דער געדאַנק, אַז אַ קרענק איז אַ בייזער שד איז אַ גאָר אַלטער |
איינער פֿון די ערשטע סטודענטן, מיט וועלכע איך האָב זיך באַקענט, וואָס האָט שטודירט פֿאָלקלאָר, איז געווען אין מיטן פֿון שרײַבן זײַן דיסערטאַציע אויף דער טעמע — "פֿאָלקס־רפֿואות פֿאַר הינט אין די אַפּאַלאַטשיער בערג". אַז מע קען פֿאָרשן און שרײַבן באַריכות וועגן הינטישער מעדיצין איז מיר קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, און וועגן דעם פֿעלד פֿון פֿאָלקס־מעדיצין האָב איך אָנגעהויבן מער צו טראַכטן: ווי קען מען אויסגעפֿינען מער וועגן דעם אינעם ייִדישן לעבן פֿון מיזרח־אייראָפּע, און וווּ קען מען לייענען מכּוח דעם אין דער ליטעראַטור.
ס'האָט זיך אַרויסגעשטעלט, אַז וואָס שייך לעבעדיקע מענטשן, איז אין גאַנצן נישט שווער צו זאַמלען הײַנט מאַטעריאַלן וועגן פֿאָלקס־מעדיצין בײַ ייִדן. עס זעט אויס, אַז די סגולות און "באַבסקע"־רפֿואות פֿון זיידעס און באָבעס געדענקט מען אויף לאַנגע יאָרן. בפֿרט געדענקט מען די אָפּשפּרעכענישן פֿון אַן עין־הרע, און דאָס איז אַ גאַנץ גוט אויסגעפֿאָרשטע טעמע — רעגינאַ ליליענטאַל און ש. אַנ־סקי האָבן לענגערע שטודיעס אויף דער טעמע געדרוקט. אָבער נישט נאָר האָט דער עלטערער דור געניצט און געגלייבט אין די רפֿואות, נאָר אויך רבנים, רביים, און שטעטלדיקע ייִדן פֿון אַלע דורות.
אין די ייִדישע געזונט־ און מעדיצין־זשורנאַלן פֿון אַמאָל קען מען אויך געפֿינען אַ שלל מאַטעריאַלן. דער פֿאָלקלאָריסט נ. ווייניג האָט אינעם זשורנאַל "סאָציאַלע מעדיצין" עטלעכע אַרטיקלען אויף דער טעמע פּובליקירט. אין זײַן קורצן עסיי "דאָס אַרויסטרײַבן די קראַנקייט אויף וויסטענישן" (געדרוקט דאָרטן אין 1935) האָט ווייניג געשטעלט פֿאַר זיך אַ ציל צו פֿאַרגלײַכן די גלייבעניש פֿון אָפּשפּרעכן אַן עין־הרע אין פֿאַרשיידענע קולטורן. ער האָט נישט נאָר גוט געקענט פּויליש און דעם פּוילישן פֿאָלקלאָר, נאָר אויך די פֿאַרגלײַכיקע פֿאָלקלאָריסטישע ליטעראַטור פֿון אַ סך פֿעלקער.
אויף ייִדיש הערט מען געוויינטלעך אין אַזאַ אָפּשפּרעכעניש "אויף אַלע פּוסטע פֿעלדער, אויף אַלע פּוסטע וועלדער", אָדער אַן ענלעכן וואַריאַנט. אָפּצושפּרעכן דעם מענטש מיט דער הויטקרענק, רויז, האָט ווייניג געפֿונען אינטערעסאַנטע פּאַראַלעלן בײַ די אוקראַיִנער, פּאָליאַקן און אַנדערע. אין מאָראָוויע טרײַבט מען די רויז "אויף בערג און אויף טאָלן, אויף גרויסע מדבריות, פֿון וואַנען מע קערט זיך נישט אום!". דער סערב פֿאַרטרײַבט מיטן אויסדרוק "טשעפּע זיך אָפּ בוהײַ, דײַן אָרט, נישט הי, גיי אַוועק אין גליל־טאָל, וווּ נישטאָ קיין קלויסטער, וווּ אָקסן רעווען נישט, שעפּסן מעקן נישט, הינט בילן נישט, וווּ ס'איז גאָרנישט נישט". דער ליטווינער זאָגט "זי זאָל גיין אויפֿן ים, וווּ קיין האָן קרייעט נישט.."
ווייניג האָט אויך געוואָלט באַווײַזן די "פּרימיטיווע" וואָרצלען פֿון דעם פֿאָלקלאָר און גיט גאָר אַלטע דוגמאות פֿון אַמאָל. אין תּוך גענומען, שפּיגלט אָפּ דער שפּרוך, דעם געדאַנק, אַז מע באַטראַכט די קרענק ווי אַ רוח וואָס דאַרף פֿאַרטריבן ווערן. זײַן "היים" זענען די פּוסטע פֿעלדער, וועלדער — הייסט עס, אַז מע טרײַבט די קרענק־רוחות אַהיים, וווּ זיי געהערן. דער זעלבער ווייניג האָט אַ גאָר אינטערעסאַנטע אַרבעט אין אַן אַנדער נומער "סאָציאַלע מעדיצין" וועגן דעם אופֿן פֿון אויסהיילן אַ פּאַרעך בײַם פֿאָלק (די אונטערשטע שורה — די רפֿואה טוט וויי!).
דער ייִוואָ־באַנד "ייִדישער פֿאָלקלאָר" (1938) פֿאַרמאָגט איינע פֿון די בעסטע זאַמלונגען פֿון סגולות בײַ ייִדן, און די געזאַמלטע מאַטעריאַלן דעקן אַ גרויסן שטח פֿון פּוילן און די שכנותדיקע לענדער. אַ פּיאָנערישע אַרבעט אין דעם פֿעלד האָט געשריבן א. סאָסנאָוויץ אינעם זשורנאַל "ייִדישע פֿילאָלאָגיע" (1924) וועגן פֿאָלקס־מעדיצין אין ווײַסרוסלאַנד.
ווי פֿריִער דערמאָנט, האָבן נישט נאָר אַלטע באָבעס געניצט פֿאָלקס־מעדיצין צו היילן מענטשן, נאָר אויך רבנים און רביים. אין דער טויזנט־יאָריקער "שאלות און תּשובֿות"־ליטעראַטור ליגט אַן אוצר פֿון דעם מין פֿאָלקלאָר. אין זײַן בוך "כּישוף־מאַכער, רעליגיעזע פֿירער און דאָקטוירים" [Magicians, Theologians and Doctors] האָט דער מחבר ה. זימלס דורכגעבלעטערט הונדערטער ספֿרים און געזאַמלט גאָר אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן.
צווישן די רפֿואות און סגולות וואָס ווערן דאָרטן דערמאָנט און וועלכע מע דאַרף אײַנשלינגען: מילך פֿון אַ ציג (ווערט שוין דערמאָנט אין דער גמרא), בלוט פֿון אַ חיה באַלד נאָך דעם ווי מע שעכט זי, בלוט פֿון אַ באָק געטרוקנט אויף דער זון, מענטשלעכע מילך און שלאַנגען־יויך (אין איטאַליע, 18טן יאָרהונדערט), וואַסער וווּ מע האָט געקאָכט געזײַערטע עפּל, וואַסער מיט צעריבענע מאַנדלען, ביר, מאַשקע מיט עסיק און האָניג (שפּאַניע אינעם 13טן יאָרהונדערט). קאַווע האָט געהאָלפֿן קעגן קאָפּווייטיק.
אַפֿילו מומיעס, אויסגעטריקנטע קערפּער, האָט מען געניצט אויסצוהיילן דעם קראַנקן, און נישט נאָר אין מיצרים. ר׳ אליעזר אַשכּנזי פֿון פּוילן (געשטאָרבן אין 1585) האָט מפֿרש געווען לוטס פֿרוי וואָס איז געוואָרן אַ זײַל פֿון זאַלץ אַזוי:
"ווי מיר ווייסן הײַנט, ווען אַ מאַן איז אויפֿן וועג צו אַ ווילדעניש און אַ זאַמד־שטורעם באַפֿאַלט אים און ער קען נישט אַנטלויפֿן ווערט ער צוגעדעקט מיט זאַמד. ווען וואַנדערער געפֿינען דעם טויטן מיט יאָרן שפּעטער נעמט מען אים צו "מעדיצין־סוחרים" און מע רופֿט אים אַ מומיע. אַזוינע מומיעס ניצט מען נאָך הײַנט אין דער מעדיצין".
פֿישאייל האָט געהיילט אַ הוסט. מילך פֿון אַן אייזל (נאָר אַ נקבֿה־אייזל!) האָט געהיילט אַסטמע. אַן אתרוג־מאַשקע האָט מען געניצט פֿאַר האַרץ־קרענק. דאָס טרינקען אורין העלפֿט היילן די געלע זאָך. עפּילעפּסיע אין דײַטשלאַנד, אינעם 13טן יאָרהונדערט, האָט מען געהיילט מיט פֿאַרשיידענע אינסעקטן, יויך פֿון יאַטשערקעס, אָדער אַן איי פֿון אַן אומריינעם פֿויגל. צו היילן משוגעת האָט מען געגעסן אַ הון וואָס איז געשטאָרבן מיט אַ נאַטירלעכן טויט.
אַמאָל קומען זיך צונויף די "אָפֿיציעלע" מעדיצין און פאָלקס־מעדיצין. דאָס געוויקס אזובֿ וואָס שטאַמט פֿונעם אַרום דעם מיטללענדישן ים, ווערט דערמאָנט אין חומש עטלעכע מאָל ווי אַ רפֿואה, און ביזן 15טן יאָרהונדערט האָבן רבנים דאָס פֿאַרשריבן אויף פֿאַרשיידענע קרענק. ווען מע האָט אַנטדעקט פּענעצילין, האָט מען אויסגעפֿונען, אַז מע קען זי געפֿינען אין אַלטע, הויזגעטריקנטע אזובֿ־געוויקסן, און מע האָט דעם מעדיקאַמענט צוגעגרייט פֿון אזובֿ.
אין שפּאַניע אינעם 13טן יאָרהונדערט איז אַ קאָרטן־שפּילער משוגע געוואָרן. ער איז ווידער געזונט געוואָרן, אָבער שפּעטער, פֿון צײַט צו צײַט, ווידער משוגע געוואָרן. מע האָט באַמערקט, אַז ער פֿילט זיך בעסער ווען ער שפּילט אין קאָרטן, האָט דער רבֿ געפּסקנט, אַז אין דעם פֿאַל, מיט אַזאַ ערנסטער קרענק, זאָל מען דערלאָזן די עבֿירה אויב ס'העלפֿט האַלטן אים בײַם לעבן. וווּ נעמט מען אַזאַ דאָקטער הײַנט?