצן יאָר צוריק, נאָך 17 יאָר אין אַמעריקע, האָבן דערזען פֿאַר זיך ביבי נתניהון, אַ פּאָליטיקער מיט אַ גרעסערער דערפֿאַרונג, ווי מיט צען יאָר צוריק, ווען ער האָט פֿאַרלוירן די מאַכט אין זײַן פֿאַרמעסט מיט דער פּאָליטישער ווירקלעכקייט.
עס איז קיין ספֿק נישט, אַז ביבי נתניהו האָט זינט דעמאָלט זיך געענדערט. עס האָט זיך אָבער אויך געענדערט די פּאָליטישע ווירקלעכקייט אין לאַנד און אויף דער וועלט, און נתניהו איז נאָך אַלץ געבליבן אַ רעטעניש — אַזוי ווי עס איז געווען, ווען בײַ דער מאַכט איז געווען אַריאל שרון קעגן וועמען נתניהו, דער פֿינאַנץ־מיניסטער אין שרונס רעגירונג, האָט פּרובירט רעוואָלטירן און איז דורכגעפֿאַלן. און אויב נתניהו האָט אים צום סוף באַזיגט, איז דאָס, זעט אויס, צוליב שרונס אַרײַנפֿאַלן אין זײַן פֿיזישער אָנמאַכט.
פֿון שרונען האָט אָבער נתניהו איבערגענומען די פּאָליטישע סטראַטעגיע און דעם כּלל, אַז "דאָס וואָס מען זעט דאָ, זעט מען נישט פֿון דאָרטן".
לויט דעם דאָזיקן כּלל, לויט וועלכן מען זעט בײַם רודער פֿון דער מדינה וואָס מען זעט נישט אין דער אָפּאָזיציע, האָבן געהאַנדלט די מערסטע רעגירונג־שעפֿן (חוץ גאָלדע מאיר און יצחק שמיר), אָנהייבנדיק פֿון בעגינען, דורך ראַבינען, שרונען און אָלמערטן, ביז נתניהו. אַפֿילו דער פֿאַרשטאָרבענער שעף פֿון דעם געהיימען זיכערהייטס־דינסט (שבּ"כּ), אלוף יהושפֿט הרכּבֿי, וועלכער איז געווען דער איבערזעצער פֿון דער "פּאַלעסטינער קאָנווענץ" פֿון פּל"אָ, איז נאָכן פּענסיאָנירן פֿון זײַן אַמט און נאָכן ווערן אַן אַקאַדעמישער היסטאָריקער געוואָרן איינער פֿון די הייסע אָנהענגער פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה.
אָבער אויב עס גייט אין די מנהיגים פֿונעם רעכטן לאַגער, איז זייער מכּלומרשטע "אויסניכטערונג" געווען און געבליבן אַ טייל פֿון זייער אידעאָלאָגישער סטראַטעגיע: בעגין האָט צוריקגעקערט סיני, כּדי צו פֿאַרזיכערן די אָקופּאַציע פֿון די דעראָבערטע ("באַפֿרײַטע") טעריטאָריעס; שרון איז געקומען צו דער מאַכט ווי דער מיליטאַנטישסטער אָקופּאַנט און איז געווען באַקאַנט ווי "דער בולדאָזער פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע", אַזוי לאַנג ווי ער האָט זי פֿאַרשטאַרקט און פֿאַרזיכערט איר כּוח זיך נישט צו לאָזן ליקווידירן; ער האָט עוואַקויִרט דעם עזה־פּאַס ווי אַ סטראַטעגישן צוריקקער, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן די אָקופּאַציע פֿון דעם מערבֿ־ברעג (יהודה און שומרון). דערנאָך האָט ער אַדאָפּטירט די "וועגן־מאַפּע", כּדי נישט אײַנצורײַסן מיט דער בוש־אַדמיניסטראַציע אין וואַשינגטאָן. ער האָט דערבײַ אָבער פֿאָרגעזעצט די קאָלאָניזאַציע, אָנווענדנדיק די טאַקטיק פֿון "טריקן און שטיקן", אונטער דעם ווערטל פֿון די חז"ל, אַז "בתחבולות תעשה לך מלחמה" — דורך אַ קונציקן אָפּנאַרן דעם פֿײַנט זאָלסטו פֿירן די מלחמות...
אין דעם גײַסט האָבן כּמעט אַלע רעגירונגען — חוץ דער רעגירונג פֿון יצחק ראַבין — אויסגעבויט דעם ליימענעם גולם, פֿון אַ קליינעם "נאַכטלעגער" אין סעבאַסטיע אין 1973 און אַ ישיבֿה אין קרית־אַרבע ביז צו אַ באַזידלונג פֿון איבער 300,000 תּושבֿים צעשפּרייט איבער דעם אָקופּירטן שטח אין 2009.
די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, וועלכע האָט מיט דער צײַט דערזען אין מדינת־ישׂראל אַ וויכטיקן שטיצפּונקט פֿאַר אירע סטראַטעגישע אינטערעסן אין דעם אַראַבישן מיטעלן מיזרח, האָט נישט נאָר אַוועקגעקוקט, צוזעענדיק די פֿאַרלעצונגען פֿון ישׂראלס התחייבֿותן, נאָר געזאָרגט צו פֿאַרזיכערן ישׂראלס מיליטערישע אויבערהאַנט איבער אַלע אַראַבישע לענדער און אויך פֿאַר איר עקאָנאָמישן קיום, מיט אַ יערלעכער שטיצע פֿון דרײַ ביליאָן דאָלאַר. די אומגעהויערע חשיבֿות פֿון דער אַמעריקאַנער הילף איז צום בולטסטן געקומען צום אויסדרוק אין דער אַמעריקאַנער טאַקטיק בעת דער יום־כּיפּור־מלחמה, ווען ישׂראל האָט זיך דערפֿילט פֿאַרלוירן. אויפֿן דריטן טאָג פֿון דער עגיפּטישער אָפֿענסיווע איז זי געוואָרן אָפּגעראַטעוועט דורך דער אַמעריקאַנער לופֿט־באַן מיט איר מאַסיווער ליפֿערונג פֿון געווער און אַמוניציע, וואָס האָט דערמעגלעכט צה"ל צו דערגיין ביז 101 קילאָמעטער פֿון קאַיִר און 40 קילאָמעטער פֿון דמשׂק. דער צווייטער בולטער מוסטער פֿון דער אַמעריקאַנער זאָרג פֿאַר ישׂראל אין אירע שווערע סיטואַציעס איז דאָס לייגן אַ וועטאָ אויף אַלע דעציזיעס פֿון דעם "יו־ען" זיכערהייט־ראַט, וואָס זענען געריכטעט קעגן ישׂראל, אַפֿילו ווען זי איז גענויגט זיי צו שטיצן און אַפֿילו ווען זי בלײַבט די איינציקע אָדער כּמעט די איינציקע אויף דער זײַט פֿון ישׂראל, ווי דאָס איז געשען ערשט איצט, ווען זי האָט שטילערהייט, אָן טומל, מצליח געווען צו פֿאַרמײַדן דאָס אַקצעפּטירן דעם האַרבן גאָלדסטאָון־באַריכט וועגן דער מלחמה אין עזה.
אָבער וואַשינגטאָן האָט זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה נישט געענדערט איר פּרינציפּיעלע שטעלונג צום סטאַטוס פֿון ירושלים און צו די פֿאַרפֿליכטנדיקע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנטראַקטן. און ווען די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע האָט באַשלאָסן צו רעאַליזירן די אַמעריקאַנער אינטערעסן אין דעם ראַיאָן — און אויך די אינטערעסן פֿון ישׂראל — דורך באַזײַטיקן די שטרויכלונגען צו באַנײַען די אונטערהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער און צוצואײַלן דעם שלום — האָט זי זיך אָנגעטראָפֿן אויף דער אָפּזאָג־פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג פֿון נתניהו־ליבערמאַן־ברק.
עס איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די "פֿאַרפֿרירונג" פֿון דעם געבוי אויף די באַזעצטע טעריטאָריעס אויף צען חדשים, וואָס נתניהו האָט פּראָקלאַמירט "ווי אַ זשעסט פֿאַר אָבאַמאַ", וואָס זאָל באַוועגן אַבו מאַזענען אײַנצוגיין אויף צו באַנײַען די אונטערהאַנדלונגען, איז נישט קיין "נײַער" און נישט קיין "זשעסט" — ווײַל דער ערשטער קלאַוזול אין דער "וועגן־מאַפּע" פֿון פּרעזידענט בוש, וואָס דער פּרעמיער שרון האָט אָנגענומען (הגם מיט 14 באַוואָרענישן, וואָס זענען שוין לאַנג געוואָרן פֿאַרגעסן), פֿאַרפֿליכטעט ישׂראל אָפּצושטעלן דעם בוי אויף די שטחים, און די פּאַלעסטינער אָפּצושטעלן און באַקעמפֿן דעם טעראָר. אַבו מאַזען האָט זײַן פֿאַרפֿליכטונג אויסגעפֿירט און אויף די שטחים הערשט איצט רו און זיכערהייט. דאַקעגן האָט ישׂראל איר פֿאַרפֿליכטונג — און נישט בלויז אויף צען חדשים — ביז איצט נישט אויסגעפֿירט. דאָך, האָט נתניהוס פֿאַרפֿליכטונג פֿאַר אָבאַמאַ אַרויסגערופֿן אין רעכטן לאַגער אַזאַ סומאַטאָכע, אַז אין "ליכּוד" איז אויפֿגעשטאַנען אַן אָפּאָזיציע און די מיניסטאָרין לימור לבֿנת האָט אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון "ליכּוד"־אַקטיוויסטן געטאַדלט דעם "מוראדיקן", דעם "שרעקלעכן" אָבאַמאַ־רעזשים, וועלכער איז געוואָרן "געפֿערלעך" פֿאַר ישׂראל — און דאָס אַלץ, ווײַל ער וויל שאַפֿן עלעמענטאַרע באַדינגונגען צו דערמעגלעכן דאָס דערגרייכן דעם נאָך נישט געקומענעם, אָבער שוין אַזוי שטאַרק אויסגעמאַטערטן שלום...
די אַמעריקאַנער אינטערעסן־פּאָליטיק (און עס איז נישטאָ קיין אַנדערע פּאָליטיק ווי פֿאַר דעם אייגענעם אינטערעס) האָט זיך אָנגעטראָפֿן אויף דעם רעכטן רעזשים פֿון נתניהו, וועלכער איז געקומען צו דער מאַכט מיט דער אויפֿגאַבע צו זײַן דער טויערמאַן פֿון דער ישׂראל־השלמה. נתניהו וויל אָבער לעבן בשלום מיט דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, וואָס אָן איר האָט ישׂראל, חלילה, נישט קיין קיום, און ער וויל אויך דערגרייכן אַ שלום לויט זײַן השׂגה; אָבער ער וויל אויך צוליב טאָן דעם רעכטן לאַגער, וואָס האָט אים געברענגט צו דער מאַכט. ער וויל אויך לעבן בשלום מיט אייראָפּע און מיט דער גאַנצער וועלט, און ער וויל אויך, אַז זײַן רעגירונג זאָל אויסלעבן איר גאַנצע קאַדענץ; און ער וויל אויך געווינען אַ חלק אין דער געשיכטע ווי דער וואָס האָט אַרויפֿגעפֿירט מדינת־ישׂראל אויפֿן דרך־המלך.
און ער שטייט אַזוי ווי אַ מיטאָלאָגישער גיבור, וואָס ראַנגלט זיך מיטן דראַקאָן, מיטן שׂטן און מיט אַלע בייזע רוחות. ביז איצט האָט ער אויסגעהאַלטן דעם עקזאַמען ווי אַ מײַסטער אין דער פּאָליטישער קונסט פֿון דעם אוממעגלעכן.
תּל־אָבֿיבֿ, 1טער דעצעמבער 2009