זכרונות, חורבן

געווען איז עס אין ווילנע, לאַנגע יאָרן צוריק. אייניקע פֿון אונדז, שילער פֿון דער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע, וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פֿון געטאָ און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אָדער אין אָנהייב מלחמה באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון דעם אָנגרײַפֿנדיקן נאַצישן שׂונא טיפֿער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און קעמפֿן קעגן די דײַטשן אויפֿן פֿראָנט און אין די פּאַרטיזאַנער־אָטריאַדן, האָבן זיך אומגעקערט אין אונדזער היימשטאָט. יאָרן־לאַנג האָבן מיר געזוכט די שפּורן פֿון נאָענטע, חבֿרים, פֿרײַנד און לערער. ווען עמעץ פֿון די געפֿונענע פֿלעגט קומען צו פֿאָרן קיין ווילנע, פֿלעגט עס פֿאַר אונדז זײַן אַ יום־טובֿ. מיר פֿלעגן זיך צונויפֿקומען און פֿאַרברענגען צוזאַמען אַן אָוונט אין עננדלאָזע שמועסן און זכרונות.

צום באַדויערן, האָבן מיר פֿון אונדזערע לערער קיינעם ניט געפֿונען. קען מען זיך פֿאָרשטעלן, ווי גרויס ס’איז געווען אונדזער פֿרייד, ווען מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז קיין ווילנע איז געקומען צו פֿאָרן פֿון לאָדזש אונדזער ערשטע לערערין פֿון לאַטײַן, בערטע גראָסמאַן. זי האָט אונדז אָנגעהויבן לערנען דאַן, ווען פֿיל פֿון אונדז זײַנען נאָך געווען שילער פֿון אונדזער ייִדיש־וועלטלעכער מיטלשול — פֿון דער גימנאַזיע פֿון סאָפֿיע מאַרקאָוונע גורעוויטש, וועלכע די פּוילישע בורזשואַזע מאַכט־אָרגאַנען האָבן געשלאָסן פֿאַר איר פּראָגרעסיווער אָריענטאַציע אין דער דערציִונג פֿון יוגנט און די גרינדערין און דירעקטאָרין — סאָפֿיע גורעוויטש — געמישפּט און אַרויסגעשיקט פֿון לאַנד. סאָפֿיע מאַרקאָוונע איז דאַן אַוועקגעפֿאָרן צו איר ברודער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און די גימנאַזיע איז רעאָרגאַניזירט געוואָרן אין אַ זעקס־יאָריקער פֿאָלקסשול, וועלכע פֿיל מענטשן אין ווילנע האָבן זי ווײַטער געהאַלטן פֿאַר אַ מוסטערשול צוליב איר הויכן לערן־ניוואָ.

מיר זײַנען דאַן געגאַנגען אין דעם לעצטן קלאַס און מען האָט אונדז געגרייט אַריבערצופֿירן גלײַך אין צווייטן קלאַס פֿון דער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע. דערפֿאַר האָט מען בײַ אונדז מיט אַ יאָר פֿריִער אײַנגעפֿירט דעם לימוד פֿון לאַטײַן (מיר האָבן געזאָלט האַלטן אַן עקזאַמען), און לערנען האָט אונדז אַנגעהויבן בערטע גראָסמאַן. דער אָבליגאַטאָרישער קעגנשטאַנד איז פֿאַר אונדז געווען זייער שווער און דאָס האָט גורם געווען קאָנפֿליקטן צווישן דעם קלאַס און דער נײַער לערערין.

מיר האָבן דערנאָך, אין דער רעאַל־גימנאַזיע, געהאַט אויך אַנדערע לערער, אָבער ס’האָט געדויערט יאָרן, ביז מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז בערטע גראָסמאַן איז אַ וווילער, האַרציקער מענטש. זי פֿלעגט פֿון אונדז אַ סך פֿאָדערן, זיך דענערווירן, שרײַען, שטעלן צווייען, ווײַל זי האָט געהאַט אַ שווערע אויפֿגאַבע און געמוזט זי אויספֿירן. דערבײַ פֿלעגט זי העלפֿן די שוואַכע שילער, אויף איר אייגענער צײַט זיי לערנען (פֿאַרשטייט זיך, אָן אַ גראָשן געלט), און טאָן עס נאָך די לעקציעס, אָפֿט מאָל בײַ זיך אין דער היים. סוף־כּל־סוף, האָט זי צוגעגרייט דעם קלאַס צום עקזאַמען.

אַ געוויסער פֿאַל האָט זיך לאַנג געדענקט: עטלעכע קונדסים פֿון אונדזער שול, האָבן איין מאָל אָפּגעטאָן בערטען אַ נאַריש שפּיצל: אַרויפֿגעלאָפֿן אויף די טרעפּ צו איר דירה, אָנגעקלונגען אין טיר און זיך גלײַך אַ לאָז געטאָן צוריק. זיי האָבן אָבער ניט באַוויזן צו אַנטלויפֿן. די לערערין האָט אומגעריכט גיך געעפֿנט, זיי דעריאָגט, אײַנגעלאַדן צו זיך און מכבד געווען מיט טיי און אײַנגעמאַכטס. זיי האָבן ניט געוווּסט, וווּהין זיך אַהינצוטאָן פֿון בושה.

...איצט, ווען מיר האָבן זיך געטראָפֿן אין דער דירה פֿון אונדזער חבֿרטע פֿרידע מאַצקעוויטש, האָבן מיר, זיצנדיק בײַם טיש, ניט אַראָפּגעלאָזט קיין אויג פֿון דער לערערין, זיך געוווּנדערט און געפֿרייט, וואָס זי האָט זיך ווייניק געענדערט און געטיילט מיט זכרונות. מיר האָבן אפֿשר מער געשוויגן ווי גערעדט, ס’האָט געוויס גענאָגט דער וואָרעם פֿון חרטה פֿאַר אונדזערע קינדערשע, טייל מאָל ברוטאַלע שטיפֿערײַען. ווי לייענענדיק אונדזערע געדאַנקען, האָט זי געזאָגט: "איך ווייס, אַז אין שול פֿלעגט איר מיך רופֿן 'די שלאַנג’. איך האָב אָבער ניט געהאַלטן אויף אײַך קיין כּעס — פֿאַר דעם וואָס איר האָט ניט געוואָלט לערנען און איך פֿלעג שטעלן אַ סך צווייען... נאָר שטעלט זיך פֿאָר, אַז איצט רופֿן מיך שילער 'די מאַמע’. אויב עמעצן פֿון זיי איז שווער אויפֿן האַרצן, קומט ער צו מיר. איך קעמף מיטן דירעקטאָר פֿאַר יעדן שילער, מען זאָל אים צולאָזן צו דער מאַטורע, אַפֿילו אויב מיט די אַלגמיינע יערלעכע מיינונגען איז בײַ אים ניט אַלץ אין אָרדענונג. ווײַל אַניט וועט ער דאָך פֿאַרלירן אַ שטיק פֿון זײַן יונגן לעבן... (בערטע גראָסמאַן האָט געאַרבעט נאָך דער מלחמה אין אַ ייִדישער מיטלשול אין לאָדזש, פּוילן, און איז געווען דאָרט די פֿאַרטרעטערין פֿון דירעקטאָר).

...אַ געוועזענער שילער פֿון אַ ייִנגערן קלאַס פֿון דער רעאַל־גימנאַזיע, בעניע מאַצקעוויטש (פֿרידעס ברודער, וואָס האָט נאָך דער מלחמה שוין פֿיל אויפֿגעטאָן אויף זײַן פּאָסטן אין דער פּאַפּיר־אינדוסטריע פֿון ליטע), איז הײַנט געקומען אויף אונדזער צוזאַמענטרעף יום־טובֿדיק אָנגעטאָן און האָט אונטערגעטראָגן דער לערערין אַ בוקעט רויזן פֿון זײַן גאָרטן. איצט איז ער אַרויס פֿונעם צימער, אַרײַנגעטראָגן פֿונעם קאָרידאָר אַן אויסגעבליאַקעוועטן רוקזאַק און אַרויסגענומען פֿון אים אַן אַלט געניצט בוך. די פֿאַרזאַמלטע האָבן קוים דערקענט דעם לערנבוך פֿון לאַטײַן, וועלכן בעניע האָט געעפֿנט און מיט התמדה אָנגעהויבן לייענען:

"Quousque tandem abutere Catillina patientia nostra", וואָס באַטײַט: "ווי לאַנג, קאַטילינאַ, וועסטו נאָך אויספּרוּוון אונדזער געדולד" (אויף וויפֿל איך געדענק, זײַנען דאָס ווערטער פֿון אַ רעדע פֿון יוליוס קייסער). און ווײַטער, פֿאַרמאַכנדיק דאָס בוך, זאָגט בעניע פֿײַערלעך: "טײַערע לערערין, amata nobis quantum amabitur nulla (באַליבטע בײַ אונדז אַזוי ווי קיין שום אַנדערע)! צי ווייסט איר, אַז דאָס דאָזיקע בוך איז געווען מיט מיר אין אַלע קאַמפֿן, אַז איך האָב עס געטראָגן אין מײַן זעלנערישן רוקזאַק אין משך פֿון דער גאַנצער מלחמה פֿון באַלאַכנאַ אויף דער וואָלגע ביז קורלאַנד בײַם באַלטישן ים!"

אַלע זײַנען געווען גערירט פֿון בעניעס אומדערוואַרטער אַנטפּלעקונג און די אויגן פֿון אונדזער לערערין זײַנען פֿאַרנעפּלט געוואָרן פֿון טרערן. זי האָט געזאָגט צו איר שוין גראָ־ווערנדיקן געוועזנעם שילער: "איז דאָך עפּעס געבליבן אין דײַן קאָפּ פֿון דעם, וואָס כ’האָב דיך געלערנט".

אין דער מינוט האָב איך אַ קלער געטאָן, אַז בערטע גראָסמאַנס לעבן פֿון אַן עלטער־לערערין (אויף וויפֿל מיר איז געווען באַוווּסט) פֿון לאַטײַן אין אַ ייִדישער גימנאַזיע איז דאָך געווען אַ גליקלעך לעבן. "מײַן פֿאַך וואָלט איך ניט פֿאַרביטן אויף קיין שום אַנדערער!" זי האָט געזאָגט דאָס וויכטיקסטע און מיר האָבן עס פֿאַרשטאַנען.

די פֿאָטאָגראַפֿיע האָב איך געפֿונען אין מײַן אַרכיוו, ווען איך האָב געשריבן דעם עסיי, און זי האָט ווידער אויפֿגערודערט מײַן נשמה. אין אָנהייב זומער פֿון יאָר 1936, ווען מיר האָבן פֿאַרענדיקט דעם פֿערטן קלאַס פֿון דער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע און געדאַרפֿט אַריבערגיין אין אונדזער הומאַניסטישן ליציי (אין יענעם יאָר האָט מען אין פּוילן רעאָרגאַניזירט די לעצטע צוויי קלאַסן פֿון אַלע גימנאַזיעס און ליצייען פֿון פֿאַרשיידענע פּראָפֿילן, זײַנען מיר אַרויסגעפֿאָרן אויף עטלעכע טעג אין אַ זומער־לאַגער, וועלכן מען האָט פֿאַר אונדז אײַנגעאָרדנט אין אַ שיינער געגנט פֿון שטעטל ניעמענטשין, ניט ווײַט פֿון ווילנע, דינגענדיק אַ פּאָר צימערן אין דער היגער שול. מיט אונדז זײַנען געפֿאָרן און דורכגעמאַכט אַ טייל פֿון דער שטרעקע צו פֿוס צוויי פּעדאַגאָגן — דער לערער פֿון גימנאַסטיק משה סאָלאָוויי (אומגעקומען אין עסטאָניע) און לאַטײַן־לערערין בערטע גראָסמאַן (ביידע שטייען אויפֿן בילד פֿון דער רעכטער זײַט). פֿאַר זיי איז אַ ייִנגל פֿון אונדזער קלאַס דאָדקע שקליאַרינסקי, וועלכער האָט געקעמפֿט קעגן די דײַטשן אויפֿן פֿראָנט, אומגעקערט זיך אַהיים, געענדיקט כעמיע אין ווילנער אוניווערסיטעט, אויפֿגעבויט אַ משפּחה (וועלכע זײַן אומגעקומענע מאַמע האָט שוין ניט געזען), גוט געאַרבעט, אָבער פֿרי געשטאָרבן פֿון אַסטמע. לעבן דער לערערין פֿון רעכטס שטייט, אַזאַ פֿריילעכע, די מוסטערהאַפֿטע שילערין לאה וואַלט, נאָך איר די פּיאַניסטקע פֿון קלאַס פֿרומע סטופּעל (ביידע אומגעבראַכט געוואָרן בעתן חורבן); נאָך זיי בין איך (אלישבֿע פֿײַגענבערג), הײַנט שוין די איינציקע לעבן־געבליבענע צווישן אַלע, וואָס מע זעט זיי אויפֿן בילד. דער זיבעטער איז אונדזער אומפֿאַרגעסלעכער חבֿר באָכע גלעזער, וועלכער איז געשטאָרבן נאָך אין 1937סטן יאָר, אומגעריכט פֿון אַ שווערער קראַנקייט. דאָס ייִנגל מיטן הינטל, אַוורעמקע פּופּקאָ, איז אומגעבראַכט געוואָרן אויף טאָרף־פֿעלדער לעבן ווילנע, וווּ ער האָט געאַרבעט (אין אָנהייב פֿערציקער יאָרן) און האַרציקע צוויי חבֿרים, ביידע דאַנקעס — דער קליינער דאַנקע לובאָצקי און דער גרויסער דאַנקע קוסאָ. די לעצטע פֿון לינקס זײַנען ביידע אומגעקומען אין קאַמף מיטן שׂונא (דער קליינער אין אַ פּאַרטיזאַנער־אָטריאַד און דער גרויסער אין דער ליטווישער דיוויזיע פֿון דער רויטער אַרמיי, אויפֿן פֿראָנט).

אין דער אייבערשטער ריי שטייען (פֿון רעכטס): שׂרה נאָווישאַנסקי (געווען אין ווילנער געטאָ, אומגעקומען), שושנה ראָזנשײַן (געלעבט אין רוסלאַנד, געווען אַ דאָצענט אין אַ הויכשול, געשטאָרבן זײַענדיק שוין אויף פּענסיע) און פֿייגעלע מילנער (אומגעקומען בעתן חורבן).

...ווי ליכטיק זײַנען געווען אין יענעם זומערטאָג פֿון יאָר 1936 די פּנימער, וויפֿל האָפֿענונגען און טרוימען האָט געטראָגן אין דער נשמה יעדערער פֿון אונדז, און וואָס פֿאַר אַ גיהנום איז אויסגעקומען אויסצושטיין דער מערהייט ביזן לעצטן טאָג פֿון זייער לעבן...

האָט זיך מיר געוואָלט, דערציילנדיק וועגן דעם אָוונט, וואָס מיר האָבן פֿאַרבראַכט אין די נאָכמלחמה־יאָרן מיט דער איינציקער לערערין, וואָס מיר האָבן דאַן געטראָפֿן, ברענגען די ליכטיקע פֿאַר־מלחמהדיקע פֿאָטאָגראַפֿיע, וווּ בערטע גראָסמאַן איז מיט אונדז.