פֿאַרשײדנס
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלעג יוריעוו
אָלעג יוריעוו

אין דײַטשלאַנד קאָן מען הײַנט טרעפֿן אַ וועלט מיט רוסישע שרײַבער־אימיגראַנטן (לויט אייניקע קוואַלן — אַרום 160 שרײַבער). וועגן אייניקע פֿון זיי, מער באַוווּסטע, געקומען מיט דער דריטער עמיגראַציע־כוואַליע, האָב איך שוין דערציילט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". הײַנט גיי איך אײַך באַקענען מיט אַ שרײַבער, וואָס נישט געקוקט אויף זײַנע מעסיקע טאַלאַנטן, איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין די ליטעראַרישע קרײַזן פֿון דײַטשלאַנד. איך מיין דאָ, אָלעג יוריעוו.

זײַן פּיעסע "מרים" איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף דײַטש און ווערט אויפֿגעפֿירט אין די אָרטיקע טעאַטערס; כּמעט אַלע זײַנע דערציילונגען און ראָמאַנען זײַנען איבערגעזעצט אויף דײַטש, אָדער רעצענזירט געוואָרן אין דער דײַטשישער פּרעסע. יוריעווס פּערזענלעכקייט ציט צו די דײַטשישע סלאַוויסטן, וועלכע פֿאַרבעטן אים אויף זייערע אונטערנעמונגען; ער האָט שוין באַקומען אַלע פּרעמיעס פֿאַר די שרײַבער־אימיגראַנטן... שטעלט זיך די פֿראַגע: שוין זשע איז טאַקע אויפֿגעגאַנגען אַ נײַער ליטעראַרישער שטערן אויפֿן רוסיש־דײַטשישן הימל?

בפֿירוש — ניין! אַזוי הויך שאַצט מען נאָך נישט אָפּ יוריעווס טאַלאַנט. נאָך מער: אַפֿילו צווישן זײַנע אָנהענגער איז שווער צו געפֿינען עמעצן וואָס זאָל טאַקע געהאַט איבערגעלייענט אַלע זײַנע ווערק. ווען מע פֿרעגט וועגן דעם די דײַטשן, זאָגן זיי: יאָ, עפּעס האָב איך וועגן אים געהערט, אָבער ער איז דאָך זייער פּאָפּולער אין רוסלאַנד! וואָס שייך רוסלאַנד, ווייסט דאָרט ווייניק ווער וועגן אַזאַ שרײַבער; און אויב מע ווייסט שוין יאָ, גיט מען צו: ער האָט זיך דערשלאָגן אַ גרויס דערפֿאָלג אין דײַטשלאַנד!

ווער זשע איז ער, דער סודותפֿולער שרײַבער אין דײַטשלאַנד, וואָס שרײַבט אין רוסיש אויף ייִדישע טעמעס און שמט צווישן די דײַטשן פֿאַר אַ רוסישן אינטעלעקטואַל... אָלעג יוריעוו?

יוריעוו איז געבוירן געוואָרן אין 1959 אין לענינגראַד, וווּ ער האָט פֿאַרענדיקט דעם פֿינאַנץ־עקאָנאָמישן אינסטיטוט. גאָר פֿרי איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט פּאָעזיע און האָט אָרגאַניזירט, צוזאַמען מיט אַנדערע יונגע פּאָעטן, די ליטעראַטור־גרופּע "באַגאַזש־קאַמערע". אין יאָר 1989 לאָזן זיי אַרויס די ערשטע זאַמלונג, וווּ עס ווערט געדרוקט אַ ציקל פֿון זײַנע לידער. און כאָטש צו יענער צײַט האָט די מאַכט שוין נישט פֿאַרפֿאָלגט די פֿרײַ־דענקענדיקע פּאָעטן, האָט די גרופּע "באַגאַזש־קאַמערע" געשמט ווי אַ דעסידענטישע, וואָס שטייט אין אַ קאָנפֿראָנטאַציע מיט דער מאַכט.

אין 1990 האָט זיך פֿאַר די ייִדן באַוויזן די געלעגנהייט אַרויסצופֿאָרן קיין דײַטשלאַנד. יוריעוו האָט די דאָזיקע געלעגנהייט באַלד אויסגענוצט און זיך באַזעצט אין פֿראַנקפֿורט אַם מײַן. שוין פֿון די ערשטע טעג האָט ער אָנגעהויבן דרוקן זײַנע לידער און דערציילונגען אין די רוסישע אימיגראַנטישע אויסגאַבעס; אויפֿגעטראָטן אויף ראַדיאָ "סוואָבאָדאַ". אין דער זעלבער צײַט האָט ער פּובליקירט זײַנע ווערק אין רוסלאַנד, מערסטנס — אין די פּראָווינץ־זשורנאַלן. אין רוסלאַנד האָט ער טאַקע זײַנע ווערק פּובליקירט, אָבער "פֿאַרקויפֿט" זיי אויפֿן דײַטשישן מאַרק, אויסמײַדנדיק דאָ די רוסיש־שפּראַכיקע לייענערשאַפֿט.

פֿאַר וואָס האָט ער עס געטאָן? ווײַל דער רוסישער לייענער וואָלט באַלד דערקענט אין זײַן פּיעסע "מרים" איסאַק באַבעלס ווערק; שוין אָפּגערעדט וועגן זײַנע ראָמאַנען, וואָס מע קען דאָרט בכלל זיך ברעכן דעם קאָפּ. די ראָמאַנען פֿלעגן דאָ "וואַקסן", ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן: "האַלב־אינדזל זשידיאַגין", "נײַער גולם, אָדער די מלחמה פֿון זקנים און קינדער", און לסוף, דער ראָמאַן "ווינעטאַ". איך וויל זיך נישט אַרײַנלאָזן אינעם איבערדערציילן די פֿאַרדרייטע מעשׂיות, איין זאַך איז קלאָר, ווען מע קומט שוין, סוף־כּל־סוף, אָן צו די לעצטע זײַטלעך, זעט מען אַז די גאַנצע פֿאַנטאַסמאַגאָריע איז אַ געמיש פֿון האָמערס "אָדיסיי", גרינס "די לויפֿנדיקע איבער וועלעס", דזשויס "אוליס" און אַנדערע קלאַסישע אַוואַנטור־ראָמאַנען.

פֿרעגט זיך טאַקע: מה־רעש? אָלעג יוריעוו איז נישט דער ערשטער און אַוודאי נישט דער לעצטער שרײַבער, וואָס פּרוּווט צו קאָמפּענסירן דאָס אויספֿעלן פֿון אַ ליטעראַטור־טאַלאַנט מיט "נאָוואַטאָרישע מיטלען" און געשעפֿט־מאַכערישע פֿעיִקייטן. איז אפֿשר בכלל נישט כּדאַי וועגן אים צו רעדן? ס׳וואָלט טאַקע אַזוי געווען, ווען נישט איין קלייניקייט.

צווישן אַלע פּערסאָנאַזשן פֿון יוריעווס ביכער איז דאָ איינער, יולי גאָלדשטיין, וואָס מע קאָן אים געפֿינען, אונטער פֿאַרשידענע פּנימער, אין אַלע זײַנע ווערק. ווער איז דער יולי גאָלדשטיין? דאָס איז אַ רעאַלער מענטש, דער זיידע פֿון יולי יוריעוו.

ייִדל (יולי) גאָלדשטיין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1889, אין אָדעס. פֿון דער שטאָט זײַנען אַרויס באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער, מוזיקער און רעוואָלוציאָנערן. ייִדל איז געוואָרן אַ רעוואָלוציאָנער. זײַן קעמפֿערישער וועג איז געלעגן דורך די באַריקאַדן פֿון 1905; ער איז געצוווּנגען געווען צו אַנטלויפֿן קיין בעלגיע און דאָרט זיך געלערנט אינעם אוניווערסיטעט. נאָכן אומקערן זיך פֿון דער עמיגראַציע איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿון לענינס פּאַרטיי. שפּעטער — נאַטשאַלניק פֿון "ענקאַוועדע" אין דער "אומאָפּהענגיקער סאָוועטישער אוקראַיִנישער רעפּובליק"... דערנאָך איז ער אַליין אַרעסטירט און פֿאַרשיקט געוואָרן אין "גולאַג". נאָך דער באַפֿרײַונג טרײַ געדינט ווײַטער דעם סאָוועטישן רעזשים און געשטאָרבן אין יאָר 1974. אַגבֿ, זײַן רעוואָלוציאָנערישער פּסעוודאָנים איז געווען "יוריעוו". אַזוי אַז דאָס אייניקל, באַגײַסטערט פֿון זײַן זיידנס קעמפֿערישער ביאָגראַפֿיע, האָט פֿאַרביטן זײַן משפּחה־נאָמען גאָלדשטיין אויפֿן העלדישן — יוריעוו.

וואָס זשע פֿאַראייניקט דעם פֿײַערלעכן רעוואָלוציאָנער יוריעוו מיטן מאָדערניסטישן שרײַבער יוריעוו? שׂינאה! דער אַלטער יוריעוו האָט זײַן גאַנץ לעבן אויסגעוואָרצלט די "בורזשואַזע" קולטור לטובֿת דעם ליכטיקן קאָמוניסטישן מאָרגן. יוריעוו דער שרײַבער האָט זײַן אויסגעחלומטע שטאָט ווינעטע באַזעצט מיט מענטשן אָן אַ מין, אָן עלטער, אָן נאַציאָנאַליטעט, אָן רעליגיע, אָן פּאָליטישע אָנשויונגען און קולטורעלע באַדערפֿענישן. דאָס איז שוין נישט קיין קאָמוניסטישער גן־עדן, נאָר אַן אָרט פֿאַר באַשעפֿענישן, וועלכע קאָנען זיך באַגיין אָן דעם אַלעמען, וואָס טראָגט אין זיך די מענטשלעכע ציוויליזאַציע. דווקא אין דער וועלט פֿילט זיך פֿרײַ און באַקוועם דער שרײַבער — אַ וועלט אָן אַן עכטער קולטור, זאָל זײַן אַ רוסישער, אָדער אַ דײַטשישער, אָדער אַ ייִדישער. אַ מין קאָסמאָפּאָליט, וואָס פֿילט זיך אומעטום אַ פֿרעמדער!

צום באַדויערן, טראָגן די פֿאַנטאַזיעס פֿונעם הײַנטיקן גאָלדשטיין נישט ווייניקער סכּנה פֿאַר דער וועלט, ווי ס׳האָבן געטראָגן נעכטן די קאָמוניסטישע מעשׂים פֿונעם אַלטן גאָלדשטיין. דער באָלשעוויסטישער עקספּערימענט האָט אָפּגעקאָסט צענדליקער מיליאָנען מענטשלעכע לעבנס. דער קראַך פֿון דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע האָט פֿון דעסטוועגן נישט פֿאַרמינערט דעם וועלט־פּאָטענציאַל פֿון אַנטי־מענטשלעכקייט און אַנטי־קולטור; עס האָט זיך נאָר געביטן די פֿאָרעם.

די יוגנט־אויפֿברויזן און סעקסועלע רעוואָלוציע פֿון 1968, די באַוועגונג פֿון "נײַע לינקע", די פּרוּוון פֿון ישׂראל־דעלעגיטימאַציע — דאָס אַלץ ווערט צוגעדעקט מיטן שילד פֿון מאָדערנער פּאָליטישער קאָרעקטקייט... די הײַנטיקע ליטעראַרישע עליטע אין דײַטשלאַנד איז אָנגעשטעקט מיט דעם באַציל פֿון אַנטי־קולטור; און דווקא דאָס געפֿינט זי אין די פּערסאָנאַזשן פֿון יוריעווס שאַפֿונגען.