ווען טאַטע־מאַמע גטן זיך, באַקומט די מאַמע, בדרך־כּלל, דעם אויפֿזיכט אויף די קינדער. דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, ווײַל געוויינטלעך איז די מאַמע (כאָטש לויט די טראַדיציאָנעלע סטערעאָטיפּן) דער מענטש, וואָס קאָכט די מאָלצײַטן, וואַשט די וועש, העלפֿט די קינדער מיט דער היימאַרבעט און לייגט זיי שלאָפֿן.
אויף ייִדיש געפֿינען זיך טאַקע אָן אַ צאָל וועלטסווערטלעך וועגן דער איבערגעגעבנקייט פֿון דער ייִדישער מאַמען: ס׳איז נישטאָ קיין געטרײַערס ווי אַ מוטער; די וואַרעמסטע בעט איז דער מאַמעס; אויף דער זון איז גוט צו זיצן, און לעבן דער מאַמען איז גוט צו וווינען; אַ מאַמע איז ווי אַ מזוזה; וואָס אַ קינד זאָל נישט דעררעדן, וועט די מוטער אים פֿאַרשטיין.
פֿון דעסטוועגן, קאָן די פּרעפֿערענץ פֿאַר דער מאַמען שאַפֿן ערנסטע פּראָבלעמען פֿאַר די באַציִונגען צווישן די קינדער און דעם טאַטן, בפֿרט אויב די מאַמע באַרעדט אים פֿאַר די קינדער — אַן אָפֿטע דערשײַנונג אויב דער גט־פּראָצעס איז געווען אַ ביטערער און אַן אויסגעצויגענער. אויב די קינדער הערן אָפֿט שלעכטע זאַכן וועגן דעם טאַטן, קאָן עס זיי איבערצײַגן אים ווייניקער צו באַזוכן — צום טייל, ווײַל זיי הייבן שוין אָן אַליין צו גלייבן, וואָס די מאַמע זאָגט, און צום טייל, ווײַל זיי ווילן זי נישט "פֿאַרראַטן", און דערבײַ ריזיקירן מיט איר ליבשאַפֿט.
בײַ פֿרומע ייִדישע משפּחות, איז עס נאָך מער קאָמפּליצירט, ווײַל דאָס משפּחה־לעבן איז געקניפּט־און־געבונדן מיט די פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס פֿון דער קהילה: מיט דער שיל; דער טאָגשול, וווּ די קינדער לערנען זיך; די כּשרע קראָמען, דער מיקווה, אאַז״וו. אַפֿילו אין די גרויסע שטעט, איז אַ פֿרומע קהילה אָפֿט מאָל געגליכן צו אַ שטעטל. ווען אַ משפּחה מאַכט דורך אַ קריזיס — צי עס רעדט זיך וועגן אַן ערנסטער קראַנקייט אָדער וועגן אַ גט — פֿאַרשפּרייט זיך די נײַעס זייער גיך. ייִדן שמועסן וועגן דעם נאָכן דאַווענען, בײַ די שבתדיקע מאָלצײַטן אין דער היים, און הײַנטיקע צײַטן — אויך דורך בליצפּאָסט.
פֿאַר די קינדער פֿון די געגטע עלטערן, קאָן אָט די צוגעבונדנקייט צו דער קהילה זײַן אַ גרויסע מעלה, ווײַל פֿרומע ייִדן האַלטן, אַז כּל ישׂראל ערבֿים זה בזה, יעדער ייִד האָט אַן אַחריות איינער פֿאַרן אַנדערן. מע וועט די קינדער, למשל, אָפֿטער פֿאַרבעטן אויף שבתדיקע און יום־טובֿדיקע מאָלצײַטן, אָדער צוהעלפֿן דער מאַמען (אָדער דעם טאַטן) מיטן קינדהיטן, אײַנקויפֿן, און אַנדערע זאַכן.
אָט די היימישקייט קאָן אָבער אויך שאַטן די קינדער, בפֿרט אויב די פֿרײַנד פֿון די עלטערן נעמען אָן די קריוודע פֿון איין צד אָדער דעם צווייטן. די קינדער זענען נישט בלינד; זיי קאָנען גלײַך דערשפּירן מיט וועמען זיי "מעגן" זיך איצט שפּילן, און מיט וועמען — נישט. און צוליב דעם וואָס מע זעט יענע "פֿאַרבאָטענע" קינדער סײַ אין שול, סײַ אין שיל, איז די שפּאַנונג נאָך שטאַרקער.
הגם בײַ ייִדן בכלל איז די סטאַטיסטיק פֿון גטן ענלעך צו דער אַלגעמיינער סטאַטיסטיק (50%), איז עס בײַ די פֿרומע ייִדן היפּש ווייניקער. קיין פּינקטלעכע ציפֿערן זענען נישטאָ, אָבער די עקספּערטן שאַצן, אַז בערך 25% פֿון די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פּאָרפֿעלקער גטן זיך, און בײַ די שטאַרק־פֿרומע — בערך 10%. ווי עס זאָל נישט זײַן, גטן זיך די פֿרומע ייִדן הײַנט אַ סך מער ווי אַ מאָל.
ווען אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק גט זיך, קאָן עס ווערן אַ סך מער קאָמפּליצירט ווי בײַ אַנדערע מענטשן. לויטן דין, מוז דער מאַן געבן זײַן פֿרוי דעם גט־קאָנטראַקט, כּדי עס דורכצופֿירן. מיט אַנדערע ווערטער, אויב זי וויל דעם גט, און ער נישט, קאָן ער מאַניפּולירן מיט דער סיטואַציע פֿאַר זײַנעטוועגן, ווי, למשל, אַרויסקוועטשן מער הנחות פֿון איר. אויב זי גיט אים נישט נאָך, קאָן ער צוריקהאַלטן דעם גט און ווי אַ פּועל־יוצא, ווערט זי אַן עגונה, אַ פֿאַרלאָזט ווײַב.
אַן עגונה וועט געוויינטלעך זיך ווענדן צום רבֿ, אָדער צו אַ בית־דין, וועגן אַ מאַן וואָס וויל איר נישט געבן קיין גט. אָבער אויב דער מאַן איז אײַנגעשפּאַרט, איז נישטאָ קיין סך וואָס די רבנים קאָנען טאָן. אין די אַמאָליקע צײַטן האָט מען געהאַט אַ פּשוטן ענטפֿער: אויב דער מאַן האָט נישט געפֿאָלגט די רבנים, האָט מען אים באַפֿאַלן אין אַ הינטערגעסל און גוט צעבלוטיקט, ביז ער האָט מסכּים געווען.
הײַנט פּרוּווט מען העלפֿן די עגונות אויף אַנדערע אופֿנים. געוויסע רבנים וועלן, למשל, עפֿנטלעך דערקלערן בײַם עמוד, אַז דער מאַן טאָר מער נישט איבערטרעטן די שוועל פֿון דער שיל, ביז ער וועט נישט מסכּים זײַן צו געבן דער פֿרוי אַ גט. אַזוי האָט הרבֿ אַבֿי ווײַס, פֿונעם "היברו אינסטיטוט אין ריווערדייל", געטאָן מיט בערך 15 יאָר צוריק, און מיט דער צײַט האָט דער מאַן טאַקע נאָכגעגעבן. הגם די געשיכטע האָט זיך געענדיקט צום גוטן, איז אַזאַ עפֿנטלעכער קאָנפֿליקט צווישן מאַן־און־ווײַב אָפֿט מאָל אַ שווערער עול פֿאַר די קינדער.
אַ מאָל איז די שפּאַנונג צווישן מאַן־און־ווײַב אַזאַ ביטערע, אַז איינער פֿאַרלאָזט דאָס פֿרומע לעבן אין גאַנצן. בײַ איין געגטן פּאָרפֿאָלק וואָס איך קען, האָט די מאַמע, וואָס האָט געהאַט דעם אויפֿזיכט אויף די צוויי קינדער, אויפֿגעהערט היטן שבת און כּשרות, און פֿאַרשריבן די קינדער אין אַ נישט־ייִדישער פּריוואַטער שול. אַ יאָר לאַנג האָט די 13־יאָריקע טאָכטער אויסגעמיטן אַלע מינים קאָנטאַקט מיטן טאַטן: נישט באַזוכט, נישט געענטפֿערט אויף זײַנע טעלעפֿאָנען אָדער בריוו. זי האָט זיך אַרײַנגעלאָזט אין איר נײַעם פֿרײַען לעבן־שטייגער מיט אַ ברען...
ווי דאָס מיידל האָט מיר אָבער שפּעטער אַליין דערציילט, האָט זי דאָס געטאָן, פּשוט ווײַל עס האָט זיך איר געדאַכט, אַז זי האָט נישט קיין ברירה. זי האָט נישט געוואָלט זיך קעגנשטעלן איר אַנטי־רעליגיעזער מאַמע, האָט זי אָפּגעהאַקט די פֿאַרבינדונג מיטן טאַטן און מיט ייִדישקייט. זי איז אָבער געווען אַזוי אומגליקלעך מיט דער מאַמען, אַז צום סוף, איז זי אַנטלאָפֿן צום טאַטן; זי וווינט איצט מיט אים און גייט אין אַ פֿרומער ייִדישער טאָגשול. הײַנט דריקט זי אויס רחמנות אויף איר 10־יאָריקן ברודער, וואָס וווינט נאָך אַלץ בײַ דער מאַמען, און ראַנגלט זיך ווײַטער מיט די קעגנאַנאַנדיקע לעבן־שטייגערס פֿון זײַנע עלטערן.
ווען אַ קינד בלײַבט פֿרום, וועט ער געפֿינען אויך אַנדערע אופֿנים ווי זיך אַנטקעגנצושטעלן איינעם פֿון די עלטערן. אַ געגטע מאַמע וואָס איך קען, האָט איין מאָל באַקומען אַן אומגעריכטן בריוו פֿונעם בית־דין, אונטערגעשריבן פֿון איר 19־יאָריקן זון, וואָס האָט געטענהט, אַז זי איז אים שולדיק געלט. הגם זי האָט באַשולדיקט איר געוועזענעם מאַן, אַן אַדוואָקאַט, אין אונטערהעצן דאָס קינד, האָט דער זון דערקלערט, אַז דאָס איז געווען זײַן אייגענער באַשלוס. צום סוף, זענען די מאַמע און זון געקומען צו אַן אויסגלײַך.
הײַנט קומט דער זון, שוין אַליין אַ באַווײַבטער מיט אַ קינד, זייער גוט אויס מיט דער מאַמען, און ער איז זיך מודה, אַז דער טאַטע האָט אים דעמאָלט טאַקע געטריבן צו נעמען די מאַמע אין בית־דין. אַז מע פֿרעגט אים, פֿאַר וואָס האָט ער זיך געלאָזט אײַנרעדן, גיט ער אַ פּשוטן ענטפֿער: "איך האָב אים געוואָלט צו ליב טאָן."