פּראָפֿ׳ נועם כאָמסקי |
Credit: Getty Images |
דעם 16טן מײַ, האָט דער וועלט־באַרימטער אַמעריקאַנער פֿילאָלאָג פּראָפֿ׳ נועם כאָמסקי אויפֿגערודערט די עפֿנטלעכע מיינונג, וואָס האָט געהאַט אַ ברייטן אָפּקלאַנג אין דער מעדיאַ פֿון ישׂראל און אויך פֿון דער ברייטער וועלט.
דאָס מאָל איז עס ניט געווען, ווי ער טוט עס שוין יאָרן־לאַנג, מיט זײַנע אָפֿטע אַנטי־ישׂראלדיקע דעקלאַראַציעס און באַשולדיקונגען, נאָר מיט אַ פּשוטן אַקט פֿון וועלן איבערגיין דעם אַלענבי־גרענעץ־פּאָסט, פֿון אַמאַן אין ירדן דורך ישׂראל, אויפֿן וועג קיין ראַמאַלאַ. דאָרטן האָט ער געדאַרפֿט אָפּהאַלטן אַ פֿאָרטראָג פֿאַר די פּאַלעסטינער סטודענטן פֿון דעם אַראַבישן אוניווערסיטעט אין ביר־זית.
פּראָפֿ׳ נועם כאָמסקי איז פֿאַרהאַלטן געוואָרן דורך די ישׂראלדיקע גרענעץ־לײַט, וואָס האָבן נאָך לאַנגע אויספֿאָרשונגען, אים ניט דערלויבט אַרײַנצוקומען אויף דער טעריטאָריע פֿון ישׂראל, ווײַל זײַן נאָמען געפֿינט זיך אויף דער "שוואַרצער ליסטע" פֿון די אַלע "Persona non grata, וועלכע זענען ניט־געוווּנטשענע געסט" אין לאַנד.
דער 81־יאָריקער פּראָפֿ׳ נועם כאָמסקי איז באַקאַנט איבער דער גאָרער וועלט, ווי איינער וואָס הערט ניט אויף צו באַשולדיקן מדינת־ישׂראל אין מלחמה־פֿאַרברעכנס, אין אָקופּירן אַראַביש לאַנד, און אין אונטערדריקן די רעכט פֿון די אַראַבער אין פּאַלעסטינע. ער האָט עפֿנטלעך דערקלערט פֿאַר די קאָרעספּאָנדענטן פֿון דער אַראַבישער און אויסלענדישער פּרעסע, אַז נאָך דעם ווי מען האָט אים שעהען־לאַנג אויסגעפֿאָרשט, האָט מען אים געמאָלדן, אַז ער קען ניט אַריבערגיין די גרענעץ אויף דער ישׂראל־זײַט, און אַזוי האָבן זיי אַרײַנגעשריבן אין זײַן פּאַספּאָרט, און אין דעם פּאַספּאָרט פֿון זײַן באַגלייטערין, זײַן טאָכטער אָבֿיבֿה, ניט אָנגעבנדיק די סיבות פֿון דעם באַשלוס.
אַלץ וואָס זיי האָבן געפֿונען פֿאַר נייטיק צו זאָגן, איז געווען, אַז זיי וועלן עס איבערשיקן שריפֿטלעך צו דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ. די רעאַקציע אויף דעם פֿאַרבאָט, ניט אַרײַנצולאָזן פּראָפֿ׳ כאָמסקי אין מדינת־ישׂראל, איז געווען אַ שאַרפֿע און אַלזײַטיקע אין דער פּרעסע, ווי אויך אין די פֿאַרשיידענע פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע קרײַזן, סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אויסלאַנד.
אַזוי האָט די "אַגודה לזכויות האזרח" — פֿאַרבאַנד פֿאַר די רעכט פֿון דעם בירגער, שאַרף קריטיקירט דעם באַשלוס, ניט צו דערלויבן פּראָפֿ׳ כאָמסקין אַרײַנצוקומען קיין ישׂראל און אויסדריקן זײַן מיינונג. "דאָס פֿאַרהאַלטן אים שעהען־לאַנג בײַ דער גרענעץ, איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אַ טאָטאַליטאַרן רעזשים. אין אַ דעמאָקראַטיש לאַנד איז די פֿרײַהייט פֿון אויסדרוק אַ פֿונדאַמענטאַלער פּרינציפּ פֿון לעבן", האָט אַ וואָרטזאָגער פֿון דעם פֿאַרבאַנד דערקלערט.
גאָר אינטערעסאַנט איז געווען די שטעלונג פֿון דעם עקסטרעמען אַראַבישן כּנסת־דעפּוטאַט אַכמאַד טיבי, וועלכער האָט זיך אויסגעדריקט, אַז דער פֿאַרבאָט ניט אַרײַנלאָזן פּראָפֿ׳ כאָמסקין קיין ישׂראל, איז "אַ קין־צייכן אויפֿן שטערן פֿון די פֿירער פֿון מדינת־ישׂראל. אַ רעגירונג וואָס טאָלערירט ניט די פֿרײַהייט פֿון אַן אויסטויש פֿון מיינונגען, צווישן פֿאַרשיידענע אינטעלעקטואַלן, באַווײַזט, אַז דער דאָזיקער רעזשים האָט וואָס צו באַהאַלטן...", האָט ער געזאָגט.
אויך דער באַוווּסטער קאָלומניסט דן מרגלית האָט אין דער צײַטונג "ישׂראל היום" קריטיקירט דעם באַשלוס: "...עס איז ניטאָ נאָך אַ ייִד, וועלכער האָט גורם געווען אַזוי פֿיל שאָדנס ישׂראל מיט זײַנע אַנטי־ישׂראלדיקע באַשולדיקונגען אין די אַמעריקאַנער און אַנדערע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט, ווי דער פֿילאָלאָג נועם כאָמסקי. ער נעגירט בכלל די ייִדישע זעלבסשטענדיקייט און האָט קיין מאָל ניט געפֿונען אַ גוט, אָדער אַ פּאָזיטיוו וואָרט לטובֿת ישׂראל. און דאָך", שרײַבט דן מרגלית ווײַטער, "... ניט געקוקט וואָס ער איז אַ טיפּישער 'מה־יפֿית־ייִד’, זענען די ישׂראלדיקע גרענעץ־באַאַמטע באַגאַנגען קעגן אים ניט קיין ריכטיקן שריט, ווען זיי האָבן אים ניט דערלויבט אָנצוקומען צו דעם אַראַבישן אוניווערסיטעט צו האַלטן זײַן פֿאָרטראָג פֿאַר די אַראַבישע סטודענטן. זיי האָט ער ניט געדאַרפֿט אויפֿהעצן קעגן מדינת־ישׂראל. זיי זענען שוין גענוג דורכגעדרונגען מיט האַס און שׂינאה צו ישׂראל און דער ייִדישער מדינה", האָט דן מרגלית דערקלערט.
אין אַ לייט־אַרטיקלן אין "האָרץ" פֿון דעם 18טן מײַ ווערט געזאָגט, אַז נועם כאָמסקי, וועלכער האָט מיט יאָרן צוריק געוווינט אין אַ ישׂראל־קיבוץ און רעדט אַ פֿליסיקן עבֿרית, הערט ניט אויף צו פֿאַרדאַמען ישׂראל פֿאַר דער אָקופּאַציע פֿון די אַראַבישע שטחים און באַשולדיקט זי "ווי אַ לאַנד פֿון אַפּאַרטהײַד, ווי דרום־אַפֿריקע איז געווען אין די 60ער יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט".
ניט געקוקט אויף דעם אַלעם, האָבן אַ צאָל פּערזענלעכקייטן און פּאָליטיקער אויסגעדריקט זייער מיינונג, אַז עס איז געווען אַן אַדמיניסטראַטיווער פֿעלער מצד די ישׂראל־באַאַמטע בײַ דעם גרענעץ־דורכגאַנג, אין דער באַהאַנדלונג לגבי פּראָפֿ׳ נועם כאָמסקי און זײַן טאָכטער אָבֿיבֿה. "זיי האָבן, ווײַזט אויס, זיך נישט פֿאָרגעשטעלט, וואָס וועט זײַן די רעאַקציע פֿון דעם דאָזיקן אינצידענט. זיי האָבן פּשוט ניט געוווּסט און ניט געהערט וועגן פּראָפֿ׳ נועם כאָמסקי. זיי האָבן זיך געדאַרפֿט פֿאַרבינדן מיטן אויסערן־מיניסטעריום, אַנשטאָט מיטן אינערן־מיניסטעריום, אין שפּיץ מיטן חרדישן מיניסטער אלי ישי און זײַנע חרדישע אַרויסהעלפֿער", האָבן אייניקע פֿון די קריטיקער דערקלערט...
אַ פֿאַקט, אַז דער דאָזיקער אינצידענט האָט טאַקע ניט געבראַכט קיין כּבֿוד דער ישׂראל־דעמאָקראַטיע. די "ניו־יאָרק טײַמס" האָט אויף צו מאָרגנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גרויסע צאָל אויסצוגן פֿון דער ישׂראל־פּרעסע און אַנדערע צײַטונגען אין אַמעריקע, מיט שאַרפֿער קריטיק לגבי דעם דאָזיקן אינצידענט.
די "טײַמס" האָט זי ציטירט פֿון דער דערקלערונג פֿון מאַרק רגבֿ (רעגעוו), דעם וואָרטזאָגער פֿון פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, אַז "עס איז לעכערלעך צו באַשולדיקן ישׂראל אין דיסקרימינאַציע, אין ניט דערלויבן מענטשן פֿון אויסלאַנד וואָס קריטיקירן די ישׂראל־פּאָליטיק און איר באַהאַנדלונג פֿון דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג, אַרײַנצוקומען אין לאַנד אַרײַן... עס איז פּשוט געווען אַ פֿשלה (פֿאַשלע)" — אַ פֿאַרשפּרייטער אַראַבישער אויסדרוק, וואָס אין פּשוטן ייִדיש מיינט עס אַ "דורכפֿאַל", אַ "פֿעלער", אַ "לאַפּסוס פֿון די נידעריקע באַאַמטע בײַ דעם גרענעץ־איבערגאַנג.
"זיי האָבן געהאַנדלט 'אויף דער אייגענער האַנט’, — דערקלערט דער וואָרטזאָגער, — און לויט זייער אייגענעם שׂכל. זיי האָבן זיך געדאַרפֿט באַראָטן מיט די העכערע אינסטאַנצן ווי אַזוי צו האַנדלען אין דעם ענין פֿון פּראָפֿ׳ נועם כאָמסקי, איידער זיי האָבן אָנגענומען זייער 'ניט־קלוגן’ באַשלוס", האָט דער רעגירונגס־וואָרטזאָגער דערקלערט...
זאָל זיך אַזוי ניט טרעפֿן, ווי עס טרעפֿט זיך זייער אָפֿט, בײַ אונדז אין אונדזער קליין און טומלדיק לענדעלע.