טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: מײַק בורשטיין אין דער הויפּט־ראָלע פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליער, צוזאַמען מיט דני מאַרקוס און נימי ווײַסבראָד אין דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג פֿון "הערשעלע אָסטראָפּאָליע"
פֿון רעכטס: מײַק בורשטיין אין דער הויפּט־ראָלע פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליער, צוזאַמען מיט דני מאַרקוס און נימי ווײַסבראָד אין דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג פֿון "הערשעלע אָסטראָפּאָליע"
Credit: Michael Priest Photography

איך האָב געפּאַטשט בראַוואָ און געלאַכט צוזאַמען מיטן געפּאַקטן עולם אין זאַל, מיטגעזונגען און מיטגעריסן געוואָרן. הײַנט שטעלט די "פֿאָלקסבינע" די מוזיקאַלישע קאָמעדיע "הערשעלע אָסטראָפּאָליער", מיטן העכסט באַגאַבטן טאַלאַנט וואָס באַשײַנט אונדזער ייִדישן טעאַטער ווי נאָר ער באַווײַזט זיך אויף דער בינע, און דאָס איז נישט קיין אַנדערער ווי מײַק בורשטיין, צוזאַמען מיט אַ וווּנדערלעכן אָפּקלײַב פֿון נײַן אַקטיאָרן און אַקטריסעס, וואָס ייִדיש גליטשט זיך פֿון זייערע ליפּן פֿליסיק און מיט אינטאָנאַציע, זינגען זיי מיט פּרעכטיקע שטימען און טאַנצן ווי בײַ דער מיזינקע אויף דער חתונה. ממש אַ קוועלונג פֿאַר די אויגן. און אַזוי ווי די "הערשעלע אָסטראָפּאָליער" מעשׂיות און וויצן זײַנען געווען ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן קינד און קייט אין דער אַמאָליקער ייִדיש־ריידנדיקער מיזרח־אייראָפּע, האָבן זיך די היימישע ייִדן שטאַרק געקוויקט מיט הערשעלעס שפּיצלעך און אײַנפֿאַלן, מיט זײַנע מעשׂהלעך און חכמות.

האָט בלויז אַ געניטע האַנט געקענט צונויפֿבינדן און צונויפֿקניפּן הערשעלעס פֿאַבולעס, און די געניטע האַנט געהערט סײַ צו עלינאָר ריסאַן, וועלכע האָט אַדאַפּטירט, רעזשיסירט און כאָרעאָגראַפֿירט די מוזיקאַלישע קאָמעדיע, און אונדזער אייגענע חנה מלאָטעק, וועלכע האָט געקליבן און געבונדן די מוזיקאַלישע טייל פֿון דער פֿאָרשטעלונג. באַזירט איז "הערשעלע אָסטראָפּאָליער" אויף אַ ווערק וואָס ס׳האָט אַמאָל געשריבן משה גערשנזאָן, און שפּעטער האָט עס אַדאַפּטירט יוסף גליקסאָן. דאָס הייסט, אַז אַ שפּאָר ביסל קעפּ האָבן זיך דאָ אַרײַנגעמישט צונויפֿצושטעלן אַזאַ געלונגענע פֿאָרשטעלונג.

איז לאָמיר אָקאָרשט צוטרעטן צו דעם סיפּור־המעשׂה גופֿאַ, וואָס פֿירט אײַך אַוועק אין שטעטל וווּ עס האָט געוווינט אַ רײַכער ייִד מיטן נאָמען קלמן (איציק פֿײַערסטאָון), אַ פּראָצענטניק, אַ זשוליק און אַ זשעדנער; אַ קאַרגער הונט מיט אויערן. איז אַמאָל צו אים געקומען אַ באָבעשי (לאָרי ווילנער) פֿאַרזעצן אַ רינגעלע, און זי האָט זיך בײַ אים אײַנגעבעטן, אַז ווי נאָר גאָט וועט געבן און זי וועט אויסצאָלן די געלײַטע חובֿות, זאָל ער איר אָפּגעבן דאָס רינגל. דערווײַל רוקט זיך אונטער בערל (נימי ווײַסבראָד), אַ יונג און באַחנט בחורל, וועלכער איז פֿאַרליבט אין ציפּקען (דינה מאַרקוס). די צרה איז וואָס דאָס פֿאַרליבטע פּאָרל קען נישט שטעלן קיין חופּה צוליב מאַנגל אין געלט. זיי האָבן נישט קיין גראָשן בײַ דער נשמה, און צו דעם שלימזל איז ציפּקעס באָבע אָפּגעשטאָרבן און פֿון איר קאָנטראַקט מיטן פּראָצענטניק האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם. דער חתן איז גרייט אויסצוצאָלן דעם חובֿ, אָבער קלמן פֿאָדערט אַזאַ הויכן פּראָצענט וואָס ער קען נישט באַהויפּטן.

פֿון די ווײַטע ווײַטן באַווײַזט זיך הערשעלע אָסטראָפּאָליער (מײַק בורשטיין), אַן אָפּגעריסענער, אָפּגעשליסענער קבצן אין זיבן פּאָלעס. אויף די פּלייצעס אַ קלומיק, אויפֿן קאָפּ אַן אָרעמאַנסקי היטל, אָנגעטאָן אין אַ פֿאַרלאַטעט אייבערשטן בגד. ער שטאַרבט פֿאַר הונגער און פֿאַר דאָרשט, אָבער די קרעטשמערקע (לאָרי ווילנער) און איר מאַן זײַדל (סטיוו סטוירנער) קוקן אים אָן מיט ביטול. מיט דער מינוט וואָס זיי דערזעען דעם לאַפּעטוטניק וואָס פֿאָדערט עסן, יאָגן זיי אים אַוועק מיט גוטן און מיט בייזן. הונגעריק און אָפּגעריסן, לייגט ער זיך צו בײַ דער זײַט און הערט זיך צו צום אַלעמען וואָס עס קומט פֿאָר אינעווייניק און אין דרויסן. ער דערוויסט זיך אַז דער גבֿיר איז אַ פּאַסקודניאַק וואָס האָט פֿײַנט אָרעמע־לײַט, און אַז דאָס פּאָרל איז צו אים געקומען מאָנען דער באָבעס רינגעלע צוריק, און געברענגט מזומן געלט, האָט ער צוגענומען די גילדן און געפֿאָדערט מער און מער. מיט איין וואָרט, אַן אָרעמאַן צו זײַן איז ערגער פֿון אַ קרענק.

אויב אַזוי, האָט הערשעלע זיך געטראַכט, וועט ער אָפּלערנען דעם קאַרגן גבֿיר אַ לעקציע ער זאָל האָבן צו געדענקען. און דאָ איז מײַק בורשטיין געווען אין דער היים. ווי הערשעלע האָט ער אויסגעשפּילט פֿאַרשיידענע ראָלעס, און יעדערע פֿון זיי איז אים געלונגען. דאָ איז ער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן און פֿאַרשטעלט זיך אין אַ רײַכן סוחר, און דאָ איז ער אַ באָבעשי און פּלוצעם אַ קיִעווער פּסיכיאַטער און צוריק אַ פּענטאַק. דער גאַנצער ספּעקטאַקל איז באַגלייט פֿון אַ מוזיקאַלישער רענדיציע, מיט אַ טאַנץ און אַ האָפּ. מיט איין וואָרט, הערשעלע איז אַ העלד וואָס לאָזט זיך קנעטן.

זיכער וועל איך אײַך נישט אויסזאָגן דעם סוף. איר וועט זיך מוזן אַליין מטריח זײַן און אַראָפּכאַפּן זיך אין דער "פֿאָלקסבינע." איך רעקאָמענדיר אײַך איר זאָלט עס למען־השם נישט פֿאַרפֿעלן. עס זײַנען פֿאַרטראָטן שטאַרקע כּוחות, באַגאַבטע אַקטיאָרן און אַקטריסעס וואָס זינגען מחיהדיק, האַרציק און אַפֿילו פֿול מיט לעבעדיקע פֿאָרוואָרפֿן. זיי טאַנצן און האָפּקען ביז דער עולם ווערט מיטגעריסן, פּליעסקעט און קוועלט אָן פֿונעם הומאָר און דער זשוואַווער בינע.

עס נעמען אָנטייל גאָר געלונגענע אַקטיאָרן און אַקטריסעס. צווישן זיי, לאָרי ווילנער, וועלכע האָט זיך מיט יאָרן פֿריִער אויסגעצייכנט אין שפּילן חנה סנש (סענעש). זי האָט דעמאָלט באַשײַנט די בינע, און זי טוט עס דאָס מאָל ווידער. סטיוו סטערנער, נישט קיין פּנים־חדשות אויף די ייִדישע ברעטער פֿון אַ בינע, שפּילט מיט אײַנגעהאַלטענעם הומאָר און פֿירט אויס זײַן ראָלע אויסגעצייכנט. נימי ווײַסבראָד, דווקא יאָ אַ פּנים־חדשות פֿאַר מיר. ער שפּילט דעם חתן־בחור בערל אויסגעצייכנט, באַגלייביק און ראַיעל. דינה מאַרקוס ווי ציפּקע די כּלה־מויד, אויך אַ נײַ פּנים פֿאַר מיר. זי איז באמת אַ געפֿינס, ממש צו פֿאַרצוקערן. דניאלה ראַבאַני שפּילט די ראָלע פֿון דוואָשען. אוי איז זי גוט, וואָס הייסט גוט, מיט אַלע פּיטשעווקעס גוט. איציק פֿײַערסטאָון איז פֿאַרבונדן מיט דער "פֿאָלקסבינע" זינט יאָרן. ער איז ממש אַרײַנגעוואַקסן אין דער "פֿאָלקסבינע" און געוואָרן אַ טייל פֿון איר. ער צייכנט זיך אויס אויף אַזוי פֿיל, אַז איך האָב גאָרנישט געוווּסט אַז אין אים זײַנען פֿאַרהוילן כּלערליי היילן פֿון טאַלאַנט. שיין בייקער איז באַקאַנט דעם ייִדישן עולם אין ניו־יאָרק מיט זײַנע גרויסע פֿעיִקייטן ווי אַ פֿירנדיקע פֿיגור אין ייִדישן קולטור־קאָנגרעס. אין זײַן שפּילן דאָ האָט ער אַרויסגעוויזן זײַנע שוישפּילערישע פֿעיִקייטן, בײַטנדיק זײַנע מאַניערן פֿון אַ באַדינער און אַ שאַלאַטן־שמשׂ, ביז אַן איבערצײַגטן אין יושר און גערעכטיקייט. עדוואַרד פֿורס שפּילט דאָ אויס די ראָלע פֿון אַ רוסישן שטאָט־פּאָליציסט. זײַן מונדיר און זײַן שטעל האָט נישט אַרויסגערופֿן קיין שרעק בײַ די אײַנוווינער פֿון שטעטל. ער איז געווען צוגעלאָזן און פֿאַרשטענדלעך, געגלייבט וואָס מען האָט אין אים אַרײַנגערעדט און געפֿאָלגט הערשעלעס מאַניפּולאַציעס. אַלץ איז צוגעגאַנגען ווי געשמירט. איך האָב בלויז איין באַמערקונג, נעמלעך, דער באַשטימטער אַרטיקל: "דער," "די" און "דאָס" זײַנען דאָ נישט געצילעוועט אין די ריכטיקע טרעפֿפּונקטן. זיי געהערן די ריכטיקע בעל־הביתּים וועלכע פֿאַרמאָגן נאָך אַ באַשטימטן אַרטיקל "דעם," וואָס איז אין גאַנצן נעלם געוואָרן. דאַרף מען זײַן אַ ביסל אָפּגעהיט דערמיט. אַ חוץ דעם איז דער טעקסט אין בעסטער אָרדענונג.

דערבײַ איז פֿאַראַן אַ קאַפּעליע פֿון פֿיר קלעזמער וואָס האָבן באַשײַנט די שׂימחה. טיילאָר בערגען־קריסטמאַן אויף אַ באַס און גיטאַר, רימאַ פֿאַנד די פֿידלערין, קאַרל רעיהל אויפֿן אַקאָרדעאָן מיטן אָנטייל פֿון מוזיק־דירעקטאָר און פּיאַניסט זיסל סלעפּאָוויטש. אַן אויסגעצייכנטע קאַפּעליע. זיי האָבן באַגלייט זיבעצן לידער. נישט קיין קלייניקייט.

איצט קום איך צו דער באַגאַבטער און אויסגעצייכנטער אַקטריסע, רעזשיסאָרקע און כאָרעאָגראַפֿיסטקע עלינאָר ריסאַ. זי האָט ממש באַוויזן וווּנדער מיט דער אויסגעצייכנטער טרופּע אַקטיאָרן. איר רעזשי און כאָרעאָגראַפֿיע האָט צוגעגעבן סטאַזש. פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַק בורשטיין איז אונדז פֿאַרבליבן ווי אַן אוצר, ווײַל אַזוינס באַווײַזט זיך נישט נאָר אין איין יובֿל, נאָר פֿאַרנעמט הײַנט צו טאָג דעם אויבנאָן פֿון אַן ייִדישן טעאַטער.

נאָך דער פֿריצײַטיקער פּטירה פֿון אַזאַ קאָלאָסאַלן טאַלאַנט ווי ברוסי אַדלער, איז מײַק, אים צו לענגערע יאָרן, ממש בײַ אונדז כּמעט אַ בן־יחיד. זײַן שפּילן און זינגען דערמאָנט אין דער בורשטיין־משפּחה, פּסחקע און ליליען לוקס, שטערן פֿון ייִדישן טעאַטער. זעט אויס, אַז זיי האָבן געבוירן אַ שטערן וועלכער שײַנט מיט טויזנט זונען. זאָגן מיר אים קודם־כּל אַ יישר־כּוח און ווינטשן אַ שלל מיט שעפֿערישע יאָרן.

קום איך איצט צו זלמן מלאָטעק און זײַן מוטער חנה מלאָטעק. זלמן, דער אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿון דער "פֿאָלקסבינע," איז פֿאָרט אויסגעוואַקסן אין אַ ייִדיש שפֿערישער סבֿיבֿה. חנה איז שוין יאָרן־לאַנג פֿאַרנומען מיט מוזיק אין איר אַרבעט אין ייִוואָ און אין "פֿאָרווערטס," און די לעצטע כּמעט צענדליק יאָר פֿירט זלמן אָן מיטן ייִדישן טעאַטער וואָס קלאַמערט זיך צום לעבן. מיט דער פֿאָרשטעלונג "הערשעלע אָסטראָפּאָליער" האָט ער באַוויזן אַז אַלץ איז נאָך נישט פֿאַרלוירן, אַז מ׳קען נאָך צוריקכאַפּן די לייצעס און אַ פֿיר טאָן דעם גורל אויף ווײַטערע האָריזאָנטן. קומט אים דערפֿאַר אָנערקענונג און אַ יישר־כּוח.

פֿאַרשטייט זיך, אַז חנה מלאָטעק איז אַ באַקאַנטע פֿיגור אין דער ייִדישער וועלט. איר קענטשאַפֿט אין ייִדישער מוזיק איז אין־לשער. זי דערמאָנט מיך אין דינה אַבראַמאָוויטש, דער לעגענדאַרער ייִוואָ־ביבליאָטעקאַרין. יענע האָט געהאַט דעם גאַנצן סכום ביכער־טיטלען, שרײַבער, פּאָעטן, אַרטיקלען, בײַ איר אין קאָפּ. איר מוח איז געווען שנעלער פֿון אַ קאָמפּיוטער. מיט חנהן איז דאָס זעלביקע. מ׳ווענדט זיך צו איר אין ייִוואָ מיט אַ טיטל פֿון אַ ליד, אַ מעלאָדיע, אַ מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג, הייבן אָן אירע מוזיקאַלישע קעמערלעך אין מוח צירקולירן און באַלד איז דאָ אַן ענטפֿער. זעט אויס, אַז זי האָט אַרײַנגעלייגט אין הערשעלען אַ שלל מיט לידער־טיטלען און מוזיק. קומט איר אַ באַזונדערע אָנערקענונג און אַ באַגײַסטערטן דאַנק.

נו, ווען מ׳לייגט אַרײַן אין אַ פּיעסע די באָבע מיטן זיידן, ס׳הייסט ביידע מלאָטעקס, מײַק בורשטיינען, עלינאָר ריסאַן און אַ טרופּע מיט אויסגעצייכנטע אַקטיאָרן, קומט אַרויס אַ שלאַגער. די געלונגענע אינאָוואַציע פֿון דער בינע־דעקאָראַציע האָט צוגעשטעלט ראַדזשער האַננאַ, קאָסטיומען ווי תּמיד — גייל קופּער־העכט און די אייבערשטע סובטיטלען אויף ענגליש און רוסיש — מאָטל דידנער. די פֿאָרשטעלונג ווערט געשטעלט אין "ברוך־פּערפֿאָרמינג אַרטס־סענטער," 55 לעקסינגטאָן־עוועניו. "הערשעלע אָסטראָפּאָליער" וועט אויפֿגעפֿירט ווערן ביזן 27סטן יוני. נאָך בילעטן ווענדט זיך צו בעק לי, 0939־403 (718).

ייִדישן טעאַטער וואָס קלאַמערט זיך צום לעבן.

Vos iz der mer mit di yiddish-redendike hasidim fun Williamsburg un Boro Park? Far vus geen zei nisht tzu zeen di Folksbine? Mestome men zol di Folksbine forshtelungen besser reklamiren in di haredishe gegenten fun New York?