|
אַ ישׂראלדיקער ים־דעסאַנט דערנענטערט זיך צו אַ שיף פֿון דער "פֿלאָטיליע" |
Credit: Moti Milrod/ JTA |
אַן אַלט ייִדיש פֿאָלקסווערטל זאָגט, אַז דער אייבערשטער זיצט אויבן און פּאָרט אונטן: ער שיקט אַראָפּ צרות פּאָרווײַז, צו צוויי מיטאַמאָל. הײַנטיקע וואָך איז געווען — די טאָטאַלע אַנטי־ישׂראלדיקע אָפּשטימונג, מיט דער באַטייליקונג פֿון אַמעריקע, וועגן דעם אַטאָמישן ווערק אין דימונה, און גלײַך אויף צומאָרגנס — דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטישער לינטש קעגן ישׂראל, אין רעזולטאַט פֿון דער "הומאַניטאַרער שלאַכט" אויפֿן אָפֿענעם ים קעגן דער ישׂראלדיקער בלאָקאַדע פֿון עזה.
פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן האָבן די געשעענישן פֿון דער וואָך באַצייכנט ווי אַן אָפֿענסיווע קעגן ישׂראל אויף צוויי פֿראָנטן; אַ פּובליציסטישער לץ האָט אָבער צוגעגעבן אַ דריטן פֿראָנט: די אַנטוישונג פֿון דעם "עוראָוויזיאָן" מיטן דורכפֿאַל פֿון דעם ישׂראלדיקן זינגער אין דעם כּלל־אייראָפּעיִשן געזאַנג־פֿאַרמעסט דעם לעצטן מוצאי־שבת, מיט וועלכן עס האָט זיך אָנגעהויבן די הײַנטיקע דראַמאַטישע וואָך. נישט געקוקט אויף די אַלע הויכע דערוואַרטונגען, איז דאָס ליד פֿון דעם יונגן זינגער געוויילט געוואָרן אויפן אַנטוישנדיקן 14טן אָרט אין "דעם גרעסטן פֿאַרווײַלונג־פֿאַרמעסט פֿון דעם יאָר". ווײַזט זיך אַרויס, אַז אויך אין די "שאָו־ביזנעס" דאָמינירט דער פּאָליטישער אינטערעס.
די רעאַקציע פֿון דעם ישׂראלדיקן, און אין אַ גרויסער מאָס פֿון דעם כּלל־ייִדישן אַזוי־גערופֿענעם "נאַציאָנאַלן קאָנסענזוס" בנוגע די פּאָליטישע גענג פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ לגבי מדינת־ישׂראל, קאָן ווערן פֿאַרגליכן צו דער רעאַקציע פֿון דעם פּובליקום אין טעאַטער־זאַל אויף די דראַמאַטישע עפֿעקטן פֿון דעם אַקטיאָר אויף דער בינע אין אַ טראַגי־קאָמעדיע. אָט לאַכט ער, דער עולם, און פֿרייט זיך, און אָט ווישט ער די טרערן.
אויך די באַציִונגען צווישן מדינת־ישׂראל און דער אַמעריקאַנער גרויסמאַכט אין די לעצטע אָנדערטהאַלבן יאָר קענען פֿאַרגליכן ווערן צו די פֿאַרהעלטענישן צווישן דעם עולם אין טעאַטער־זאַל און די אַקטיאָרן אויף דער בינע זינט צום רודער פֿון יעדן צד האָבן זיך צוגעזעצט די צוויי שאָפֿערן, וואָס פֿירן יעדער איינער פֿון זיי אין צוויי קעגנזעצלעכע ריכטונגען. דער "קליינער אונטערשייד" צווישן זיי איז נאָר אין דער גרייס און אין דער "פֿערד־קראַפֿט" פֿון זייערע טראַסנפּאָרט־מיטלען, און אויך אין וועלכער ריכטונג זיי פֿירן: וועגן איינעם פֿון זיי האָט דער וועלט־באַקאַנטער פּובליציסט, טאָם פֿרידמאַן, געשריבן אין "ניו־יאָרק טײַמס", אַז ער פֿירט זײַן מיני־קאַר "ווי אַ שיכּורער שאָפֿער" (אַ שיכּורער "דרײַווער" בלע״ז) אויף די וועגן פֿון מיטעלן מיזרח; וואָס שײַך זײַן ריוואַל, דאָמינירט די מיינונג, אַז ער "דרײַווט" זײַן באַפֿליגלטן הערקולעס אויף די הימלישע זיגזאַגיקע שליאַכן אין דער ריכטונג אויף מיזרח, דורך קאַיִר קיין איראַן און אַפֿגאַניסטאַן ביז צפֿון־קאָרעע.
פֿון וואַנען נעמען זיך אָבער די אָפֿטע רײַבונגען, סיכסוכים און פֿאַרגלעטונגען, צווישן אים און זײַן ישׂראלדיקן "קאָלעגאַ פּאָ פֿאַכו", זײַן אַמט־קאָלעגע, נתניהו, זינט ביידע זײַנען כּמעט איינצײַטיק געקומען צו דער מאַכט אין זייערע לענדער?
דאָס געשעט געוויינטלעך, ווען זיי טרעפֿן זיך אָן איינער אויפֿן אַנדערן אויף דעם אָפּשניט, וווּּ אָבאַמאַ פֿליט פֿאַרבײַ אויף זײַן וועג אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג.
מיט אַ קורצער צײַט צוריק, ווען די אָפֿיציעלע וואָרטזאָגער פֿון מדינת־ישׂראל האָבן מיט באַפֿרידיקונג דערקלערט, אַז דער קריזיס צווישן ירושלים און וואַשינגטאָן איז שוין "הינטער אונדז" (נאָך דעם וויזיט פֿון דעם וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען אין ירושלים און דעם שפּײַ אין פּנים, וואָס ער האָט באַקומען פֿון מיניסטער אלי ישי). און ווען די מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן איז געקומען אונדז גלעטן, האָבן הונדערט ייִדישע און נישט־ייִדישע "סעלעבריטיס", בראָש מיטן נאָבעל־לאַורעאַט אלי וויזעל פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעם זעלבן "ניו־יאָרק טײַמס" אַ פּראָטעסט־אַנאָנס קעגן "די בייזע כּוונות לגבי ירושלים". האָט אָבאַמאַ פֿאַרבעטן זײַן אַלטן גוטן פֿרײַנד אלי וויזעל צו זיך אויף אַ מיטאָג און האָט אים איבערגעצײַגט אין זײַנע גוטע כּוונות. האָבן זיך ייִדן געפֿרייט. און ייִדן האָבן זיך נאָך מער געפֿרייט, ווען דער פּרעזידענט פֿון דער גרעסטער גרויסמאַכט האָט צוזאַמענגערופֿן די מנהיגים פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדנטום און פֿאַר זיי אין אַן אָפֿנהאַרציקן שמועס זיך מודה געווען, אַז ער האָט זיך שוין אָפּגעבריט זײַנע פֿינגער, טרעטנדיק אויף די מינעס אונטער זײַנע פֿיס, נישט וויסנדיק פֿון פֿריִער אויף וואָס פֿאַר אַ גרויסע שטרויכלונגען ער וועט זיך אָנטרעפֿן אין זײַן פּאָליטישער סטראַטעגיע אין דעם ראַיאָן. האָבן פֿאַרשיידענע קאָמענטאַטאָרן אין דער ישׂראלדיקער פּרעסע געיובֿלט: אָבאַמאַ איז זיך מודה אין זײַנע פֿעלערן! און אָבאַמאַס נאָענטער ראַטגעבער, דער פֿאַרוואַלטער פֿון "ווײַסן הויז" רם עמאַנועל איז געקומען מיט זײַן משפּחה פּראַווען דאָ די בר־מיצווה פֿון זײַן ייִנגעלע בײַם כּותל־מערבֿי אין ירושלים, און האָט דערצו נאָך געברענגט מיט זיך, ווי אַ פֿרײַנדלעכע מתּנה, די אײַנלאַדונג פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ פֿאַר נתניהו צו קומען הײַנטיקע וואָך צו אים אויף אַ חבֿרישן שמועס אין וואַשינגטאָן.
איז אָבער גלײַך נאָך דעם געקומען פֿון "ווײַסן הויז" דער נײַער קלאַפּ, מיט דער טאָטאַלער אַנטי־ישׂראלדיקער אָפּשטימונג פֿון 189 מדינות אויף דער ספּעציעלער קאָנפֿערענץ וועגן דער דע־אַטאָמיזאַציע פֿונעם מיטעלן מיזרח. נישט איראַן, נאָר דווקא ישׂראל ווערט דאָרט דערמאָנט און ווערט אויפֿגעפֿאָדערט אַ סוף צו מאַכן צו איר "פֿאַרנעפּלונגס"־פּאָליטיק און צו עפֿענען איר (פֿאַר גאַנץ בראָד געהיימע) "טעקסטיל־פֿאַבריק" אין דימונה, כּדי קאָנטראָלירט צו ווערן פֿון די אינטערנאַציאָנאַלע אַטאָמישע אינספּעקטאָרן.
דער דאָזיקער אַקט איז פֿאַר ישׂראל געווען ענלעך צו איר אייגענער האַנדלונג לגבי דזשאָו בײַדען און לגבי וואַשינגטאָן מיט צוויי חדשים צוריק. מיר ווייסן נישט הײַנט וואָס אָבאַמאַ האָט געוואָלט זאָגן מאָרגן, דינסטיק, זײַן ישׂראלדיקן גאַסט בעת זייער געפּלאַנטער טרעפֿונג אין וואַשינגטאָן. די טרעפֿונג איז אָבער נישט צושטאַנדגעקומען, מחמת נתניהוס צוגעאײַלטן צוריקקער (פֿון קאַנאַדע) אין לאַנד, צוליב דעם אינטערנאַציאָנאַלן פּלאָנטער אין רעזולטאַט פֿון דער "הומאַניטאַרער ים־שלאַכט" קעגן דער פֿלאָטיליע, וואָס איז געקומען דורכברעכן די בלאָקאַדע פֿון עזה. עס איז אָבער קיין ספֿק נישט, אַז אָבאַמאַ האָט אים געוואָלט פֿאַרזיכערן, אַזוי ווי אלי וויזעלן פֿריִער, אַז דאָס שטימען פֿון די אַמעריקאַנער קעגן ישׂראל אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון דער "יו־ען"־קאָמיסיע איז געווען "גוט פֿאַר ישׂראל". די נייטיקע מאָטיוון וואָלט ער שוין זיכער געפֿונען. עס איז אויך באַוווּּסט, אַז אין משך פֿון די לעצטע צוויי וואָכן זענען אָנגעגאַנגען אינטענסיווע סטראַטעגישע געשפּרעכן צווישן די באַרופֿענע פֿאַרשטייער פֿון ביידע לענדער, און אויך אָבאַמאַ פֿאַרפֿעלט נישט קיין געלעגנהייט צו באַרויִקן ישׂראל און צוצוזאָגן איר, אַז זי וועט בלײַבן בײַ אים דער שוואַרצאַפּל פֿונעם אויג און אַז אַמעריקע וועט זי אין קיין פֿאַל נישט מפֿקיר זײַן.
אַמעריקע איז אָבער נישט גרייט צו ווערן איזאָלירט, אַזוי ווי ישׂראל, אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער בינע, אויף וועלכער אָבאַמאַ וויל ווײַטער בלײַבן דער הערשנדיקער באַלעבאָס.
אין דעם פֿאַרמעסט פֿון די כּוחות צווישן דער "ציווילער פֿלאָטיליע" פֿון פֿרײַוויליקע און דער קאָמאַנדאָ־איינהייט פֿון צה"ל האָט ישׂראל ווידער אָפּגעהאַלטן אַ גלענצנדיקן מיליטערישן נצחון. די "פֿלאָטיליע" איז נישט צוגעלאָזט געוואָרן צו די ברעגן פֿון עזה, און 9 פֿון אירע ציווילע דעמאָנסטראַנטן זענען געוואָרן דערהרגעט, קרובֿ 50 זענען פֿאַרוווּּנדיקט, דערונטער 7 ישׂראלדיקע קאָמאַנדאָ־סאָלדאַטן.
ישׂראל האָט אָבער באַצאָלט פֿאַר אים מיט אַ פּאָליטישן לינטש. די פּאָליטישע מפּלה פֿון ישׂראל איז נאָך קיינמאָל נישט געווען אַזוי גרויס ווי אין אָט דעם "געלונגענעם" אינצידענט, וועלכער האָט ווידער באַפֿרוכטיקט די טענה פֿון אונדזערע "פּאַטריאָטן", אַז די גאַנצע וועלט איז קעגן אונדז... און אין דער מעכטיקער פּראָטעסט־קאַמפּאַניע נישט נאָר פֿון דער אַראַבישער און מוסולמענישער וועלט האָט זיך אָנגעשלאָסן אויך די פּאַלעסטינער "אינסטאַנץ" פֿון אַבו־מאַזען — וואָס האָט ווידער געגעבן שטאָף דער טענה פֿון די זעלבע "פּאַטריאָטן", אַז "עס איז נישטאָ קיין פּאַרטנער" מצד די פּאַלעסטינער — אַזוי אַרום נאָך אַ סיבה אָפּצובריִען די פֿינגער פֿון אָבאַמאַס פֿיס און צו שטרויכלען די קוים אָנגעהויבענע פֿאַרמיטלונג־געשפּרעכן, אאַז״וו — אַזוי ווי ביז איצט, אַזוי ווי אַלע מאָל.
דעם גרויסן פּאָליטישן נצחון האָבן אין דעם אינצידענט אָפּגעהאַלטן דער "כאַמאַס", כאָטש די שיפֿן מיט דער הומאַניטאַרער הילף זײַנען נישט געוואָרן צוגעלאָזט צו די ברעגן פֿון עזה, ווי אויך טערקײַ, וועלכע האָט זיך דאָ אַרויסגעשטעלט ווי די אָנפֿירערין פֿון דער מוסולמענישער וועלט. דער פּרעמיער אַרדאָגאַן האָט זיך איצט אויך עפֿעקטיוו אָפּגערעכנט מיט ישׂראל פֿאַר יענעם דערנידערנדיקן באַשטראָפֿונג־אַקט מצד דעם וויצע־מיניסטער דני איילון, אבֿיגדור ליבערמאַנס פֿאַרטרעטער, קעגן דעם טערקישן אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל מיט אַ האַלב יאָר צוריק, פֿאַר וועלכן ער איז דערנאָך געוואָרן געצוווּּנגען זיך צו אַנטשולדיקן. דער זעלבער וויצע־מיניסטער דני איילון איז אַוועקגעשטעלט געוואָרן פֿאַר דעם רעגירונג־שטענדער אויף דער ערשטער פּרעסע־קאָנפֿערענץ 7 שעה נאָך דעם צוזאַמענשטויס אויפֿן ים, כּדי מיט די אָפֿיציעלע תּירוצים אויפֿצוקלערן די ענינים פֿאַר די ישׂראלדיקע זשורנאַליסטן, ווען די גאַנצע וועלט האָט שוין געזען און געוווּּסט וועגן דעם פֿון די אַראַבישע און אינטערנאַציאָנאַלע קוואַלן. אויף די פֿראַגן פֿון פֿרעמדע קאָרעספּאָנדענטן האָט ער זיך אָפּגעזאָגט צו ענטפֿערן, ווי דאָס וואָלט נישט געווען זייער ענין.
נישט נאָר די פֿײַנטלעכע וועלט און נישט נאָר די פֿרײַנדלעכע לענדער און דער זיכערהייט־ראַט און אַלע אַנדערע אויסערלעכע פֿאַקטאָרן זײַנען אויפֿגעשטאַנען קעגן דער פּאָליטיק און דער אויפֿפֿירונג פֿון מדינת־ישׂראל. אויך אין לאַנד האָט דער נײַער פּאָליטישער פּלאָנטער אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿן וויכּוח אַרום די פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דעם גוואַלדזאַמען אינצידענט. פֿון איין זײַט, וועגן דער אַכזריותדיקייט פֿון די "הומאַניטאַרע" וואָלאָנטירן און שטיצער פֿון דעם טעראָריסטישן "כאַמאַס" — און פֿון דער אַנדערער זייט וועגן דער מאָס פֿון חכמה און געזעצלעכקייט פֿון דער מיליטערישער אינטערווענץ אויף די עקסטעריטאָריאַלע אינטערנאַציאָנאַלע וואַסערן, ווי אויך וועגן דעם, אַז די דעציזיע איז נישט געוואָרן אָנגענומען דורך דעם זיכערהייט־קאַבינעט, נאָר דורך דעם ענגן "זיבעטל"־קאַבינעט, וואָס איר פֿונקציע איז נאָר אַ קאָנסולטאַטיווע, אדג״ל.
אָבער אומאָפּהענגיק פֿון די אַלע רעטענישן, קריטיקעס און טאַדלונגען, שטעלט זיך פֿאַר אַלעמען די קאַרדינאַלע פֿראַגע: ווי אַזוי איז עס געקומען צו דעם? וואָס האָט צו דעם דערפֿירט? וואָס פֿאַר אַ פּאָליטיק איז דאָס וואָס שלעפּט יעדעס מאָל אַרײַן ישׂראל אין דער פּולאַפּקע, אין דער קלאַפּשטײַג פֿון דעם שווערן פּאָליטישן פּלאָנטער, צום פּאָליטישן לינטש.
דעם ענטפֿער געפֿינען מיר אין דעם אומצוטרוי, וועלכן נתניהו און זײַן רעגירונג האָבן שוין פֿון איר אָנהייב אָן אַרויסגערופֿן בנוגע אירע רייד און כּוונות, און גאָר באַזונדערס וואָס שייך דער טאָפּלזײַטיקייט פֿון די רייד און האַנדלונגען פֿון דעם צום צווייטן מאָל פּרעמיער־מיניסטער און זײַנע מיניסטאָרן. מיט אַזאַ צוויי־פּנימדיקער פּאָליטיק — איינע פֿאַרן אינערלעכן און די אַנדערע פֿאַרן אויסערלעכן געברויך ("צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער", און — "מיר וועלן נישט זײַן קיין פֿרײַערס"), און ווען איר אויסערן־מיניסטער דערקלערט, אַז דער שלום קען וואַרטן נאָך 16 יאָר, און נאָך אַ מיניסטער זאָגט, אַז פֿון די שלום־געשפּרעכן וועט במילא גאָרנישט אַרויסקומען — מיט אַזאַ פּאָליטיק קאָן מען די מדינה נאָר פֿאַרפּלאָנטערן אין אַזעלכע סקאַנדאַלן, ווי די פֿון דער הײַנטיקער וואָך און אויפֿשטעלן קעגן זיך די גאַנצע וועלט.
וואָס זענען אָבער די ייִדן שולדיק, אַז מען האָט דערפֿאַר צו זיי די טענות און זיי ווערן פֿאַר זיי באַשטראָפֿט?..
תּל־אָבֿיבֿ, 1טער יוני 2010