ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Anthony Julius. Trials of the Diaspora:
A History of 
Anti-Semitism in England. 

Oxford University Press, 2010.


דער לאָנדאָנער אַדוואָקאַט ענטאָני דזשוליוס האָט זיך קונה-שם געווען אַ דאַנק צוויי באַרימטע פּראָצעסן. זײַן ערשטער גרויסער עפֿנטלעכער דערפֿאָלג איז געווען אין 1996, ווען ער האָט פֿאַרטיידיקט די פּרינצעסין דיאַנאַ אין איר צעשיידונג־פּראָצעס קעגן דער גאַנצער קעניגלעכער משפּחה. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט דזשוליוס רעפּרעזענטירט די אַמעריקאַנער היסטאָריקערין דבֿורה ליפּשטאַדט קעגן דעם ענגלישן חורבן־אָפּלייקענער דייוויד אירווינג, און אַזוי אַרום איז ער באַרימט געוואָרן אויך אין אַמעריקע. הײַנט געהערט דזשוליוס צו די סאַמע אַקטיווע קעגנער פֿון דער בויקאָט־קאַמפּאַניע קעגן ישׂראל אין ענגלאַנד.

חוץ דער גלענצנדיקער יורידישער קאַריערע איז ענטאָני דזשוליוס באַקאַנט מיט זײַנע ליטעראַרישע ווערק. זײַן הויפּט־אינטערעס איז די מגפֿה פֿון אַנטיסעמיטיזם — אין טאָג־טעגלעכן לעבן, פּאָליטיק און קולטור. דער איצטיקער וואָגיקער באַנד פֿון מער ווי אַכט הונדערט זײַטן שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סך־הכּל פֿון זײַנע פֿיל־יאָריקע און אַרומנעמיקע פֿאָרשונגען פֿונעם ענגלישן אַנטיסעמיטיזם. דער מחבר באַהאַנדלט דעם דאָזיקן ענין מעטאָדיש, מיט דער יורידישער שטרענגקייט. ער טענהט, אַז דווקא ענגלאַנד האָט געגעבן דער וועלט די סאַמע ערגסטע אַנטיסעמיטישע זאַבאָבאָנעס — בפֿרט, דעם בלוט־בילבול — וואָס האָט גורם געווען כּלערליי רדיפֿות, גירושים און פּאָגראָמען. ענגלאַנד איז געווען דאָס ערשטע לאַנד אין אייראָפּע, וואָס האָט אַרויסגעטריבן אַלע ייִדן. אינטערעסאַנט, וואָס להיפּוך צו דעם גירוש־ספֿרד, האָט דער גירוש־ענגלאַנד ניט איבערגעלאָזט קיין שפּורן אינעם ייִדישן זכּרון. דאָס איז געשען אין ;1290 מיט כּמעט פֿיר הונדערט יאָר שפּעטער האָט מען די ייִדן ווידער דערלויבט צו וווינען אין ענגלאַנד.

ווי עס באַווײַזט דזשוליוס, איז דער ענגלישער אַנטיסעמיטיזם ניט נעלם געוואָרן נאָכן גירוש. ער האַלט, אַז די אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן, וואָס זײַנען אַזוי אָדער אַנדערש אײַנגעוואָרצלט אינעם גלויבן, אַז ייִדן נייטיקן זיך אין קריסטלעך בלוט בײַם באַקן מצות, האָבן משפּיעה געווען אויף דער ענגלישער ליטעראַרישער טראַדיציע אין משך פֿון אַכט הונדערט יאָר און בלײַבן אַקטועל עד־היום. דזשוליוס דערמאָנט זיך, אַז ווען ער אַליין איז געווען אַ סטודענט אין קעמברידזש אין 1977, האָט ער מיט זײַנע אייגענע אויגן געזען אַ בלעטל, וואָס האָט געוואָרנט די קריסטלעכע ייִנגלעך צו היטן זיך פֿאַר ייִדן אַרום דער פּסח־צײַט.

די צווייטע העלפֿט פֿונעם בוך גיט זיך אָפּ מיט צוויי מאָדערנע מינים אַנטיסעמיטיזם — דעם געזעלשאַפֿטלעכן און דעם אַנטי־ציוניסטישן. דער מחבר מאַכט אַ לאַנגע רשימה פֿון כּלערליי סימנים, וואָס די קריסטלעכע ענגלענדער נוצן, כּדי צו באַטאָנען די פֿרעמדקייט פֿון ייִדן אין דער ענגלישער געזעלשאַפֿט. דערבײַ מערקט ער אָפּ, אַז אַליין האָט ער קיין מאָל ניט געליטן דירעקט פֿונעם ענגלישן אַנטיסעמיטיזם.

דער סאַמע אַקטועלער מין אַנטיסעמיטיזם, לויט דזשוליוסעס קלאַסיפֿיקאַציע, איז דער אַנטי־ציוניסטישער, וואָס דריקט זיך באַזונדערס בולט אויס אינעם איצטיקן יאָרהונדערט. ער אַנאַליזירט די אַנטי־ישׂראלדיקע מליצות פֿון ענגלישע פּאָליטיקער, זשורנאַליסטן און געזעלשאַפֿטלעכע טוער, און אַנטפּלעקט שפּורן פֿון די גוט־באַקאַנטע מיטל־עלטערלעכע זאַבאָבאָנעס, בפֿרט פֿונעם בלוט־בילבול. אים אַליין אינטערעסירט דערבײַ ניט די זאַכלעכע קריטיק פֿון דער ישׂראל־פּאָליטיק (ער איז גאַנץ קריטיש לגבי איר); ער אַנטפּלעקט נאָר די רעטאָרישע אינסטרומענטן, וואָס מען נוצט קעגן דער ישׂראל־רעגירונג. ער ווײַזט אָן, אַז ישׂראל איז די איינציקע מדינה, וואָס איר עקזיסטענץ־רעכט גופֿא ווערט כּסדר געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן. דאָס איז פֿאַר דזשוליוס אַ קלאָרער באַווײַז, אַז דער יסוד פֿון דער אַנטי־ציוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע ליגט אין דער אַלטער ענגלישער טראַדיציע פֿון אַנטיסעמיטיזם.

ענטאָני דזשוליוס איז אַ שאַרפֿזיניקער אַדוואָקאַט און אַ בקי אין דער ענגלישער ליטעראַטור. אָפֿטמאָל באַהאַנדלט ער די ליטעראַרישע טעקסטן ווי יורידישע דאָקומענטן. דאָס גאַנצע בוך איז געבויט ווי אַ לאַנגע רעדע אין אַ געריכט, וואָס באַשולדיקט די גאַנצע ענגלישע קולטור אין אַנטיסעמיטיזם. דער ציל פֿון דער דאָזיקער גוואַלדיקער אונטערנעמונג איז אַרויסצורופֿן וויכּוחים אַרום דער טעמע אין דער ענגלישער געזעלשאַפֿטלעכקייט, און די ערשטע אָפּרופֿן ווײַזן, אַז דער מחבר האָט טאַקע דערגרייכט זײַן ציל.

ווען מע לייענט אַזאַ מין בוך, דערמאָנט מען זיך אין די ווערטער פֿון מענדעלע, וואָס ער האָט אַ מאָל אַרויסגעזאָגט אין אַ שמועס מיט שמעון דובנאָוו׃ "מען פֿאַרשטייט גאָר נישט אין אַנטיסעמיטיזם. אין דער גאַנצער וועלט זײַנען פֿאַראַן בלויז צוויי אמתדיקע אַנטיסעמיטן׃ דער ערשטער איז דער אייבערשטער, און דער צווייטער בין איך".

די סתּירה פֿון די אַסימילירטע ייִדן און זייער באַנעם פֿון אַנטיסעמיטיזם האָט צו טאָן מיט דעם פֿאַקט, וואָס זיי אַליין טראַכטן און שרײַבן אויף אַ פֿרעמדער, ניט־ייִדישער שפּראַך, וואָס גיט זיי ניט קיין מעגלעכקייט אויסצודריקן זייער "ייִדישקייט". אין תּוך גענומען, איז די ייִדישע ליטעראַטור, בפֿרט מענדעלעס ווערק, אַ סך מער "אַנטיסעמיטיש", דאָס הייסט, קריטיש לגבי ייִדן, איידער די ענגלישע אָדער רוסישע ליטעראַטור. קריטיק, סאַטירע, פּאַראָדיע זײַנען נאַטירלעכע פֿונקציעס פֿון יעדער ליטעראַטור, און כּל־זמן די ייִדן האָבן גערעדט, געשריבן און געלייענט אויף זייער אייגענער גערעדטער שפּראַך, האָבן זיי געקאָנט פֿרײַ אַרומרעדן זייערע ענינים. דער שורש פֿון אַ סך אינערלעכע פּראָבלעמען פֿון גלות־ייִדנטום הײַנט־צו־טאָג ליגט אינעם פּשוטן פֿאַקט, וואָס ייִדן, ווי אַ כּלל, פֿאַרמאָגן ניט קיין אייגענע שפּראַך און דאַרפֿן זיך כּסדר צופּאַסן צו די אַרומיקע קולטורן.