מוזיק
זשעניע פֿײַערמאַן
זשעניע פֿײַערמאַן
Credit: Bella Bryks-Klein

בײַ אַ זײַט פֿון דער בינע, וווּ זשעניע פֿײַערמאַן האָט געהאַלטן בײַם אויפֿטרעטן אין איר פֿײַערלעכן אָוונט, האָט מען אַוועקגעשטעלט אַ פֿאָטעל, אַזאַ שטול וואָס מ׳קאָן אויף דעם זיך אַוועקזעצן באַקוועם און אַפֿילו אָנשפּאַרן די הענט. אויף אָט דעם ספּעציעל־באַשטימטן אָרט פֿאַר איר איז געזעסן די בעלת־השׂימחה און האָט אויפֿגענומען אַלע אירע געסט, די אָנטייל־נעמער אין דער קינסטלערישער פּראָגראַם לכּבֿוד דער חשובֿער זינגערין. און אַזוי טאַקע זײַנען די פֿאַרשיידענע קינסטלער, איינער נאָכן אַנדערן, אַרויף אויף דער בינע, זיך פֿאַרנייגט פֿאַר זשעניען און זיך אונטערגענומען אויסצופֿירן זייער צוגעגרייטן נומער.

קינסטלער פֿון סאַמע העכסטן ניוואָ האָבן זיך באַטייליקט אין פֿײַערמאַנס יום־טובֿ. צו דער קאַטעגאָריע געהערן די מוזיקערס: אַלעקסאַנדער פּאַוואָלאָצקי (פֿידל), וויטאַלי פּאַדאָלסקי (אַקאָרדעאָן), און דער גיטאַריסט ראָמאַ אַלעקסעיעוו — יעדער איינער אַ ווירטואָזער שפּילער אויף זײַן אינסטרומענט. דער נײַער שטערן פֿון "קאַמרי"־טעאַטער, העלענאַ יאַראַלאָוואַ איז אויפֿגעטראָטן צום ערשטן מאָל נאָכן שווערן אויטאָ־אַקצידענט, וווּ זי האָט כּמעט באַצאָלט מיטן לעבן, אָבער זי האָט נישט געקענט אויספֿעלן אויף זשעניעס אָוונט און געזונגען צוויי פּאָפּולערע לידער אויף ייִדיש; דאָס וווּנדער־קינד דניאל פּרוזשאַנסקי וואָס האָט פֿאַרכּישופֿט דעם עולם מיט זײַן קינדערשן חן און זעלטן שיינער שטימע, בעיקר בײַם זינגען "אַ ייִדישע מאַמע"; דער לירישער טענאָר מיכאל ריסקין האָט געזונגען צוויי ליבעס־לידער און דער גלעצנדיקער קאָמעדיאַנט און זינגער מאָטי גלעדי, האָט פֿאַרווײַלט מיט זײַן צוגעפּאַסטער קאָמישער פּראָגראַם, וואָס האָט דאָס מאָל אײַנגעשלאָסן אין זײַן אויפֿטריט אַ פֿאַרווײַלנדיקע אימפּראָוויזאַציע פֿון אַ ליבע־סצענע מיט זשעניען. אָנגעפֿירט מיט דעם געלונגענעם אָוונט האָט די ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־לייטערין דינה פּיאַלקאָווסקי.

דאָס איז געווען דער ערשטער טייל פֿונעם רײַכן קינסטלערישן אָוונט לכּבֿוד זשעניע פֿײַערמאַן, וואָס איז אָקאָרשט צושטאַנד געקומען אין גרויסן זאַל פֿון "בית שלום־עליכם", אין תּל־אָבֿיבֿ. ווער ס׳קען גוט די דערפֿאַרענע זינגערין, ווייסט פֿון פֿאָרויס, אַז נישט לאַנג וועט זשעניע קענען אײַנזיצן אויף איר ערן־אָרט, אינעם פֿאָטעל. זי וועט זיכער אין אַ באַשטימטן מאָמענט זיך אויפֿהייבן און זיך אָנשליסן אין דער פּראָגראַם מיט איר באַקאַנטן רעפּערטואַר.

די פּאָפּולערע זינגערין זשעניע פֿײַערמאַן איז אַן אונדזעריקע. זי נעמט אַן אַקטיוון אָנטייל אין תּל־אָבֿיבֿער ייִדישן קולטור־לעבן; מיט אייניקע חדשים צוריק האָט זשעניע באַקומען דעם רובינליכט־פּרײַז פֿאַרן יאָר 2009; מיר דרוקן דאָ איבער אַ פֿראַגמענט פֿון די זשורי־מאָטיוון, וואָס זי איז זוכה געווען: "זשעניע פֿײַערמאַן איז אַ הייסע פֿאַרשפּרייטערין פֿון ייִדישן ליד. ס׳איז פֿאַר איר אַ שליחות און ס׳האָבן זי טאַקע אויפֿגענומען מיט ליבשאַפֿט און אַפּלאָדיסמענטן פֿולע זאַלן מיט ייִדיש־ליבהאָבערס אין אייראָפּע, פֿאַראייניקטע שטאַטן, מעקסיקע, בראַזיל, אַרגענטינע, ווענעזועלע, אויסטראַליע, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, ביראָבידזשאַן, און פֿאַרשטייט זיך, בײַ זיך אין דער היים, אין ישׂראל. פֿון צפֿון־לאַנד ביז דרום, אויף די סאַמע פּרעסטיזשפֿולע בינעס, אין טעאַטערס און ייִדיש־קלובן, האָט געקלונגען איר ייִדיש־ליד".