געשיכטע

מיר איז ניט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן און לייענען אַזאַ געדאַנק: די סאָוועטישע ייִדן, וואָס האָבן געדינט אין דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, זײַנען געוואָרן מער ייִדן, איידער זיי זײַנען געווען פֿאַר דער מלחמה. איך בין זיכער, אַז אַזעלכע פֿאַלן זײַנען געווען. אָבער דורכשניטלעך זעט עס מיר אויס ווי אַן אײַנגערעדטע מעשׂה. איך האַלט אַזוי, ווײַל איך זע ניט קיין קלאָרע באַווײַזן, וועלכע זאָלן באַשטעטיקן די ריכטיקייט פֿון דער דאָזיקער טעאָריע. כ’האָב עס קיין מאָל ניט געהערט פֿון די מלחמה-וועטעראַנען, מיט וועלכע איך בין אויסגעוואַקסן. און מיר שײַנט, אַז אין געשריבענע דאָקומענטן איז אויך שווער צו געפֿינען אַזעלכע דערווײַזן.

ווען איך רעד וועגן געשריבענע דאָקומענטן, מיין איך ניט די אינטערוויוען, וואָס מע קלײַבט צונויף אין די לעצטע יאָרן. כ’בין, בכלל, סקעפּטיש געשטימט מכּוח דער גאַנצער "מינדלעכער געשיכטע", מחמת די דאָזיקע געשיכטע נעמט אין זיך אַרײַן די איבערלעבונגען און איבערטראַכטונגען פֿון די נאָכמלחמהדיקע יאָרצענדליקער. ס’איז ניט קיין סוד, אַז אַ באַהאַוונטער פֿאָרשער דערקענט אָפֿט מאָל אין אַזעלכע אינטערוויוען דירעקטע אָפּקלאַנגען פֿון פֿילמען און ביכער.

איך האַלט אַ סך מער פֿון טאָגביכער. מיט זיי בלײַבט אויך די פּראָבלעם פֿון וועריפֿיקאַציע, אָבער ווי אַ קוואַל זײַנען זיי ניט צו פֿאַרגלײַכן מער פֿאַרלאָזלעך, איידער אַן אינטערוויו, גענומען אין פֿופֿציק צי זעכציק יאָר אַרום נאָך די געשעענישן. מיט טאָגביכער פֿון ייִדישע רויטאַרמייער באַשעפֿטיקט זיך איצט דער מאָסקווער היסטאָריקער אָלעג בודניצקי. איך גלייב, אַז אין זײַן פֿאָרשונג וועט ער אַרײַננעמען אויך דאָס "פֿראָנט-טאָגבוך" פֿון באָריס סוריס (1922—1991), וואָס איז נאָך דער מלחמה געוואָרן אַ באַקאַנטער קונסטקענער. דאָס בוך איז אַרויס הײַיאָר אין מאָסקווע אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון זײַן טאָכטער טאַטיאַנאַ דרובעצקאַיאַ. זי האָט צוגעגרייט די פּובליקאַציע און צוגעגעבן נייטיקע קאָמענטאַרן.

אמת, אַ שמייכל רופֿט אַרויס איר עטימאָלאָגיע פֿון דעם פֿאַמיליע-נאָמען סוריס. זי זעט אין דעם אַ סימן פֿון אַ ספֿרדישן אָפּשטאַם פֿון דער משפּחה — "סוריס" ווי אַ פֿאַרקריפּלטער וואַריאַנט פֿון "סואַרעס", כאָטש עס לייגט זיך אַ סך מער אויפֿן שׂכל, אַז עפּעס אַן עלטער־באָבע אין דער משפּחה האָט מען גערופֿן "סורע" (שׂרה) און איר — סורעס (צי סוריס) — קינדער און אייניקלעך האָבן באַקומען אַזאַ נאָמען. זוכענישן פֿון ספֿרדישער "אַריסטאָקראַטישקייט" איז אַן אַלטע און אַ ברייט-פֿאַרשפּרייטע חלאַת צווישן מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן.

אָבער דאָס איז אַ קלייניקייט. דאָס טאָגבוך אַליין איז אַ וויכטיקער דאָקומענט פֿון יענער צײַט. כאַראַקטעריש, אַז אין דער אַרמיי האָט מען, על-פּי-דינים, ניט געטאָרט פֿירן אַזעלכע נאָטיצן, ווײַל זיי האָבן געקענט אַרײַנפֿאַלן אין דײַטשישע הענט און געבן זיי געוויסע אינפֿאָרמאַציעס. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס צו זײַן קריטיש איז געווען בכלל געפֿערלעך, ווײַל "געהעריקע" אָרגאַנען האָבן זיך צוגעהערט און צוגעקוקט צו די שטימונגען אין דער אַרמיי. טעכניש איז עס אויך געווען אַ שווערע זאַך, באַזונדערס אין די טראַנשייען.

באָריס סוריס האָט אָבער יאָ געפֿירט אַ טאָגבוך. ער איז געווען אַן איבערזעצער פֿון דײַטש און ס’רובֿ צײַט זיך געפֿונען בײַם שטאַב, וווּ עס זײַנען געווען באַדינגונגען צו האַלטן ביכער, פּאַפּיר, טינט וכ’. און ער האָט ניט געהאַט קיין מורא צו זײַן אויפֿריכטיק אין זײַנע נאָטיצן. זומער 1942, האָט ער פֿאַרשריבן:

"אונדזער צרה איז דער נידעריקער קוואַליטעט פֿון מענטשן. די סאָלדאַטן האָבן אַ נידעריקן ניוואָ, בעת די קאָמאַנדירן האָבן ניט דעם נייטיקן ניוואָ. טאָמער דער קאָמאַנדיר איז מיליטעריש אויסגעשולט, קען ער פֿאַרשטיין גוט ווי אַזוי צו מאַרשירן, קען די מיליטערישע תּקנות, און האָט צו מאָל אַ מלחמה-דערפֿאַרונג, אָבער ער האָט ניט גענוג קיין אַלגעמיינע און טעאָרעטישע קענטענישן. אַפֿילו אין זײַן ספּעציאַליטעט איז ער ווייניק באַהאַוונט.

"מיר דאַכט זיך, אַז בײַ די דײַטשן איז עס אַנדערש, און דאָס מאַכט זיי שטאַרקער. וואָס שייך די אָפֿיצירן, זײַנען זיי, די פּאַסקודניאַקעס, שטאַרק."

דער דאָזיקער געדאַנק חזרט זיך איבער ניט איין מאָל. באַזונדערס ניט צופֿרידן איז ער געווען מיט סאָוועטישע אָפֿיצירן — "שמוציקע און בדרך-כּלל, פֿאַרלײַזטע", וועלכע האָבן ניט געשיכּורט בלויז דעמאָלט, ווען זיי האָבן ניט געהאַט קיין צוטריט צו משקה. סוריס שרײַבט אויך וועגן דעם פֿאַרגוואַלדיקן פֿרויען, ווען די אַרמיי איז שוין געווען אין אויסלאַנד. ער איז געווען אויפֿגעבראַכט צו זען, ווי די רויטאַרמייער זײַנען געוואָרן מאַראָדירערס, בפֿרט ווען אין דעצעמבער 1944 האָט מען זיי אָפֿיציעל דערלויבט צו שיקן איין מאָל אַ חודש פּעקלעך אַהיים — 5 קילאָ פֿאַר ניט-אָפֿיצירן, 10 קילאָ פֿאַר אָפֿיצירן, און 16 קילאָ פֿאַר גענעראַלן.

סוריס שרײַבט אַ סך ווי זײַנע חבֿרים און ער אַליין האָבן אַנטוויקלט גאָר אַן אַנדער באַציִונג צום מענטשלעכן לעבן. ער אַליין האָט ניט איין מאָל דערשאָסן געפֿאַנגענע דײַטשן, ווײַל דער מצבֿ האָט געפֿאָדערט עס צו טאָן. אָט שרײַבט ער וועגן איינעם אַ געפֿאַנגענעם:

"דאָס איז געווען אַ שיינער, פֿעטער יונגער מאַן, אַ יאָר צוואַנציק אַלט. ער האָט געהאַט בלאָנדע האָר און אַ שיינעם באַריטאָן. ער איז געווען שווער פֿאַרוווּנדיקט אין ברוסט, איז קוים געזעסן, זייער אָפֿט פֿלעגט ער געבן אַ הוסט. ער האָט דערציילט, אַז אים האָט מען אַרויסגעטריבן פֿון 'היטלער־יוגנט’: ער און זײַנע פֿרײַנד האָבן אַראָפּגעריסן פֿון אַ בנין און פֿאַרברענט אַ פֿאָן מיט אַ האַקנקרייץ. צוליב דעם האָט מען אים דרײַ חדשים געהאַלטן אין אַ קאָנצענטראַציע-לאַגער. איך האָב געהאַט רחמנות אויף אים, אָבער מע האָט גאָרנישט ניט געקענט טאָן: ער איז געווען אַ שווער-פֿאַרוווּנדיקטער, און זיך באַשעפֿטיקן מיט אים האָבן מיר קיין מעגלעכקייט ניט געהאַט. איך האָב אים אָפּגעפֿירט צו אַ גרוב, ניט ווײַט פֿונעם שטאַב... אין דער פֿרי בין איך אַוועק אַ קוק טאָן אויף אים: מע האָט פֿון זײַן קערפּער שוין אויסגעטאָן די שיך און אויסגערייניקט די קעשענעס."

דאָס בוך איז פֿול מיט אַזעלכע — געוויינטלעך מער גראַפֿישע — באַשרײַבונגען.

די ייִדישע טעמע שפּילט אַ קליינע ראָלע אין דעם טאָגבוך, כאָטש סוריס דערמאָנט זייער אַ סך ייִדישע נעמען פֿון אָפֿיצירן. מע זעט אָבער ניט ער זאָל בכּיוון אויסקלײַבן פֿאַר זיך ייִדישע חבֿרים. אייניקע זײַנען געווען ייִדן, אָבער ער שרײַבט קיין מאָל ניט, אַז גראָד זייער ייִדישקייט איז געווען די סיבה פֿאַר חבֿרשאַפֿט. קיין מאָל דערמאָנט ער ניט, מע זאָל צו אים זיך האָבן באַצויגן ערגער, ווײַל ער איז געווען אַ ייִד. אַגבֿ, דאָס איז בכלל כאַראַקטעריש פֿאַר זכרונות פֿון סאָוועטישע מלחמה-וועטעראַנען — ס’רובֿ לײַט טענהן, אַז זיי האָבן ניט געפֿילט קיין אַנטיסעמיטיזם.

די דיוויזיע, אין וועלכער עס האָט געדינט סוריס, האָט באַפֿרײַט די געגנט אַרום אוישוויץ. דעם 11טן פֿעברואַר 1945 האָט ער פֿאַרנאָטירט:

"דאָס, וואָס מע האָט געשריבן אין אונדזערע צײַטונגען וועגן אוישוויץ, באַשרײַבן ניט אַפֿילו אַ העלפֿט פֿון דעם, וואָס די פּאָליאַקן האָבן מיר דערציילט. בשום-אופֿן קען איך ניט פֿאַרשטיין — ווי אַזוי מענטשן און וואָס פֿאַר אַ סאָרט מענטשן האָבן עס געקענט טאָן. קיין שום קראַנקע און שרעקלעכע פֿאַנטאַזיע פֿון עפּעס אַ משוגענעם שרײַבער וואָלט אַזוינס ניט געקענט צוטראַכטן."

אין זײַן ווײַטערדיקער באַשרײַבונג דערמאָנט סוריס נאָר איין מאָל דאָס וואָרט "ייִדן". די רייד גייט בײַ אים וועגן "מענטשן". אַזוי איז עס אויך אין דער דערציילונג "אַ פֿוטבאָל-שפּיל אין אוישוויץ", אָנגעשריבן אין מאַרץ 1947 און פֿאַרעפֿנטלעכט צום סוף פֿון דעם בוך. צי ער האָט זיך אַליין צענזוריט? עס זעט ניט אויס אַזוי. סוריס אַנטפּלעקט זייער אינטימע און צו מאָל אידעאָלאָגיש געפֿערלעכע געדאַנקען. וואָס שייך דער דערציילונג, האָט ער אַפֿילו ניט געקענט טראַכטן וועגן דרוקן אַזאַ זאַך און געשריבן עס פֿאַר זיך אַליין, "אין שופֿלאָד".

אַזעלכע קוואַלן, ווי באָריס סוריסעס טאָגבוך, העלפֿן אַרײַנצוקוקן אין דער אינערלעכער וועלט פֿון אַ יונגן סאָוועטיש-ייִדישן אינטעלעקטואַל בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. מע זעט ניט, אַז אַזאַ יונגערמאַן ווי סוריס זאָל ווערן "מער ייִדיש". אַן אַנדערע זאַך, אַז דער זעלבער מענטש האָט אין די שפּעטערדיקע יאָרן געקענט איבערטראַכטן זײַן מלחמה-דערפֿאַרונג. אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה.