געשיכטע
שעוועל קינקולקין אין חשובֿן עלטער.
אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.
שעוועל קינקולקין אין חשובֿן עלטער. אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.

בלעטערנדיק די פּוילישע צײַטונג "Czerwony Sztandar" (די רויטע פֿאָן), וווּ איך האָב העכער פֿינף און צוואַנציק יאָר געאַרבעט פֿאַר מײַן עליה פֿון ווילנע (און געווען איז דאָס די איינציקע אָריגינעלע טעגלעכע צײַטונג אין פּויליש ניט נאָר אין ליטע, נאָר אין גאַנצן ראַטן־פֿאַרבאַנד), האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַ זעלטענער ידיעה פֿון דער פּוילישער פּרעסע פֿון אַן ערך מיט הונדערט יאָר צוריק, וואָס האָט מיך פֿאַראינטערעסירט מיט איר ייִדישער טעמע. כ’האָב די צײַטונג מיטגענומען קיין ישׂראל און אַפֿילו באַקומען אין מײַן ווילנער רעדאַקציע די אילוסטראַציע צום אַרטיקל — דאָס בילד פֿון דעם לעצטן מוכר־ספֿרים אויף ווילנער גאַסן, דעם ייִד שעוועל קינקולקין, וואָס פֿלעגט פֿאַרשפּרייטן אינקונאַדלען — ווערק פֿון וועלט־באַרימטע געלערנטע, פּאָליטיקער, שרײַבער פֿון פֿאַרשיידענע צײַטן, דערשינענע אין פּויליש, אָדער אין איבערזעצונג אויף פּויליש. "ווילנע האָט אין משך פֿון יאָרהונדערטער ליב געהאַט און הויך געשעצט אירע בוכהענדלער אין די גאַסן", שרײַבט אַ מחבר אין אַן אילוסטרירטער פּוילישער בײַלאַגע צום "ליטווישן קוריער" פֿון 24סטן פֿעברואַר 1908. "איינער פֿון זיי, וואָס איז געווען דער לעצטער רינג אין דער קייט פֿון די וואַנדערנדיקע בוקיניסטן, פֿאַרבליבענע פֿון אַלטע צײַטן אינעם אָרעאָל פֿון רירנדיקע זכרונות, איז געווען שעוועל קינקולקין... ער איז געווען אַן איבערגעגעבענער פֿרײַנד פֿון וולאַדיסלאַוו סיראָקאָמלע (פּסעוודאָנים פֿון באַוווּסטן פּוילישן פֿאָלקספּאָעט קאָנדראַטאָוויטש — א״כּ).

ווען אין יאָר 1861 איז סיראָקאָמלע פֿאַר זײַן אָנטייל אין אומרוען אויף ווילנער גאַסן אַרײַנגעפֿאַלן אין תּפֿיסה, איז דאָרט שעוועל קינקולקין צוויי וואָכן אָפּגעזעסן צוזאַמען מיט אים.

ווי דער עלטסטער בוקיניסט אין ווילנע (זײַן משפּחה האָט עדות געזאָגט, אַז ער האָט געלעבט 98, און אפֿשר אַפֿילו מער ווי 100 יאָר), האָט קינקולקין, מיט זײַן פֿענאָמענאַלן זכּרון און מיט דער פֿעיִקייט אויסצוגעפֿינען און ברענגען צום קונה זעלטענע ביכער און כּתבֿ־ידן, געבראַכט פֿיל נוץ ביבליאָגראַפֿן, היסטאָריקער און אַנטיקוואַרן.

דער פּאָעט סיראָקאָמלע האָט קינקולקינען געווידמעט פֿיל סטראָפֿעס פּאָעזיע, פֿאַרשרײַבנדיק בילדעריש ווי ער, סיראָקאָמלע, פֿלעגט שטיין צוזאַמען מיטן מוכר־ספֿרים אין ווילנע אויפֿן ליטעראַרישן זאַוווּליק מיט די ביכער, וועלכע קינקולקין פֿלעגט ברענגען צו פֿאַרקויפֿן. אין דער פֿאָרעם פֿון אַ שמועס־שפּראַך באַשרײַבט דער פּאָעט די חשובֿע הויכגעשטעלטע לײַט, וואָס פֿלעגן קומען קויפֿן די ביכער און דעם בכּבֿודיקן קאָנטאַקט צווישן זיי און דעם בוקיניסט. ער דערציילט, ווי דורך די הענט פֿונעם מוכר־ספֿרים פֿלעגן דורכגיין אַלטערטימלעכע ווערק פֿון ציצעראָ, פּלאַטאָ, טאַציט; פֿון פּערזענלעכקייטן פֿון מערבֿ־אייראָפּע אין שפּעטערדיקע צײַטן — ניוטאָן, וואַלטער סקאָט; פּרעכטיקע אויסגאַבעס פֿון דער האָלענדישער משפּחה עלזעווירן (16—18 יאָרהונדערט), און וויפֿל ער, קינקולקין, האָט אויפֿגעטאָן צו פֿאַרשפּרייטן די ווערק פֿון פּראָמינענטע פּוילישע פּערזענלעכקייטן.

די צײַטונג "Czerwony Sztandar" פֿון 10טן דעצעמבער 1989 האָט אָפּגעדרוקט דעם גאַנצן מאַטעריאַל מיט בילדערישע סטראָפֿעס פֿון וולאַדיסלאַוו סיראָקאָמלע אויף דער ביטע פֿון אַ לייענערין צו דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿון פּוילישער פּאָעזיע און פּראָזע אין ווילנע און ווילנער קאַנט.

דער זשורנאַליסט יעזשי סורווילאָ, וועלכער האָט צוגעגרייט דעם מאַטעריאַל, פֿאַרענדיקט אים מיט די ווערטער: "מיר האָבן דערפֿילט די ביטע פֿון דער לייענערין מיט דער פֿאַרמיטלונג פֿון וולאַדיסלאַוו סיראָקאָמלע און זײַן איבערגעגעבענעם פֿרײַנד, דעם לעצטן ווילנער מוכר־ספֿרים שעוועל קינקולקין, וועלכער האָט מיט פֿיל יאָרן אויף זײַן אופֿן צוגעלייגט אַ האַנט אָפּצוהיטן דאָס, וואָס מיר באַזיצן איצט און קענען זיך טיילן מיטן לייענער".