שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן חבֿר און איך זענען גרויסע "באַלאַגאַניסטן". מיר לעבן אין איינעם כּמעט זעקס יאָר (מיר זענען ביידע מענער) און וועלן באַלד פֿײַערן אונדזער חתונה (צום באַדויערן, נישט קיין "כּשרע" ייִדישע חתונה, נאָר "סתּם" אַ ציווילע חתונה). מיר לעבן אין אַ שיינער דירה און פֿאַרמאָגן אַ סך חפֿצים. באַליבט זענען מיר אין דער גאַנצער משפּחה און אַ סך פּלימעניקעס און פּלימעניצעס פֿאַרברענגען בײַ אונדז, ווי אויך די קינדער אין דער געגנט.

מײַן חבֿר האָט צוויי גאָלדענע הענט און האָט שטענדיק נײַע אײַנפֿאַלן. ער איז אַ לערער און שאַפֿט כּסדר מתּנות פֿאַר זײַנע תּלמידים, בילדער פֿאַרן קלאַסצימער, אָדער פֿאַרשיידענע שפּילעכלעך פֿאַר די קינדער. איך בין אַ קינסטלער און שאַף כּלערליי ווערק. ווי איר זעט, זענען מיר, דאַנקען גאָט, גליקלעכע מענטשן.

די צרה איז, וואָס אַלץ אין שטוב בײַ אונדז געפֿינט זיך אינעם גרעסטן "אומאָרדענונג". מיר שטרעבן ביידע צו האַלטן ריין די שטוב, אָבער קענען נישט. אין קיך, למשל, זענען אומגעוואָרפֿן טעפּלעך און שיסלעך; אין וווינצימער וואַלגערן זיך ביכער, אַ מאַנדאָלין, האַלב־גענייטע מלבושים (מײַן האָבי), און אַלטע נומערן פֿונעם "פֿאָרווערטס". מיר פֿרייען זיך, ווען די דירה איז ריין און דער טיש איז באַדעקט מיט אַ טישטוך און אַ בלומען־וואַזע, אָבער די אומאָרדענונג קריכט צוריק, ווײַל עס פֿעלט אונדז די טעכניק, ווי אַזוי צו "באַקעמפֿן" די צעוואָרפֿנקייט.

אַמאָל שטעלן מיר צונויף רשימות און צעטיילן אונדזערע פֿליכטן, ווער עס דאַרף טאָן וואָס; אָבער, פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר זענען באמת ניט מסוגל זיי אויסצוהאַלטן. אַנדערע מאָל נעמט איינער די איניציאַטיוו און ראָמט גרינטלעך אויף די קיך, צי די וואַנע, אָבער נאָך אַ ווײַלע הערשט ווידער אונדזער קינסטלערישער הידרעך־פּידרעך. ווען די אומאָרדענונג וואָלט אונדז ניט געשטערט, וואָלט געווען נישקשה, אָבער מיר ווילן ביידע רעגולירן מיט אַ מאָס די בעל־הביתּישקייט. וואָס טוט מען? ווי טוט מען דאָס?

אַ פֿרוסטרירטער קינסטלער


טײַערער פֿרוסטרירטער קינסטלער,

אַזוי ווי איר זענט ביידע שאַפֿערישע קינסטלער, וואָלט איר באַדאַרפֿט מאַכן דאָס אויפֿראַמען פֿאַר אײַער קינסטלערישער אַקטיוויטעט, איר זאָלט ביידע הנאה האָבן דערפֿון. פּונקט ווי אײַער חבֿר טראַכט אויס שפּילן פֿאַר די קינדער און תּלמידים, ווען זיי האָבן פּראָבלעמען אין קלאַס, קענט איר דאָס באַהאַנדלען ווי אַ שפּיל פֿאַר קינדער פֿון אַלע דורות.

האַלט פֿרײַ אַ געוויסע צײַט אין וואָך צו רייניקן די שטוב צוזאַמען. אויב איר אַרבעט אין איינעם, וועט איינער פֿון אײַך נישט מאַכן באַזונדערע פּלענער ערגעץ אַנדערש. אפֿשר זענען די צוויי שעה פֿאַר שבת אַ גוטע צײַט? איר קענט הערן מוזיק בשעת איר אַרבעט און מיטזינגען. אין אַ "היפּ"־קראָם וואָס פֿאַרקויפֿט קעסטלעך, און פּאָליצעס, קויפֿט זיך אײַן עטלעכע שיין געפֿאַרבטע פּאָליצעס, שופֿלאָדן, און קעסטלעך. באַשטימט אַן אָרט פֿאַר אַלע אײַערע זאַכן — ביכער, קונסט־פּראָיעקטן, אַלטע "פֿאָרווערטס"־נומערן. אָן אַ באַשטימט אָרט וועלן די "בעבעכעס" זיך ווײַטער אָנזאַמלען. אַזוי ווי איר קענט נייען, קענט איר אויסנייען אַ הענגענדיקן "אָרגאַניזירער" פֿאַר די אַלע זאַכן.

אַוודאי וועט איין מאָל אַ וואָך נישט קלעקן אויפֿצוראַמען אַלץ און האַלטן די שטוב ריין; טאָ טוט דאָס צען מינוט יעדן אָוונט איידער מע לייגט זיך שלאָפֿן. דער עיקר איז, איר זאָלט ראַמען צוזאַמען און האָבן הנאה און האָבן אַ זיכער אָרט פֿאַר די זאַכן. איך בין נישט איבערצײַגט, אַז איר זענט "נישט מסוגל" די שטוב צו אָרגאַניזירן. שרײַבט מיר צוריק אין עטלעכע חדשים אַרום און לאָזט מיר וויסן, צי די שיטה אַרבעט!


טײַערע חזנטע,

יום־כּיפּור איז שוין דאָ, און ווי יעדעס יאָר, באַקום איך צענדליקער בליצפּאָסטן און "פֿייסבוך"־פּאָסטן, אין וועלכע עס שטייט געשריבן: "טײַערע פֿרײַנד — אויב איך האָב אײַך באַעוולט דאָס יאָר, וויסנדיק, צי נישט וויסנדיק, בעט איך מחילה בײַ אײַך אין דעם זמן תּשובֿה. מײַן קשיא — צי מעג מען אַזוי בעטן מחילה? אַזוינע בליצפּאָסטן ווערן צעשיקט צו הונדערטער מענטשן, און אַזאַ "פֿייסבוק"־בריוול לייענען הונדערטער מענטשן. איך האָב געטראַכט, אַז תּשובֿה קומט פֿון דער נשמה. צי איז דאָס אַלץ וואָס מע דאַרף טאָן, כּדי זיך איבערצובעטן אינעם נײַעם יאָר?

צעמישט


טײַערע צעמישט,

בדרך־כּלל, בין איך מסכּים מיט אײַער טענה. עס קען זײַן, אַז די וואָס שיקן אַזוינע מאַסן־בריוו האָבן גוטע כּוונות, אָבער זיי פֿאַרביליקן די מחילה. די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע האָט פֿאַרלײַכטערט די קאָמוניקאַציע צווישן מענטשן, אָבער זי האָט אויך שווערער געמאַכט דאָס פֿאַרבינדן זיך מיט פֿרײַנד אויף אַ טיפֿערן אופֿן. אין דער צײַט פֿון יאָר דאַרף מען רעדן מיט משפּחה און פֿרײַנד פּנים־אל־פּנים און זיי פֿרעגן, צי מע האָט געזינדיקט אַקעגן זיי? ווי קען מען זײַן אַ בעסערער חבֿר אָדער אַ קרובֿ? מע דאַרף זיך אַרײַנטראַכטן אין אונדזערע מעשׂים בעתן יאָר. אויב מע האָט באַליידיקט עמעצן דורך אַ געוויסער זאַך, דאַרף מען בעטן מחילה פֿאַר דער דאָזיקער זאַך, און מנדר זײַן צו זיך אַליין, נישט צו האָבן אַזאַ טעות נאָך אַ מאָל.

פֿון דער אַנדערער זײַט — אויב מע קען נישט דערגרייכן איינעם דעם צווייטן — אַלע פֿרײַנד און משפּחה, זענען אַזוינע מאַסן־מחילה־בריוו נישט געפֿערלעך.

אויב איך האָב באַעוולט אָדער באַליידיקט, אָדער געווען צו סאַרקאַסטיש צו מײַנע לייענער, זײַט מיר מוחל און שיקט מיר ווײַטער אײַערע פֿראַגעס אינעם נײַעם יאָר!


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024