‫פֿון רעדאַקציע

ס'האָט אונדז גאָרנישט פֿאַרחידושט דער גוואַלד־פּראָטעסט, וואָס איז אויסגעבראָכן באַלד נאָך דעם, ווי די ישׂראלדיקע ים־כּוחות האָבן פֿאַרהאַלטן די אַזוי גערופֿענע "פֿרײַהייט־פֿלאָטיליע". די פּרעסע איבער דער וועלט האָט שוין אַרויסגעקוקט אויף דער סענסאַציע און נאָר געוואַרט אויפֿן סיגנאַל, כּדי זי צעפּויקן מיט אַלע מיטלען.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: מײַק בורשטיין אין דער הויפּט־ראָלע פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליער, צוזאַמען מיט דני מאַרקוס און נימי ווײַסבראָד אין דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג פֿון "הערשעלע אָסטראָפּאָליע"

איך האָב געפּאַטשט בראַוואָ און געלאַכט צוזאַמען מיטן געפּאַקטן עולם אין זאַל, מיטגעזונגען און מיטגעריסן געוואָרן. הײַנט שטעלט די "פֿאָלקסבינע" די מוזיקאַלישע קאָמעדיע "הערשעלע אָסטראָפּאָליער", מיטן העכסט באַגאַבטן טאַלאַנט וואָס באַשײַנט אונדזער ייִדישן טעאַטער ווי נאָר ער באַווײַזט זיך אויף דער בינע, און דאָס איז נישט קיין אַנדערער ווי מײַק בורשטיין, צוזאַמען מיט אַ וווּנדערלעכן אָפּקלײַב פֿון נײַן אַקטיאָרן און אַקטריסעס, וואָס ייִדיש גליטשט זיך פֿון זייערע ליפּן פֿליסיק און מיט אינטאָנאַציע, זינגען זיי מיט פּרעכטיקע שטימען און טאַנצן ווי בײַ דער מיזינקע אויף דער חתונה. ממש אַ קוועלונג פֿאַר די אויגן.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר איז ניט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן און לייענען אַזאַ געדאַנק: די סאָוועטישע ייִדן, וואָס האָבן געדינט אין דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, זײַנען געוואָרן מער ייִדן, איידער זיי זײַנען געווען פֿאַר דער מלחמה. איך בין זיכער, אַז אַזעלכע פֿאַלן זײַנען געווען. אָבער דורכשניטלעך זעט עס מיר אויס ווי אַן אײַנגערעדטע מעשׂה. איך האַלט אַזוי, ווײַל איך זע ניט קיין קלאָרע באַווײַזן, וועלכע זאָלן באַשטעטיקן די ריכטיקייט פֿון דער דאָזיקער טעאָריע.

פֿאַרשײדנס
פֿון שיקל פֿישמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ניו־יאָרק — די שמאַלצגרוב פֿון פֿעלקער און שפּראַכן
רבותי! שוין לאַנג, לאַנג ווי ס’האָט אונדז ניט געטראָפֿן אַזאַ גליק! די שווערד וואָס איז געהאָנגען איבער אונדזערע קעפּ שוין אַ סך יאָרן (אַפֿילו, לויט דער פּאָפּולערער פּרעסע, אַ סך דורות!), איז נעלם געוואָרן און די ביידע גזירות וואָס דער גורל האָט אויף אונדז גוזר געווען איז אָפּגעשריגן געוואָרן. אָבער איידער מיר זאָגן מיטן פֿולן מויל "ברוך שפּטרני" לאָמיר זיך אַ ביסל בעסער באַקענען מיט דער "שוואַרצער רשימה", מיט אירע איצטיקע "לאָקאַטאָרן" און אויך מיט אירע באַלעבאַטים.

פּאָליטיק, ישׂראל
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ ישׂראלדיקער ים־דעסאַנט דערנענטערט זיך צו אַ שיף פֿון דער "פֿלאָטיליע"
אַן אַלט ייִדיש פֿאָלקסווערטל זאָגט, אַז דער אייבערשטער זיצט אויבן און פּאָרט אונטן: ער שיקט אַראָפּ צרות פּאָרווײַז, צו צוויי מיטאַמאָל. הײַנטיקע וואָך איז געווען — די טאָטאַלע אַנטי־ישׂראלדיקע אָפּשטימונג, מיט דער באַטייליקונג פֿון אַמעריקע, וועגן דעם אַטאָמישן ווערק אין דימונה, און גלײַך אויף צומאָרגנס — דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטישער לינטש קעגן ישׂראל, אין רעזולטאַט פֿון דער "הומאַניטאַרער שלאַכט" אויפֿן אָפֿענעם ים קעגן דער ישׂראלדיקער בלאָקאַדע פֿון עזה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
משה רבינו האָט געשיקט צוועלף מרגלים (אויסשפּירער) אין ארץ־כּנען, איין פֿאָרשטייער פֿון יעדן שבֿט. נאָך זייער מיסיע, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד, וווּ דער אייבערשטער האָט זיי צוגעזאָגט צו ברענגען, צוליב די מעכטיקע דאָרטיקע אײַנוווינער, וואָס האָבן פֿײַנט ייִדן און וועלן זיי נישט אַרײַנלאָזן אינעם לאַנד.

געזעלשאַפֿט
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: ריטשאַרד דזשאָעל, דער פּרעזידענט פֿון "ישיבֿה־אוניווערסיטעט"; ראַבינער דוד עלענסאָן, דער הויפּט פֿונעם
"היברו יוניאָן קאָלעדזש"; און אַרנאָלד אײַזען, דער קאַנצלער פֿונעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר"

אַ דאַנק אַ גרויסער סובסידיע פֿון איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע פֿונדאַציעס אין אַמעריקע, וועלן די רבנים־סעמינאַרן פֿון דרײַ הויפּט־רעליגיעזע שטראָמען שאַפֿן אַ היסטאָרישע שותּפֿות אויסצושולן ייִדישע לערער.

די "פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון דזשים דזשאָסעף" האָט מאָנטיק געמאָלדן, אַז זי וועט אויסטיילן 33 מיליאָן דאָלאַר צו דעם "היברו יוניאָן קאָלעדזש"

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
בעלאַ בריקס־קלײַן

עס פֿרייט אונדז, ווען קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער זענען ממשיך די קולטור־אַרבעט פֿון זייערע טאַטע־מאַמעס. צום באַדויערן, געשעט דאָס נישט גענוג אויף דער ייִדישער גאַס, אָבער ביילע בריקס־קלײַן, די טאָכטער פֿונעם שרײַבער ירחמיאל בריקס, איז איינע פֿון די אַקטיווסטע ייִדישע כּלל־טוער הײַנט אין ישׂראל און אַרבעט אין עטלעכע אָרגאַניזאַציעס, פֿאַרנעמט פֿאַרשיידענע ייִדיש־פּאָזיציעס אין לאַנד, צווישן זיי אויך ווי די אָפֿיציעלע פֿאָרשטייערין פֿונעם "פֿאָרווערטס".

געשיכטע
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בנימין מאַצקעוויטש, 1945

הײַנט צו טאָג, 65 יאָר נאָכן זיג איבער היטלער־דײַטשלאַנד, קערן זיך אונדזערע געדאַנקען אום צו דעם איבערגעלעבטן און מאַכן, שוין צום וויפֿלטן מאָל, אַ חשבון־הנפֿש פֿון דעם, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אייגענעם לעבן, אין לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק, אין לעבן פֿון אייראָפּע אין 20סטן יאָרהונדערט.

מיט יעדן יאָר ווערט אַלץ ווייניקער מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה און האָבן זוכה געווען מיט געווער אין די הענט צו קעמפֿן קעגן דעם בלוטיקן שׂונא.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Anthony Julius. Trials of the Diaspora:
A History of 
Anti-Semitism in England. 

Oxford University Press, 2010.


דער לאָנדאָנער אַדוואָקאַט ענטאָני דזשוליוס האָט זיך קונה-שם געווען אַ דאַנק צוויי באַרימטע פּראָצעסן. זײַן ערשטער גרויסער עפֿנטלעכער דערפֿאָלג איז געווען אין 1996, ווען ער האָט פֿאַרטיידיקט די פּרינצעסין דיאַנאַ אין איר צעשיידונג־פּראָצעס קעגן דער גאַנצער קעניגלעכער משפּחה. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט דזשוליוס רעפּרעזענטירט די אַמעריקאַנער היסטאָריקערין דבֿורה ליפּשטאַדט קעגן דעם ענגלישן חורבן־אָפּלייקענער דייוויד אירווינג,

מוזיק
זשעניע פֿײַערמאַן

בײַ אַ זײַט פֿון דער בינע, וווּ זשעניע פֿײַערמאַן האָט געהאַלטן בײַם אויפֿטרעטן אין איר פֿײַערלעכן אָוונט, האָט מען אַוועקגעשטעלט אַ פֿאָטעל, אַזאַ שטול וואָס מ׳קאָן אויף דעם זיך אַוועקזעצן באַקוועם און אַפֿילו אָנשפּאַרן די הענט. אויף אָט דעם ספּעציעל־באַשטימטן אָרט פֿאַר איר איז געזעסן די בעלת־השׂימחה און האָט אויפֿגענומען אַלע אירע געסט, די אָנטייל־נעמער אין דער קינסטלערישער פּראָגראַם לכּבֿוד דער חשובֿער זינגערין.

ישׂראל
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ׳ נועם כאָמסקי

דעם 16טן מײַ, האָט דער וועלט־באַרימטער אַמעריקאַנער פֿילאָלאָג פּראָפֿ׳ נועם כאָמסקי אויפֿגערודערט די עפֿנטלעכע מיינונג, וואָס האָט געהאַט אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין דער מעדיאַ פֿון ישׂראל און אויך פֿון דער ברייטער וועלט.

דאָס מאָל איז עס ניט געווען, ווי ער טוט עס שוין יאָרן־לאַנג, מיט זײַנע אָפֿטע אַנטי־ישׂראלדיקע דעקלאַראַציעס און באַשולדיקונגען, נאָר מיט אַ פּשוטן אַקט פֿון וועלן איבערגיין דעם אַלענבי־גרענעץ־פּאָסט, פֿון אַמאַן אין ירדן דורך ישׂראל, אויפֿן וועג קיין ראַמאַלאַ.