געזעלשאַפֿט
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: ריטשאַרד דזשאָעל, דער פּרעזידענט פֿון "ישיבֿה־אוניווערסיטעט"; ראַבינער דוד עלענסאָן, דער הויפּט פֿונעם
"היברו יוניאָן קאָלעדזש"; און אַרנאָלד אײַזען, דער קאַנצלער פֿונעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר"
פֿון רעכטס: ריטשאַרד דזשאָעל, דער פּרעזידענט פֿון "ישיבֿה־אוניווערסיטעט"; ראַבינער דוד עלענסאָן, דער הויפּט פֿונעם
"היברו יוניאָן קאָלעדזש"; און אַרנאָלד אײַזען, דער קאַנצלער פֿונעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר"

אַ דאַנק אַ גרויסער סובסידיע פֿון איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע פֿונדאַציעס אין אַמעריקע, וועלן די רבנים־סעמינאַרן פֿון דרײַ הויפּט־רעליגיעזע שטראָמען שאַפֿן אַ היסטאָרישע שותּפֿות אויסצושולן ייִדישע לערער.

די "פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון דזשים דזשאָסעף" האָט מאָנטיק געמאָלדן, אַז זי וועט אויסטיילן 33 מיליאָן דאָלאַר צו דעם "היברו יוניאָן קאָלעדזש" פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, צו דעם מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן "ישיבֿה־אוניווערסיטעט" און צום "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג.

דער ציל פֿון דער סובסידיע איז צו העלפֿן די דרײַ סעמינאַרן צוציִען מער לערער צום שטח פֿון ייִדישער דערציִונג, און זיי בעסער אויסשולן.

ווי אַ תּנאַי צו באַקומען דאָס געלט, וועט יעדע שול מוזן אויסניצן 1 מיליאָן דאָלאַר פֿון די בערך 11 מיליאָן דאָלאַר, וואָס זי וועט באַקומען במשך פֿון די קומענדיקע פֿיר יאָר מיטצואַרבעטן מיט די צוויי אַנדערע שולן, כּדי צו געפֿינען אַ וועג ווי אַזוי צו "פֿאַרקויפֿן" דעם שטח פֿון ייִדישער דערציִונג צו מעגלעכע לערער, און אײַנגלידערן די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע אין דער ייִדישער פּעדאַגאָגיע.

"דער פֿאַקט וואָס די פּרעזידענטן פֿון די דרײַ אינסטיטוציעס אַרבעטן צוזאַמען איז אַ היסטאָרישער מאָמענט, און איז גוט פֿאַר ייִדן," האָט דערקלערט דער קאַנצלער פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, אַרנאָלד אײַזען.

"היברו יוניאָן קאָלעדזש" איז לעצטנס געוואָרן אַ נאַטירלעכער אַליִיִרטער מיטן "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", ווײַל די צוויי שולן האָבן נאָך מיט דרײַ יאָר צוריק אָנגעהויבן אַ בשותּפֿותדיקן קלאַס פֿאַר זייערע ראַבינער־סטודענטן, און אויך בשותּפֿותדיקע קלאַסן פֿאַר די חזנות־סטודענטן.

מיט "ישיבֿה־אוניווערסיטעט" איז אַזאַ שותּפֿות אָבער מער קאָמפּליצירט צוליב די אינטענסיווע טעאָלאָגישע אונטערשיידן צווישן דער אָרטאָדאָקסישער אינסטיטוציע און די נישט־אָרטאָדאָקסישע. ריטשאַרד דזשאָעל, דער פּרעזידענט פֿון "ישיבֿה־אוניווערסיטעט", איז טאַקע זייער פֿאָרזיכטיק אויפֿצוקלערן דעם חילוק: די שולן אַרבעטן צוזאַמען וואָס שייך די טעכנישע פּרטים פֿון זייערע פּראָגראַמען, און בכלל נישט וועגן דעם אינהאַלט.

אין דער אמתן האָט די צוזאַמענאַרבעט זיך שוין אָנגעהויבן אַפֿילו פֿאַר דער סובסידיע. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָבן דזשאָעל, אײַזען און ראַבינער דוד עלענסאָן, דער הויפּט פֿונעם רעפֿאָרם־סעמינאַר, אָנגעהויבן אַרויסטרעטן צוזאַמען אין פּאַנעל־דיסקוסיעס — אַ זאַך וואָס וואָלט געווען אוממעגלעך אַפֿילו מיט 10 יאָר צוריק.

פֿון דעסטוועגן, זאָגן געוויסע קוואַלן בײַ אַלע דרײַ אינסטיטוציעס, אַז זיי וואָלטן מסתּמא נישט אָנגעהויבן צוזאַמענאַרבעטן, אָן דער רעצעסיע, און אָן דער ממשותדיקער סובסידיע פֿון "דזשים דזשאָסעף".

ווען די עקאָנאָמיע איז געווען אויף גרויסע צרות פֿאַראַיאָרן, האָט "דזשים דזשאָסעף" שוין געגעבן די דרײַ לערן־אַשטאַלטן 12 מיליאָן דאָלאַר. אַלע דרײַ ניצן איצט אַ טייל פֿונעם געלט צו העלפֿן סובסידירן די סטודענטן, וועלכע שטודירן צו ווערן לערער פֿון די ייִדישע טאָגשולן און נאָכמיטאָג־שולן, און דאָס איבעריקע — צו טרענירן בעסערע לערער.

אין "ישיבֿה־אוניווערסיטעט" וועט מען פֿאַרגרעסערן די "עזריאלי־גראַדויִר־שול פֿאַר ייִדישער דערציִונג", וווּ דער פֿאַקולטעט איז זינט דעם יאָר 2003 געוואַקסן פֿון 1 לערער ביז 11. מער ווי 160 סטודענטן לערנען זיך איצט אויף אַ מאַגיסטער אין דערציִונג. די שול אַנטוויקלט אויך אַ פּראָגראַם צו געפֿינען שטעלעס פֿאַר די סטודענטן ווען זיי גראַדויִרן.

דער "ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר" וועט אויסניצן די פֿאָנדן צו פֿאַרבעסערן זײַן קינדער־דערציִונג, און פּרוּוון אויפֿשטעלן אומפֿאָרמעלע ייִדישע דערציִונג־פּראָגראַמען אין די נאָכמיטאָג־ און טאָגשולן, אויפֿן סמך פֿון דער פּאָפּולערער נעץ פֿון קאָנסערוואַטיווע זומער־לאַגערן, "קעמפּ רמה".

"היברו יוניאָן קאָלעדזש" וועט אָנהייבן אַ מאַגיסטער־פּראָגראַם און דרײַ צערטיפֿיקאַט־פּראָגראַמען אויסצושולן לערער פֿון קליינע קינדער און צענערלינגען.

"דזשים דזשאָסעף" האָפֿט, אַז עס וועלן, אַ דאַנק דער סובסידיע, גראַדויִרן צווישן 700 און 1,000 לערער.

די פֿונדאַציע, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט פֿיר יאָר צוריק, האָט שוין אויסגעגעבן בערך 220$ מיליאָן דאָלאַר פֿאַר ייִדישער דערציִונג, אַרײַנגערעכנט טאָגשולן, זומער־לאַגערן און יוגנט־גרופּעס, ווי אויך פֿאַר "געבורטרעכט ישׂראל".