דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט, ייִוואָ, איז שוין ניט קיין יונגער־מאַנטשיק. זײַן אידעאָלאָגישער און אָרגאַניזאַציאָנעלער יסוד איז פֿאַרלייגט געוואָרן מיט 85 יאָר צוריק, ווען אַ גרופּע ייִדישע אינטעלעקטואַלן האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אין בערלין — אַ וויכטיקער ייִדישער קולטור-צענטער אין יענע צײַטן. דעמאָלט, אין יאָר 1925, האָט מען דעם ייִדישן אַקאַדעמישן אָלימפּ געזען ניט ווי איין באַרג, נאָר עטלעכע בערג, וועלכע געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע שטעט: בערלין, וואַרשע, ווילנע, פּאַריז... אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלע סטרוקטור וואָלט גוט אָפּגעשפּיגלט די ייִדישע מאַפּע און אויסגענוצט דעם פֿאַראַנענעם אַקאַדעמישן פּאָטענציאַל. דער סוף איז, אָבער, געווען, אַז דער ייִדישער אינסטיטוט האָט פֿאַרמאָגט סײַ אַ ווירטועלע געאָגראַפֿיע, סײַ אַ רעאַלען באָדן — אין ווילנע. דווקא אין ווילנע האָט זיך באַוויזן אַן אייגענער בנין, מיט אָנגעשטעלטע, מיט אַ ביבליאָטעק און אַרכיוו.
אַ סך מענטשן האָבן געבויט און געשטיצט דעם נײַעם אינסטיטוט. אָבער די צענטראַלע פֿיגור איז פֿון סאַמע אָנהייב געווען און איז תּמיד פֿאַרבליבן מאַקס ווײַנרײַך. ער איז געוואָרן די נשמה און די טרײַבקראַפֿט פֿון דער אינסטיטוציע. און אַזוי זײַנען שוין געפֿאַלן די טאָפּלשטיינער פֿון געשיכטע, אַז דעם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט ווײַנרײַך באַגעגנט מחוץ ווילנע און מחוץ פּוילן (און ווילנע איז דאָך דעמאָלט געווען אַ טייל פֿון פּוילן). דאָס האָט אים געגעבן אַ מעגלעכקייט צו קומען קיין ניו-יאָרק, וווּ ער איז שוין ניט איין מאָל געווען און האָט געהאַט פֿרײַנד, אויך אין "פֿאָרווערטס". זײַן פֿאַרבינדונג מיט דער גרעסטער ייִדישער צײַטונג ווערט זעלטן דערמאָנט, כאָטש די רייד גייט ניט וועגן אַן עפּיזאָד אין זײַן לעבן, נאָר וועגן יאָרצענדליקער פֿון אינטענסיווער מיטאַרבעט. אַ סבֿרא, אַז אָן דעם סטאַבילן זשורנאַליסטישן געהאַלט וואָלט ווײַנרײַכן געווען שווער צו באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדישער וויסנשאַפֿט, וואָס פֿלעגט ברענגען זייער ווייניק חיונה.
צו יענער צײַט זײַנען קיין ניו-יאָרק געקומען נאָך אַנדערע אַקטיווע טוער פֿון ייִוואָ. צווישן זיי איז געווען יעקבֿ לעשצינסקי, וועלכער האָט אויך אין משך פֿון זײַן גאַנצן שעפֿערישן לעבן קאָמבינירט צוויי מינים טעטיקייטן — פֿון אַ באַגאַבטן זשורנאַליסט (אַ צענטראַלע פֿיגור צווישן די "פֿאָרווערטס"-מחברים) און אַ פֿירנדיקן פֿאָרשער פֿון דעם דעמאָגראַפֿישן, עקאָנאָמישן און סאָציאַלן מצבֿ פֿון ייִדן.
הקיצור, עס האָט זיך געשאַפֿן אַ גענוגנדיקע "קריטישע מאַסע" פֿאַר אַ ייִדישן אַקאַדעמישן צענטער. האָט מען טאַקע מיט 70 יאָר צוריק, אין סעפּטעמבער 1940, באַשלאָסן צו עפֿענען אין ניו-יאָרק די צײַטווײַליקע באַזע פֿאַר ייִוואָ. צײַטווײַליקע, ווײַל מע האָט געהאָפֿט, אַז סוף-כּל-סוף וועט ווילנע זיך אומקערן צו אַ נאָרמאַלן לעבן — אַ מין לעבן, אין וועלכן אַן אָרט וואָלט זיך ווידער געפֿונען פֿאַר אַזאַ אינסטיטוציע, ווי ייִוואָ.
אַזוי באַקומט זיך עס זייער אָפֿט, דהײַנו: אַ צײַטווײַליקע זאַך ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּערמאַנענטער. הײַנט איז שוין שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז די לאַנדשאַפֿט פֿון מאָדערנער ייִדישער וויסנשאַפֿט וואָלט געקענט ניט האָבן דעם ייִדישן אינסטיטוט. די ביבליאָטעק פֿון ייִוואָ מיט אירע בערך 400 טויזנט בענד און דער אַרכיוו פֿונעם אינסטיטוט מיט זײַנע 23 מיליאָן איינסן זײַנען געוואָרן צענטערס פֿון גראַוויטאַציע פֿאַר הונדערטער געלערנטע, וועלכע קומען פֿון דער גאָרער וועלט. בפֿרט נאָך, אַז אַ גאַנצע ריי סטיפּענדיעס העלפֿן זיי עולה-רגל זײַן קיין ניו-יאָרק. אין דעם לייענער-זאַל זעט מען אויך כּסדר מענטשן, וואָס זוכן די גענעאַלאָגישע שפּורן זייערע. זיצן דאָרטן אויך חסידים — זיי באַשעפֿטיקן זיך מיט זייערע פֿאָרשונגען.
צי הייסט עס, אַז אַלץ איז פּערפֿעקט אין דעם איצטיקן מצבֿ פֿונעם ייִדישן אינסטיטוט? אַוודאי ניט. אין משך פֿון די 70 יאָר איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן דער אַקאַדעמישער קאָמפּאָנענט פֿון דער אַרבעט. שוין לאַנג זעט מען ניט קיין נײַע נומערן פֿון די אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן, וועלכע פֿלעגן אַרויסגיין, אויף ייִדיש און ענגליש, אונטער דעם דאַך פֿון ייִוואָ. אמת, מיט ייִוואָ איז פֿאַרבונדן געוואָרן זייער אַ וויכטיקער פּראָיעקט פֿון דער "ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדן אין מיזרח-אייראָפּע". אַ חוץ די צוויי בענד פֿון דער "האַרטער קאָפּיע" קען מען איצט האָבן אַן אומזיסטן עלעקטראָנישן צוטריט צו אַ פֿאַרברייטערטן נוסח פֿון דער ענציקלאָפּעדיע — זען www.yivoencyclopedia.org.
וואָס קען מען ווינטשן דעם בכּבֿודיקן 70־יאָריקן אינסטיטוט, מיט וועלכן ס׳ווערט איצט אַסאָציִיִרט דער וועלטלעכער סטאַנדאַרט (אויסלייג וכ׳) פֿון ייִדיש? קודם-כּל, וואָס מער געלט. אָן ברייטהאַרציקע פּאַטראָנען קען אַזאַ אינסטיטוציע ניט עקזיסטירן ווי אַ פֿולבלוטיקער אַקאַדעמישער צענטער. און נאָך איין וווּנטש: וואָס מער אינטערעסאַנטע און ניצלעכע פּראָיעקטן, וועלכע זאָלן סטימולירן די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט.