|
יענטע מאַש "מיט דער לעצטער הקפֿה: דערציילונגען, אָפּהאַנדלונגען",
זז׳ 233, ה. לייוויק־פֿאַרלאַג,
תּל־אָבֿיבֿ, תּשס״ז — 2007 |
|
מיט איר שפּראַך, סענסיטיווקייט, אײַזערנעם זכּרון און כּוח־הדמיון פֿאַרנעמט הײַנט יענטע מאַש אַן אָנגעזעען אָרט אין אונדזער ליטעראַטור. כאָטש זי האָט אָנגעהויבן איר שרײַבערישן וועג אין די מיטעלע יאָרן נאָך דעם, ווי די ייִדן אין איר שטעטל זענען אומגעבראַכט געוואָרן און נאָך דעם, ווי זי איז עולה געווען, האָט זי אַנטוויקלט איר אייגן קול און אייגענעם וועג. אין אַלגעמיין האָט די בעסעראַבער "דעלעגאַציע" פֿון ייִדישע שרײַבער — יחיאל שרײַבמאַן, יענטע מאַש און באָריס סאַנדלער — אַ סך צוגעגעבן צו אונדזער הײַנטיקער ליטעראַטור און האָט פֿון אַ זײַטיקער פּאָזיציע זיך צוגערוקט צום צענטער פֿון איר שאַפֿונג.
אין איר נײַ בוך, פֿלעכט יענטאַ מאַש צונויף בילדער פֿון איר הײַנטיקן לעבן אין ישׂראל, וועלכע שפּיגלען אָפּ איר עלנטקייט, מיט אירע זכרונות פֿון איר אַמאָליקן בעסעראַבער שטעטל. אויך וועגן אירע איבערלעבונגען אין סיביר האָט זי נישט פֿאַרגעסן צו דערציילן. איר נישט־לאַנג פֿאַרשטאָרבענער מאַן, דוד גורוויץ, נעמט אויך אָנטייל ווי אַ כאַראַקטער אינעם בוך, וועלכער, כאָטש ער איז נישטאָ מער אויף דער וועלט, בלײַבט אין די מחשבֿות פֿון דער מחברטע און זי ווענדט זיך צו אים אין עטלעכע פֿון די שאַפֿונגען.
אין דעם איצטיקן באַנד, זענען אײַנגעשלאָסן עסייען וועגן אַנדערע בעסאַראַבער שרײַבער — יאַנקל יאַקיר, מאיר חרץ, בערל רויזן, יחיאל שרײַבמאַן, מאיר אַבֿני, און באָריס סאַנדלער (געשריבן נאָך אַ באַזוך אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע). אינעם אָפּטייל "ליטעראַרישע אָפּהאַנדלונגען" געפֿינט זיך אַ ליד וועגן דעם גרויסן רעציטאַטאָר הערץ גראָסבאַרד און אַן עסיי וועגן איר אייעגעם וועג אין דער ליטערטור, ווי אויך רעצענזיעס פֿון אַנדערע שרײַבער אויף אירע ווערק: מוסיע לאַנדאַו, יעקבֿ־צבֿי שאַרגעל, חיים זכּאַי, און די צוויי רעדעס בײַם באַקומען דעם "מאַנגער־" און "האָפֿשטיין־פּרײַזן" אין ישׂראל.
דער פּראָזע־זשאַנער אויף ייִדיש פֿון ווערק וועגן דער זיקנה, וועגן דעם לעבן פֿון אַן עלטערן מענטש איז אַוודאי נישט קיין גרויסער בײַ אונדז, רעלאַטיוו גערעדט, ווײַל ס‘רובֿ שרײַבער זענען אַוועקגעריסן געוואָרן פֿאַר דער צײַט. אָפֿט פֿלעגן די שרײַבער, וועלכע האָבן יאָ דערגרייכט אַ טיפֿע עלטער, זיך גיכער אָפּגעגעבן מיט די זכרונות פֿון אַמאָל, פֿון די יונגע יאָרן. בײַם סאַמע אָנהייב פֿון בוך שטעלט די מחברטע אַ קעמפֿערישן טאָן בײַם אַנטקעגנקומען דער עלנטקייט אין איר וועלט, אין איר ליד "מײַן נדן" וואָס דינט ווי אַ מין "אַני מאמין" —
פֿאַרהיט איך וויפֿל נאָר איך קען
דעם זכר פֿון פֿאַרשוווּנדן ווערן,
און בלײַב דערבײַ יונג ווי געווען
כאָטש פֿול מיט קנייטשן שוין מײַן שטערן.
שפּאַר זשע דײַן אַקסל אין מיר אָן
און זאָל קיין ווינט אויף אונדז נישט בלאָזן,
מיר׳ן אַזוי שוין ווײַטער גיין
וויפֿל די כּוחות וועלן לאָזן.
דער מאָטיוו, אַז דאָס לעבן אויף דער עלטער איז אַ שווערס, אָבער נאָך פֿול מיט וווּנדער און מעגלעכקייטן, ווערט אָפֿט אויסגעדריקט אין מאַשס דערציילונגען. אָבער אין גאַנצן קיין פּאָזיטיוון קוק אויף דער וועלט, לייענט מען נישט דאָ — מע געפֿינט סײַ פֿרייד, סײַ טרויער און נישט אַלץ האָט אַ גליקלעכן סוף.
אויף יעדער זאַך וואָס יענטע מאַש שילדערט לאָזט איר פֿאָלקישע בעסעראַבער שפּראַך אַ שטעמפּל. אָבער דאָס היימישע לשון איז אַ מאָל אַ סתּירה צו די קאָמפּליצירטע סיטואַציעס און געפֿילן און איז גורם אַן אינטערעסאַנטן צוזאַמענשטויס פֿון די צוויי. דאָס הייסט, אַז צוליב דער שפּראַך, פֿילט מען בײַם ערשטן בליק אַ פּשטות אין דער דערציילונג, אָבער דאָס איז אַן אילוזיע, וואָס פֿאַרשווינדט אַלץ טיפֿער בשעת מע לייענט זיך אַרײַן אינעם טעקסט.
פֿאַר מיר פּערזענלעך, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון אַ בוקעווינער היים, איז געווען אַ ספּעציעלער נחת צו לייענען צום ערשטן מאָל אין דרוק היימישע ווערטער און אויסדרוקן ("ראַזדרעכען" "געשיקט זיך"). די ווערטער פֿאַרשטיי איך טאַקע, אָבער וווּ נעמט מען אַ גלאָסאַר פֿאַר די אַנדערע לייענערס, וואָס קענען נישט די לאָקאַלע ווערטער?
ווי אַ באַשרײַבערין פֿונעם לעבן פֿון אַן עולה אין ישׂראל, ווערן יענטע מאַשס דערציילונגען אויך אַ מין טאָגבוך פֿונעם אימיגראַנטישן לעבן, פֿול מיט פֿאַרגעניגן — פֿאָרט צו וווינען אין אַ לאַנד צווישן ייִדן! — און פֿול מיט שוועריקייטן — פֿאָרט אַ פֿרעמד לשון און קולטור אין דער הײַנטיקער מדינה. צום גליק, איז די שפּראַך און קולטור פֿון יענטע מאַש אויך אונדזערע, קען מען גרויס הנאה האָבן פֿון איר נײַעם בוך.