װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
בעלאַ בריקס־קלײַן
בעלאַ בריקס־קלײַן

עס פֿרייט אונדז, ווען קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער זענען ממשיך די קולטור־אַרבעט פֿון זייערע טאַטע־מאַמעס. צום באַדויערן, געשעט דאָס נישט גענוג אויף דער ייִדישער גאַס, אָבער ביילע בריקס־קלײַן, די טאָכטער פֿונעם שרײַבער ירחמיאל בריקס, איז איינע פֿון די אַקטיווסטע ייִדישע כּלל־טוער הײַנט אין ישׂראל און אַרבעט אין עטלעכע אָרגאַניזאַציעס, פֿאַרנעמט פֿאַרשיידענע ייִדיש־פּאָזיציעס אין לאַנד, צווישן זיי אויך ווי די אָפֿיציעלע פֿאָרשטייערין פֿונעם "פֿאָרווערטס".

בײַ דער בריקס־משפּחה אין דער היים האָט מען גערעדט נאָר ייִדיש. דער שרײַבער בריקס האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע שטאַרקע ווערק פֿונעם לעבן אינעם לאָדזשער געטאָ. "אַ גאַנץ לעבן, פֿון קינדווײַז אָן, האָב איך געלעבט מיטן חורבן — דאָס איז געווען אַ טייל פֿון אונדזער היים", דערציילט בריקס־קלײַן — "פֿאַר דער מלחמה האָט מײַן טאַטע געשריבן לידער, און אַרויסגעגעבן אַ בוך לידער ׳יונג גרין מײַ׳ אין לאָדזש, אין 1939. די פֿיר יאָר אין לאָדזשער געטאָ און לאַגערן, וווּ ער האָט געליטן און געהונגערט, האָבן אים געענדערט."

נאָך דער מלחמה האָט בריקס געשריבן נאָר פּראָזע וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין געטאָ, אָבער אין געטאָ האָט ער נאָך געשריבן לידער און די לענגערע באַלאַדע — "געטאָ־פֿאַבריק 76" — וואָס ער האָט דאָרט אויסבאַהאַלטן און מען האָט געפֿונען שוין נאָך דער מלחמה. דער כּתבֿ־יד געפֿינט זיך איצט אינעם "ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט" אין וואַרשע. די פּאָעמע האָט מען אַרויסגעבן אין 1976 — "קיין איין וואָרט האָט ער נישט געענדערט."

"איך גרייט זיך אָנצושרײַבן אַ לענגערע אַרומנעמיקע אַרבעט וועגן זײַן לעבן און שאַפֿונגען" — דערציילט בעלאַ — "ער האָט זיבן ביכער אָנגעשריבן, צווישן זיי ׳אויף קידוש השם׳, ׳אַ קאַץ אין געטאָ׳ און ׳דער קייסער אין געטאָ׳ און אַ סך אַרטיקלען, וואָס ער האָט געדרוקט אין די ייִדישע זשורנאַלן איבער דער וועלט. איך וויל אין מײַן אַרבעט באַטראַכטן די אַלע ווערק. פּראָפֿ׳ יחיאל שיינטוך פֿון ׳העברעיִשן אוניווערסיטעט׳ איז מײַן בעל־יועץ."

בעלאַ בריקס־קלײַן איז אויפֿגעוואַקסן אין ניו־יאָרק. דער טאַטע איז געבוירן געוואָרן אין סקאַרזשיסק, פּוילן; די מאַמע אין טראַנסווילאַניע, אינעם שטעטל אָראַדעאָ מאַרע — "אויב ס'וואָלט נישט געווען די מלחמה, וואָלטן זיי אין לעבן זיך נישט באַקענט", זאָגט הײַנט די טאָכטער. די טאַטע־מאַמע זענען געווען אין אוישוויץ, בערגען־בעלזען, און ׳דער רויטער קרײַץ׳ האָט זיי באַבראכט קיין שטאָקלהאָלם, שוועדן, נאָך דער באַפֿרײַונג. דאָרטן האָבן זיי זיך באַקענט, און איך און מײַן שוועסטער זענען דאָרטן געבוירן געוואָרן."

"מײַן טאַטע האָט דעמאָלט געפֿירט אַ קאָרעספּאָנדענץ מיט מאַקס ווײַנרײַכן אין ניו־יאָרק. ער האָט דעם ייִוואָ געשיקט מאַטעריאַלן פֿונעם ׳שארית־הפּליטה־לאַגער׳ אין שטאָקהאָלם און ווײַנרײַך האָט אים געשריבן, אַז אויב ער וויל האָבן אַ צוקונפֿט ווי אַ ייִדישער שרײַבער, זאָל ער פֿאָרן קיין ניו־יאָרק — נישט בלײַבן אין שטאָקהאָלם, אָדער עולה זײַן קיין ישׂראל — נאָר אַמעריקע. און דער ייִוואָ האָט אונדזער משפּחה געבראַכט קיין ניו־יאָרק. מיר האָבן אַלע יאָרן געוווינט אויף דער אָפּער וועסט־סײַד", דערציילט בריקס־קלײַן.

די צוויי טעכטער האָט מען געשיקט אין אַ רעליגיעזער שול, ווײַל, "מײַן טאַטן איז געווען וויכטיק, אַז מיר זאָלן באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע דערציִונג; נישט וואָס ער האָט אַזוי געגלייבט, אַז מע דאַרף זײַן רעליגיעז, נאָר ער האָט תּמיד געזאָגט — מע מוז וויסן. מײַן מאַמע האָט געפֿירט אַ כּשר הויז, און איך האָב זיך געלערנט אין פֿרומע מיידלשע שולן; ווײַטער אין סטערן קאָלעדזש ביז איך בין געקומען קיין ישׂראל".

בריקס־קלײַן האָט בדעה געהאַט צו בלײַבן אין ישׂראל נאָר איין יאָר. זי איז געקומען זיך לערנען אין העברעיִשן אוניווערסיטעט בײַ די פּראָפֿעסאָרן דבֿ סדן און חנא שמערוק; אָבער זיך באַקענט און חתונה געהאַט מיט אַ ישׂראלדיקן בחור, יונה קלײַן, און צוזאַמען האָבן זיי געהאַט דרײַ קינדער. צו 51 יאָר איז איר מאַן, נעבעך, פֿריצײַטיק געשטאָרבן און זי איז געבליבן אַן אלמנה.

"אַ גאַנץ לעבן איז ייִדיש מיר געווען טײַער. און איך האָב געפֿילט, אַז כ׳וועל אַמאָל עפּעס טאָן מיט דעם, ווײַל ייִדיש רײַסט זיך ממש אַרויס פֿון מיר. מײַן טאַטע האָט אויך געפֿילט, אַז איך וועל זיך אָמאָל פֿאַרנעמען מיט ייִדיש און שרײַבן מײַנע אייגענע אַרבעטן." דערציילט זי.

אין 2004 איז זי געקומען קיין ניו־יאָרק באַזוכן איר משפּחה, און זיך געזען מיט איר קוזין מרים קאָראַל פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, וואָס פֿירט אָן מיטן "קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאר ייִדישער קולטור"; איז זי ווידער געוואָרן באַגײַסטערט פֿון ייִדיש. ווען זי איז צוריקגעפֿאָרן קיין ישׂראל, האָט זי זיך פֿאַרשריבן אין דער ערשטער ייִדיש־זומער־פּראָגראַם פֿון תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט און זיך געלערנט בײַ די פּראָפֿעסאָרן אַבֿרהם נאָווערשטערן, חוה טורניאַנסקי און דוד ראָסקעס. נאָך דער זומער־פּראָגראַם, באַגײַסטערט פֿון די לעקציעס, האָט זי זיך פֿאַרשריבן אין העברעיִשן אוניווערסיטעט צו שרײַבן די פֿאָרש־אַרבעט וועגן איר טאַטן.

דערנאָך האט מען זי פֿאַרבעטן צו אַרבעטן אינעם "אַרבעטער־רינג" אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ זי פֿירט אָן מיטן קולטור־קרײַז און מיטן ביוראָ. דער "פֿאָרווערטס" האָט זי געבעטן צו זײַן די פֿאָרשטייערין און זי איז ספּעציעל שטאָלץ מיט איר אַרבעט פֿאַר דער צײַטונג — בעלאַ האָט געשאַפֿן מער ווי 135 נײַע אָבאָנענטן אין ישׂראל! דערצו טרעט זי אַרויס מיט יאַשע אײַנשטיין און אַנדערע אַקטיאָרן אין אַ ייִדישן קליינקוסט־טעאַטער. "מײַן גאַנץ לעבן איז אײַנגעטונקען אין ייִדיש", איז זי מודה.