פֿאַרשײדנס

לויט ווי מען גיט איבער, האָט מען אין איראַן אַרעסטירט אַן אשת־איש, וועלכע מ׳באַשולדיקט אין האָבן עסקים מיט עמעצן אויסער איר מאַן. דעריבער האָבן די אַיאַטאָלאַס צוגעפּסקנט זי מכבד זײַן מיט הונדערט שמיץ, און נאַכער זי פֿאַרשטיינערן. די רעליגיעזע שופֿטים האָבן נאָך צוגעשריבן צום פּסק אַזאַ מין ברוך־הבא:

"קיינער טאָר נישט אַרויסווײַזן קיין מיטגעפֿיל אָדער רחמנות, ווײַל אַזוי האָט פֿאַראָרדנט אַלאַ (קאָראַן, 24:2).

דאָ זעען מיר בפֿירוש ווי דער איסלאַמישער יושר ווערט צוגעטיילט דער באַפֿעלקערונג און קיינער, קיינער פֿון די איראַנער פּראָגרעסיווע גלייביקע, קיינער פֿון זיי שטעלט זיך נישט אַנטקעגן די ברוטאַלע און אַכזריותדיקע האַנדלונגען מצד אַלאַס קאָזאַקן. קיינער פּראָטעסטירט נישט קעגן די פֿאַנאַטיקער וואָס האָבן דעם איסלאַם צוריק אַרײַנגעשמיסן אין די לאַפּעס פֿון פֿינצטערן מיטלעלטער.

און דער יושר וואָס פֿליסט אַזוי פֿראַנק־און־פֿרײַ פֿונעם קאָראַן האָט זיך פֿאַרטשעפּעט אין אַ צוואַנציק־יעריקער פֿרוי פֿון קאַטיף אין סאַודיע־אַראַביע. מען גיט איבער, אַז אַ כאָפּטע יונגען האָבן זי פֿאַרשלעפּט און געשענדעט. האָבן די ריכטער אַרויסגעגעבן אַ פּסק, אַז שולדיק איז דאָס מיידל. איר פֿאַרברעכן איז באַשטאַנען אין דעם וואָס זי איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן אין אַן אויטאָמאָביל פֿון אַ מאַן וואָס איז נישט געווען קיין בלוט־קרובֿ, נישט געווען קיין טייל פֿון איר משפּחה דורך הייראַט. דאָס מיידל איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף זעקס חדשים תּפֿיסה און צוויי הונדערט שמיץ מיט אַ באַמבוק־שטעקן.

צוויי הונדערט שמיץ וואָלטן געסטײַעט צו הרגענען אַ העלפֿאַנד. בדרך־כּלל באַקומען פֿרויען דרײַסיק שמיץ. דאָס טוט מען שטופֿנווײַז, יעדע פּאָר טעג במשך פֿון זיבן וואָכן, ביז עס זאַמלען זיך אָן די צוויי הונדערט מכּות־רצח. איז אויב דאָס מיידל פֿון קאַטיף בלײַבט בײַם לעבן, ערשט דעמאָלט הייבן זיך אָן אירע אמתע צרות. פֿון דעמאָלט אָן טשאַטעווען זיך אירע ברידער אויף איר, מיטן געדאַנק זי צו הרגענען ווײַל זי האָט פֿאַרפֿלעקט דעם כּבֿוד פֿון דער משפּחה. דער עיקר פֿירט מען אויס דעם איסלאַמישן יושר.

אין סודאַן האָט דאָס אומגליק געטראָפֿן אַ פֿיר און פֿופֿציק־יעריקע ענגלישע לערערין מיטן נאָמען דזשוליאַן גיבאַנס. מען האָט זי פֿאַרמישפּט אויף פֿופֿצן טעג תּפֿיסה. זי האָט געקענט באַקומען פֿערציק שמיץ ווײַל זי האָט זיך דערוועגט צו בעטן די קינדער זיי זאָלן אַ נאָמען געבן אַ שפּילצײַג־בערעלע מיט וועלכן נאָמען זיי פֿאַלט אײַן. האָבן זיך די קינדער דערפֿרייט און אויסגעקליבן דעם נאָמען פֿאַרן בערעלע "מוכאַמאַד." די לערערין איז באַשולדיקט געוואָרן אין לעסטערונג און די ריכטער האָבן זי פֿאַרמישפּט. דאָ האָבן זיך די ענגלענדער אַרײַנגעמישט און מען האָט זי באַפֿרײַט. ווער קען אָפּשאַצן אַזאַ יושר...

ציט מען ווײַטער די פֿאַרזשאַווערטע קייט פֿון איסלאַמישן יושר, ביז מען קומט אויף די שפּורן פֿון דער פֿינף און פֿערציק־יעריקער טאַסלימאַ נאַסרין פֿון באַנגלאַדעש. זי האָט זיך דערוועגט צו ריזיקירן און פֿאַרטיידיקן פֿרויען־רעכט אין דער מוסולמענישער וועלט. זי איז געווען געצוווּנגען צו אַנטלויפֿן פֿון באַנגלאַדעש און זיך באַזעצן אין אינדיע. דערווײַל האָבן זיך אַרײַנגעלייגט אין דעם מוסולמענישע כאָפּטעס מיט אַ ויצעקו, אַז מען מוז זי פֿאַרטרײַבן. צווישן די באַנדיטן האָט זיך געפֿונען איינער וועלכער האָט אָנגעבאָטן פֿינף הונדערט טויזנט רופּיס פֿאַר איר קאָפּ.

וואָזשע מיינט איר? אין חודש אויגוסט זײַנען זי באַפֿאַלן איסלאַמישע מיליטאַנטן אין הײַדעראַבאַד. ס׳איז איר אָבער געלונגען צו אַנטלויפֿן סײַ פֿון קאַלקוטאַ און שפּעטער פֿון ראַדזשאַסטאַן. איר וויזע גייט אויס איבער אַ יאָר און זי שרעקט זיך, אַז מען וועט איר נישט דערלויבן מער צו לעבן אין אינדיע.

ווי באַקאַנט, זײַנען פֿאַראַן מענטשן וואָס האַלטן, אַז דעם איסלאַם האָבן פֿאַרכאַפּט אַ קליינע גרופּקע עקסטרעמיסטן, ראַדיקאַלע פֿונדאַמענטאַליסטן. דאָס רובֿ מוסולמענער טענהן, אַז זיי פֿאַלן אונטערן רובריק "מעסיקע" און באַשיידענע לײַט. אָבער אום גאָטעס ווילן, וווּ זײַנען זיי ווען מען דאַרף זיי? וווּ זײַנען די מוסולמענישע אָפּרופֿן? וווּ איז זייער ווייגעשריי ווען עס קומט צום אומיושר, ווען דאָס אומשולדיקע פֿאָלק פֿאַלט אַ קרבן פֿון זייערע מיטברידערישע מערדערישע הענט? וויפֿל פֿון די מוסולמענער זײַנען גרייט אויפֿצוהייבן זייער קול און פּראָטעסטירן קעגן דעם איסלאַמישן אומיושר? וויפֿל פֿון זיי עפֿענען זייערע מײַלער אין פּראָטעסט קעגן די ברוטאַלע אומיושרדיקע אַיאַטאָלאַס, אימאַמס, שאַריאַס? וויפֿל פֿון זיי עפֿענען די מײַלער און באַשולדיקן זייערע מיטברידער אין ברוטאַליטעט, מאָרד, אומזין און שחיטה פֿון אייגענע קעגן אייגענע?

זייערע אָרגאַניזאַציעס, ווי למשל די "איסלאַמישע קאָנפֿערענץ," זײַנען גרייט אויסצודריקן זייער פּראָטעסט ווען עס רעדט זיך וועגן דער באַליידיקונג פֿון איסלאַם? די אָרגאַניזאַציע שטעלט מיט זיך פֿאָר זיבן און פֿופֿציק מוסולמענישע שטאַטן. זיי שיקן אַמבאַסאַדאָרן און דעלעגאַטן צו די אייראָפּעיִשע לענדער. אָבער די אַמבאַסאַדאָרן לערנען זיך גאָרנישט אָפּ פֿון דער ציוויליזירטער וועלט.

און אַז מ׳גיט אַ גוטן טראַכט, זײַנען פֿאַראַן פֿאַלן אין סאַודיע־אַראַביע, סודאַן און אַנדערע איסלאַמישע עדות, וואָס האָבן, סוף־כּל־סוף, פֿאַרפֿינצטערט און באַשעדיקט דעם איסלאַמישן יושר. דאָס רישעות און מערדערישע הפֿקרות ווערט אָפּגעטאָן אין נאָמען פֿונעם איסלאַם. דאָ און דאָרט הערט מען אַ קלאַנג און אַ גלימל, אַז רציחה האָט נישט קיין אָרט אינעם קאָראַן, אַז איסלאַם מיינט שלום. זיץ איך דאָ און ציטיר פֿונעם קאָראַן (זײַטל 843, 61):

"די היפּאָקריטן און אַלע יענע אין וועלכע זייער האַרץ איז פֿאַרדאָרבן, וועט מען כאַפּן און הרגענען (64). זיכער האָט אַלאַ פֿאַרשאָלטן די אומגלייביקע און צוגעגרייט פֿאַר זיי אַ ברענענדיקן שײַטער..."

און דאָ ציטיר איך בלויז צוויי שורות פֿון אַ גאַנצן טראַקטאַט. דער קאָראַן באַשטעטיקט, אַז יענע וואָס האָבן געבראָכן דאָס געזעץ, ווי דער נואף (adulterer) אָדער אַן אשת־איש (adulteress), זיי קומט — הריגה, די פֿאַרשטיינערונג, און קיינער זאָל נישט דערוועגן אַרויסצוּווײַזן אַ שפּור פֿון רחמים, און אַנשטאָט דעם אָפּהיטן אַלאַס באַפֿעל, פֿאַרמעקן דאָס מענטשלעכע געוויסן, אויסרײַסן פֿון זיך די געפֿילן פֿון מיטלײַד, ווערן גלײַכגילטיק צו דער הריגה און רציחה. אַזאַ איינער איז אַן איבערגעגעבענער סאָלדאַט אין אַלאַס אַרמיי. כּל־זמן אַ טראַכטנדיקער מענטש פֿאַרמאָגט אַ געוויסן און מיטלײַד, קומט אים דאָס גיהנום.

עס האָט זיך אַזוי געמאַכט, ווען איך בין יענע וואָך אָנגעקומען אויפֿן לאַ־גוואַרדיע־לופֿטפֿעלד און גענומען אַ טעקסי אַהיים, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין אַן אַראַבישן שאָפֿער. פֿרעג איך אים:

"פֿון וואַנען?" — זאָגט ער מיר:

"פֿון מאַראָקאָ." — פֿרעג איך אים:

"איז וואָזשע טראַכט איר וועגן דער סומאַטאָכע אַרום דעם מעטשעט וואָס מען וויל אויפֿשטעלן נישט ווײַט פֿונעם פֿאַרניכטעטן 'וועלט־צענטער’?׳" — זאָגט ער מיר:

"מיר זײַנען נישט ווײַט פֿונעם חודש סעפּטעמבער דעם עלפֿטן. ערשט דעמאָלט וועט איר זיך דערוויסן ווער עס איז באמת געווען שולדיק אין דער קאַטאַסטראָפֿע." — פֿרעג איך אים:

"למשל ווער?" — רויִקערהייט ענטפֿערט ער מיר:

"די 'סי־אײַ־איי’ צוזאַמען מיט בושס רעגירונג. און בכלל, ווי האָט אַן עראָפּלאַן געקענט צעשטערן אַ הונדערט־שטאָקיקע געבײַדע? אוממעגלעך. דאָ האָבן געהאַט צו טאָן אַ סך באַהאַלטענע כּוחות וואָס זײַנען אונדז נישט באַקאַנט. אָבער מיר ווייסן יאָ, אַז אַן עראָפּלאַן האָט נישט געקענט פֿאַרניכטן אַ וואָלקן־קראַצער אין אַ פּאָר מינוט."

איך זיץ און איך שטוין, און רוף זיך אָפּ:

"און דאָס אַלץ איז אײַך געקומען פֿונעם קאָראַן?"

דער שאָפֿער האָט זיך אויסגעדרייט צו מיר מיט אַ פּאָר אויסגעגלאָצטע אויגן. זײַן געדיכטע שוואַרצע באָרד האָט געציטערט, זײַן אויסגעשטריקט היטעלע, להבֿדיל יאַרמלקע, איז שיעור נישט אַראָפּ פֿון זײַן קאָפּ.

"וואָס פֿאַר אַ פֿראַגע איז דאָס?" — פֿרעגט ער מיך. זאָג איך אים:

"מיסטער, איך בין באַקאַנט מיטן קאָראַן, און ס׳גיסן זיך נישט קיין האָניק־רייד פֿון דער קאָראַנישער ביבליע."

"וואָס רעדט איר?" — שפּרינגט ער שיעור נישט אויף, "און אײַער תּורה איז אַן אומשולדיק עופֿעלע? דאָרט פֿאַרשטיינערט מען נישט, דאָרט הרגעט מען זיך נישט? מיר האָבן עס גענומען פֿון אײַער תּורה. די גאַנצע קאָראַנישע תּורה." זאָג איך אים:

"דאָס וואָס די תּורה האָט פֿראַגמענטן פֿון הריגה און רציחה, פֿאַרשטיינערונג און ברוטאַליטעט, איז אַ פּראָדוקט פֿון טויזנטער יאָר און מיר ייִדן פֿאַרשטיינערן שוין נישט מער טויזנטער יאָר צײַט. מיר ייִדן האָבן נישט געהאַלטן פֿון הריגה טויזנטער יאָר. מיר ייִדן האָבן אַנטוויקלט אַ הומאַניטאַרן צוגאַנג צו אונדזערע מיטברידער און צו די דרויסנדיקע פֿעלקער. מיר האָבן זיך געביטן, געוואָרן ציוויליזירט, אַנטדעקט אַ יושר און גערעכטיקייט, מענטשלעכקייט, רחמים און מיטלײַד מיטן געליטענעם. איר מוזט דאָס זעלבע טאָן מיט אײַער קאָראַן, אָנערקענען אַז דאָס האָט אפֿשר געטויגט אין מוכאַמאַדס צײַטן, אָבער הײַנט איז עס אויסגעשפּילט. הײַנט דאַרף מען אַנטוויקלען אַ יושרדיקן צוגאַנג צום מין מענטש."

דער אַראַבער האָט ממש זיך געטרייסלט אונטערן רעדל.

"מיר געפֿעלט דער פֿאַקט, אַז איר קענט זיך אויס אויפֿן קאָראַן און אויף אונדזער פֿילאָסאָפֿיע פֿון לעבן. איך וועל אײַך איבערלאָזן מײַן נאָמען און טעלעפֿאָן. זײַט אַזוי גוט און קלינגט מיר אַהיים, איך וויל מיט אײַך ווײַטער פֿירן דעם שמועס. אפֿשר וועל איך אײַך איבערצײַגן."

איך בין אַרויס פֿון דער טעקסי צעשרויפֿט. אָט האָסטו דיר, אַן אַראַבער, וווינט אין אַמעריקע, און דאָך ווערט ער נישט נתפּעל פֿון דער אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע, פֿון אונדזער מענטשן־רעכט און פֿרויען־רעכט. ער וויל צוריקברענגען דעם מידבר, די שווערד, מוכאַמאַדס יושר לגבי אַ פֿרעמדן. דער אמת איז, אַז ווען מען כאָוועט מענטשן פֿון קינדווײַז אָן מיט דער פּאַפּע פֿון אַ פֿאַרצײַטיקן קאָראַן, זאַפּן זיי אײַן אין די מוחות און הערצער די אמונה, און זעלטן ווען ס׳דערלויבט זיך איינער פֿון זיי אָפּצורײַסן זיך פֿון דער מידבר־רעליגיע און אַרײַנטרעטן אין איין און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.