ליטעראַטור

דער בונד׃ דאָקומענטן און מאַטעריאַלן, 1894 — 1921.
מאָסקווע׃ "ראָסספּען", 2010

די געהיימע אָרגאַניזאַציע מיט דעם הויכן נאָמען "דער אַלגעמיינער ייִדישער אַרבעטער־בונד" איז געשאַפֿן געוואָרן אום יום־כּיפּור פֿון 1897 דורך אַ גרופּע פֿון דרײַצן מענטשן, וועלכע האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אין אַ קליין שטיבל אין דער ווילנער אָרעמער געגנט לוקישקעס. דאָס זײַנען געווען דעלעגאַטן פֿון עטלעכע סאָציאַליסטישע קרײַזלעך פֿון ליטע און פּוילן, וועלכע האָבן זיך גרופּירט אַרום צוויי ייִדישע צײַטונגען, דער אונטערערדישער "אַרבעטער־שטימע" און דעם אויסלענדישן "ייִדישער אַרבעטער".

דער "בונד" איז דעמאָלט געווען די גרעסטע און די שטאַרקסטע פּראָלעטאַרישע פּאַרטיי אין רוסלאַנד. אין אַ ספּעציעלן באַריכט פֿאַר דעם אינטערנאַציאָנאַלן סאָציאַליסטישן קאָנגרעס אין פּאַריז אין 1900 האָט דער צענטראַל־קאָמיטעט פֿון "בונד" געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו דערקלערן, פֿאַרוואָס דווקא דער ייִדישער פּראָלעטאַריאַט איז געווען דער סאַמע אָרגאַניזירטער אין רוסלאַנד. דער ייִדישער אַרבעטער האָט געליטן פֿון אַ טאָפּלטער אונטערדריקונג — ווי אַן אַרבעטער און ווי אַ ייִד, בעת די ייִדישע בורזשואַזיע האָט ניט געהאַט קיין צוטריט צו דער פּאָליטישער מאַכט און איז דערפֿאַר ניט געווען בכּוח צו דערשטיקן דעם אָרגאַניזירטן פּראָלעטאַריאַט.

אין דער ערשטער תּקופֿה פֿון דער געשיכטע פֿון "בונד", ביזן יאָר 1905, איז זײַן פֿירערשאַפֿט געווען גאַנץ אָפּגעהיט אין די באַציִונגען מיט דער הויפּט־שטראָמיקער רוסלענדישער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, וואָס איז דעמאָלט געווען צעשפּאָלטן אויף באָלשעוויקעס און מענשעוויקעס. מען האָט ניט געוואָלט פֿאָרשטעלן זייער פּאַרטיי ווי אַ "נאַציאָנאַלע ייִדישע", אָבער איינצײַטיק האָט מען ניט געוואָלט מוותּר זײַן אויף דער פּראָגראַם פֿון "נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע". די דאָזיקע אַמביוואַלענץ האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין די אָפֿיציעלע דאָקומענטן. דער זעלבער באַריכט זאָגט׃ "אויף דער פֿראַגע וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער שפּראַך קאָנען מיר געבן בלויז איין ענטפֿער׃ מיר ווייסן ניט." די "נאַציאָנאַלע זעלבשטענדיקייט" איז פֿאַר די גרינדער פֿון דעם "בונד" געווען בלויז אַ "פּרינציפּ", אָן קיין שום פּראַקטישן אינהאַלט.

די פּאָליטישע אַקטיוויטעט פֿון "בונד" האָט דערגרייכט דעם שפּיצפּונקט בעת דער רעוואָלוציע פֿון 1905, ווען די פּאַרטיי האָט אָרגאַניזירט ייִדישע מאַסן פֿאַר שטרײַקן, דעמאָנסטראַציעס און זעלבשוץ קעגן פּאָגראָמען. די באַריכטן פֿון יענער צײַט זײַנען פֿול מיט שטאָלץ פֿאַר די נצחונות אינעם קאַמף קעגן דעם צאַרישן רעזשים.

אָבער דער "בונד" איז געווען ווייניקער מצליח מיט אויסאַרבעטן און דורכפֿירן אַ קלאָרע פּאָליטישע פּראָגראַם, וואָס וואָלט אים אָפּגעגרענעצט פֿון דער רוסישער סאָציאַל־דעמאָקראַטיע, פֿון איין זײַט, און פֿון די סאָציאַליסטישע ציוניסטישע פּאַרטייען, פֿון דער אַנדערער זײַט. דער "בונד" האָט געפֿאָדערט פֿולע פּאָליטישע און בירגערלעכע גלײַכבאַרעכטיקייט פֿאַר ייִדן אין רוסלאַנד, אָבער דאָס איז געווען אויך אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם פֿון אַלע סאָציאַליסטישע און אַפֿילו ליבעראַלע פּאַרטייען. וואָס שײַך דער "נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע", איז דאָס געווען אַ נעפּלדיקער באַגריף, וואָס מען האָט אויסגעטײַטשט ווי "דאָס איבערגעבן פֿון אַלע קולטורעלע פֿונקציעס פֿון דער מלוכה צו דער נאַציע גופֿא". אָבער דערבײַ איז דער "בונד" געווען קעגן דעם פּרינציפּ פֿון דער נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט, בפֿרט קעגן דער פֿאָדערונג פֿון פּוילישער אומאָפּהענגיקייט.

די דאָזיקע פּאָליטישע אומבאַשלאָסנקייט איז געווען איינע פֿון די סיבות פֿון דער ירידה פֿון דעם "בונד" נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט דער רוסישער "בונד" אָנגעוווירן זײַן היסטאָריש "היימלאַנד" אין דער ליטע, פּוילן און ווײַסרוסלאַנד, וואָס זײַנען אָקופּירט געוואָרן דורך דער דײַטשישער אַרמיי. די פֿעברואַר־רעוואָלוציע האָט געלייזט די פּראָבלעם פֿון דער ייִדישער גלײַכבאַרעכטיקייט. דער ענין פֿון דער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אויטאָנאָמיע איז געוואָרן ווייניקער אַקטועל נאָך דעם, ווי די באָלשעוויסטישע מאַכט האָט אָנגעהויבן צו שטיצן די ייִדישע פּרעסע, שולן און קולטורעלע אַנשטאַלטן.

אַוודאי, ניט אַלע בונדיסטן האָבן געשטיצט די קאָמוניסטישע דיקטאַטור, און די דאָקומענטן פֿון די יאָרן 1917 — 1919 אַנטפּלעקן שטאַרקע חלוקי־דעות צווישן דער פֿירערשאַפֿט פֿון דעם "בונד" מכּוח די באַציִונגען מיט דער באָלשעוויסטישער מאַכט. אייניקע פֿירנדיקע מיטגלידער, ווי למשל רפֿאל אַבראַמאָוויטש, האָבן סוף־כּל־סוף פֿאַרלאָזט רוסלאַנד און געמאַכט אַ יד־אחת מיט די מענשעוויקעס. אָבער דאָס האָט געהאַט אַ קנאַפּן שײַכות צו דעם מצבֿ פֿון די ייִדישע מאַסן. דער "בונד" האָט שוין ניט פֿאַרמאָגט קיין מאַסן־באַזע, כּדי זיך אַנטקעגנצושטעלן דער אַגרעסיווער באָלשעוויסטישער פּאָליטיק. אין 1921 איז דער "בונד" אין רוסלאַנד אָפֿיציעל "אַרײַנגעטראָטן" אין דער רוסלענדישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.

די 86 דאָקומענטן, וואָס זײַנען אַרײַן אין דעם וואָגיקן באַנד פֿון מער ווי 1,300 זײַטן, דערציילן די געשיכטע פֿון "בונד" אין רוסלאַנד פֿון אָנהייב ביזן סוף. זיי שטאַמען פֿון די סאָוועטישע אַרכיוון, אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען קאָפּיעס, וואָס דער מאָסקווער לענין־אינסטיטוט האָט אָפּגעקויפֿט בײַ דעם "בונד"־אַרכיוו אין בערלין אין 1925 פֿאַר מער ווי צוואַנציק טויזנט דאָלאַר.

די דאָזיקע אויסגאַבע איז אַרויס אין דער סעריע "פּאָליטישע פּאַרטייען פֿון רוסלאַנד, סוף 19טן — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, די דאָקומענטאַלע ירושה"; און איז געמאַכט לויט די סאָוועטישע אַקאַדעמישע תּקנות, מיט אַ הקדמה, אַ נאָכוואָרט און הערות, וואָס דערקלערן דעם אָפּשטאַם פֿון די דאָקומענטן און די כראָנאָלאָגיע פֿון די געשעענישן. צום באַדויערן, האָבן די רעדאַקטאָרן ניט קיין אַנונג פֿון דער רײַכער היסטאָרישער ליטעראַטור וועגן דעם "בונד" און דער ייִדישער פּאָליטישער געשיכטע, וואָס איז אַרויס אויף אַנדערע שפּראַכן. זיי זײַנען מומחים אויף דער געשיכטע פֿון דער רוסישער סאָציאַל־דעמאָקראַטיע, און מעטאָדאָלאָגיש בלײַבן זיי אין די גרענעצן פֿון דער אַלטער גוטער סאָוועטישער "געשיכטע פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי", וואָס איז געווען אַן אָבליגאַטאָרישע דיסציפּלין אין אַלע אַנשטאַלטן פֿון העכערער בילדונג. אָבער דאָס מינערט ניט דעם דאָקומענטאַלן ווערט פֿון דער גרינטלעכער זאַמלונג פֿון אוניקאַלע היסטאָרישע מקורים, וואָס רעדן פֿאַר זיך.