בנימין מאַצקעוויטש, 1945 |
הײַנט צו טאָג, 65 יאָר נאָכן זיג איבער היטלער־דײַטשלאַנד, קערן זיך אונדזערע געדאַנקען אום צו דעם איבערגעלעבטן און מאַכן, שוין צום וויפֿלטן מאָל, אַ חשבון־הנפֿש פֿון דעם, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אייגענעם לעבן, אין לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק, אין לעבן פֿון אייראָפּע אין 20סטן יאָרהונדערט.
מיט יעדן יאָר ווערט אַלץ ווייניקער מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה און האָבן זוכה געווען מיט געווער אין די הענט צו קעמפֿן קעגן דעם בלוטיקן שׂונא. פֿאַר זיי איז דער אָנדענק פֿון די מלחמה־יאָרן, אויב זיי האָבן געפֿונען אין זיך געוואַגטקייט און כּוח צו גיין שלאָגן די מערדער, געבליבן הייליק אויפֿן גאַנצן לעבן. איך פֿיל דאָס באַזונדערס, לייענענדיק די אָפּגעהיטע בריוו פֿון אַ ייִנגערן חבֿר פֿון אונדזער פֿאַר־מלחמהדיקער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע בנימין מאַצקעוויטש, וועלכער וווינט אין ווילנע, פֿאַרגעסט ניט קיינעם און האַלט טײַער די פֿרײַנדשאַפֿט מיט יעדן פֿון אונדז.
בנימין מאַצקעוויטש איז נאָך ניט אַלט געווען קיין אַכצן יאָר, ווען ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה אין יוני 1941. געזעגנדיק זיך מיט די אייגענע, איז ער, אַוועק אויף מיזרח, געגאַנגען אין די שפּורן פֿון אַן אָפּטרעטנדיקער קאָלאָנע רויטאַרמייער, מיטן איינציקן געדאַנק צו שטעלן אַ ווידערשטאַנד די נאַציס. אָבער ווען ער האָט, שוין לעבנדיק אין סאָוועטישן הינטערלאַנד, אָפּגעשלאָגן די טירן פֿון מיליטער־קאָמיסאַריאַט, מען זאָל אים נעמען אויפֿן פֿראָנט, פֿלעגט מען אים ענטפֿערן, אַז זײַן צײַט איז נאָך ניט געקומען (צי איז די סיבה געווען, וואָס ער איז נאָך צו יונג? צי אפֿשר, וואָס ער איז געווען אַ "מערבֿניק", איינער פֿון די ייִדישע פּליטים פֿון די מערבֿ־געביטן, וועלכע מען האָט אָפֿט ניט געטרויט?..). גענוג, אַז ער איז אַוועק אַרבעטן אין אַ שאַכטע — "געשלאָגן דעם שׂונא, אַרויסבאַקומענדיק איבער דער נאָרמע מעטאַל פֿאַרן פֿראָנט", ווי ער האָט געשריבן אין אַ בריוו. "זײַן צײַט איז געקומען" נאָך דעם, ווי מען האָט פֿאָרמירט אין אַ שטעטל באַלאַכנאַ אויף דער וואָלגע (אין גאָרקאָווער, הײַנט ניזשני־נאָווגאָראָדער, געגנט), אין יאָר 1942 די ליטווישע דיוויזיע בײַ דער רויטער אַרמיי.
אָט איז אַ בריוו פֿון אים פֿון 7טן יוני 1944. "באַלד אָנדערטהאַלבן יאָר — שרײַבט ער — ווי איך בין אויף דער פֿאָדערשטער ליניע. אָנטייל־גענומען אין די שווערסטע שלאַכטן און צוגעפּאַסט מײַן קעגנטאַנקען־ביקס צום קאַמף מיט עראָפּלאַנען. זוכה געווען צו באַקומען אין 1943 צוויי העכסטע זעלנערישע מעדאַלן 'פֿאַר געוואַגטקייט’ (מיט אַ דריטן וועט מען אים באַלוינען אין נאָוועמבער 1944)".
אין זײַנע זכרונות אין דעם זאַמלבוך פֿון דער ליטווישער דיוויזיע "דער וועג צום נצחון", וואָס איז דערשינען אין ישׂראל אין יאָר 1995 אין ייִדיש און דערנאָך אויך אין עבֿרית, מיטן אָנטייל פֿון 120 מחברים, האָט ער זיך אומגעקערט צו דער באַשרײַבונג פֿון זײַן אָנטייל אין דער וועלט־באַרימטער אָריאָלער־קורסקער טאַנקען־שלאַכט זומער 1943, נאָך וועלכער די דײַטשן האָבן ניט געקענט קומען צו זיך:
...פּלוצעם איז אויף אונדזערע טראַנשייען אַראָפּגעפֿאַלן אַ האָגל פֿון קוילן און סנאַריאַדן. די דײַטשן האָבן אונדז באַשאָסן פֿון אַלע מינים געווער. דער הימל איז אין איין רגע געוואָרן שוואַרץ פֿון כוואַליעס 'מעסערשמידטן’ און פֿון 'הענקעלס’... אַלץ האָט זיך צונויפֿגעמישט אין וואָלקנס פֿון שטויב און רויך. עס האָט זיך געדאַכט, אַז אין דעם דאָזיקן גיהנום איז שוין קיין איין לעבעדיקער נפֿש ניט געבליבן.
עס האָבן זיך דערנענטערט מחנות דײַטשישע טאַנקען. מײַן פּאָזיציע פֿון קעגנטאַנקען־ביקס איז אַרויסגערוקט געוואָרן פֿאָרויס, פֿאַר אונדזער פֿאָדערשטער ליניע. מײַן צווייטער נומער איז געווען אַ סאָלדאַט מאַטראָסאָוו. אין אונדזער ריכטונג זײַנען געגאַנגען לײַכטע און שווערע טאַנקען. ס’זײַנען צווישן זיי אויך געווען 'טיגערס’ און 'פֿערדינאַנדן’. מיר האָבן אָנגעהויבן שיסן, געוואָרפֿן פֿײַערפֿלעשער. פּלוצעם האָט אונדז פֿאַרטויבט אַ שטאַרקער אויפֿרײַס. מאַטראָסאָוו איז געפֿאַלן. אַ שטאָלענער שפּליטער האָט געטראָפֿן אין ברוסט דעם 19־יאָריקן רוס.
דעם צווייטן אויפֿרײַס פֿון אַ טאַנק, וועלכער איז געגאַנגען דירעקט אויף מיר, האָב איך ניט דערהערט און ניט באַמערקט. מײַן ביקס איז צעשפּליטערט געוואָרן און איך האָב דערפֿילט אַ שטאַרקן קלאַפּ אין ברוסט. ס’האָט מיר פֿאַרכאַפּט דעם אָטעם און איך האָב אויף עטלעכע רגעס פֿאַרלאָרן דעם באַוווּסטזײַן. געקומען צו זיך, האָב איך אײַליק גענומען אַרויסקריכן פֿון 'לעבעדיקן קבֿר’. אין דער טראַנשיי פֿון באַטאַליאָן האָט מען מיך פֿאַרבאַנדאַזשירט און איך האָב גלײַך פֿאַרביטן אַן אומגעקומענעם קוילנוואַרפֿלער און געשאָסן אין די אָנגרײַפֿנדיקע דײַטשן...
וועטעראַנען פֿון דער ליטווישער דיוויזיע פֿון דער רויטער אַרמיי אין ווילנע אין יאָרן אַרום, 1994. פֿון רעכטס: עליאַש לעוויטאַס, שלמה כּהן־צדק און בנימין מאַצקעוויטש |
ווי האָבן אַזעלכע ייִדישע ייִנגלעך געפֿונען כּוחות איבערצושטײַגן אין קאַמף די אייגענע מעגלעכקייטן, צו ווערן גיבורים? "צי בין איך טאַקע געווען אַזאַ דרייסטער, אַזאַ מוטיקער?" וועט בעניע ווײַטער, אין די זכרונות, זיך שטעלן אַ פֿראַגע, "איך מיין, אַז ניט. כ’האָב פּשוט געוווּסט, אַז מײַן גאַנצע משפּחה איז אומגעקומען... אַז עס איז חרובֿ געוואָרן אונדזער ייִדישע ווילנע, ירושלים דליטא. איך האָב ניט געהאַט קיין רעכט אויף פּחד..."
ווען מיט צען יאָר צוריק האָבן די קריגס־וועטעראַנען אין ליטע געפֿײַערט דעם 55סטן יובֿל פֿון נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד, האָט די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון די וועטעראַנען און פֿון דער ייִדישער געמיינדע אין ליטע געשריבן אין אַ באַגריסונג צו בנימין מאַצקעוויטשן:
הײַנט, פֿײַערנדיק דעם היסטאָרישן יום־טובֿ, וואָס מיר האָבן געבראַכט מיט די אייגענע הענט, דעם יום־טובֿ פֿון אויסלייזונג פֿון דער ברוינער פּעסט, וואָס האָט געדראָט אויסצוראָטן אונדזער גאַנץ פֿאָלק, ווענדן מיר זיך צו אײַך מיט ווערטער פֿון דאַנקבאַרקייט פֿאַר אײַער העלדישקייט און מוטיקייט. מיר ווינטשן אײַך פֿיל געזונט און גליק, וווילשטאַנד און לאַנגע, לאַנגע יאָרן לעבן.
איז טאַקע די בלוטיקע מלחמה געבליבן אין זכּרון פֿון פֿיל קעמפֿער קעגן די נאַציס ווי דער וויכטיקסטער און ווערדיקסטער פּעריאָד פֿון זייער לעבן. און ווען אין גאַנג פֿון דער געשיכטע, נאָכן צעפֿאַלן זיך פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט מען אָנגעהויבן רעווידירן די אָפּשאַצונגען וועגן דער ראָלע פֿון דער רויטער אַרמיי אין קאַמף קעגן היטלער־דײַטשלאַנד; ווען מען פֿלעגט שוין אומגערן דערמאָנען די מיליאָנען קבֿרים פֿון רויטאַרמייער — פֿאַרטיידיקער און רעטער פֿון פֿעלקער אין אייראָפּע, צווישן זיי אויך פֿון רעשטלעך גערודפֿטע ייִדן — האָט עס אײַנגעבראָכן ניט איינעם פֿון אונדזערע וועטעראַנען. באַזונדערס, ווען די אַלץ נײַע פֿאַקטן פֿון סטאַלינס פֿאַרברעכנס האָבן מיט דער צײַט געוואָרפֿן אַ שאָטן אויף דער רויטער אַרמיי און אירע איבערגעבליבענע אַנטי־נאַצי־קעמפֿער.
מיט העכער צוואַנציק יאָר צוריק, ווען מיר (איך מיט מײַן מאַן שלמה כּהן־צדק — אויך איינער פֿון די מסירת־נפֿשדיקע קעמפֿער) האָבן זיך שוין געגרייט צו אונדזער עליה, האָבן זיך אין ווילנע, וווּ מיר האָבן געוווינט, געלאָזט הערן אַזעלכע פֿאַקטן: ס’קומט אַן עלטערער פּאַציענט, אַ קריגס־וועטעראַן צו אַ דאָקטער, אַ ליטווינער, און יענער טוט אים אַ זאָג: "נעמט אַראָפּ אײַערע מעדאַלן (אָדער 'די מעדאַלן־בענדלעך’) ווען איר קומט צו מיר".
ווען אין ליטע האָט מען אָנגעהויבן אומוואַרפֿן דענקמעלער פֿון העלדן פֿון דער מלחמה, און מען האָט אַראָפּגענומען דעם דענקמאָל פֿון דעם יונגן, אומגעקומענעם אויפֿן פֿראָנט, גענעראַל איוואַן דאַנילאָוויטש טשערניאַכאָווסקי, וואָס האָט געהאַט אָנגעפֿירט אויך מיט די באַפֿרײַונגס־קאַמפֿן פֿאַר ווילנע, האָט בעניע מאַצקעוויטש מיט אַ ווייגעשריי אונדז דערציילט וועגן דעם אין זײַן בריוו. שפּעטער, צום יובֿל פֿון זיג, האָט ער אונדז געשיקט אַ קאַרטל פֿון זײַן אַרכיוו מיט טשערניאַכאָווסקיס דענקמאָל, ווען דער דענקמאָל איז נאָך געשטאַנען, און מיט די ווערטער: "בײַ אונדז וועט דער יום־טובֿ פֿון זיג בלײַבן אויפֿן גאַנצן לעבן אין האַרצן און אין דער נשמה. ס’איז שוין אָבער ניטאָ דער יום־טובֿ, ניטאָ דער דענקמאָל. זאָל דאָס קאַרטל בלײַבן בײַ אײַך צום אָנדענק..."
בײַ מיר האָט דער עפּיזאָד אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע אַסאָציאַציע: איך האָב זיך דערמאָנט אין יאָר 1944, ווען די מלחמה האָט נאָך געדויערט, און איך האָב זיך מיט מײַן משפּחה (אויסער אונדזערע פֿראָנט־קעמפֿער — מײַן מאַן און מײַן שוועסטער), שוין געהאַט אומגעקערט אין דער באַפֿרײַטער ווילנע און געאַרבעט אין דער פּוילישער שטאָט־צײַטונג. אונדזער רעדאַקציע איז געווען אין אַ דירה פֿון אַ מויער אויף דער צענטראַלער גאַס און מאָמענטן פֿון דער לעבעדיקער געשיכטע פֿלעגן פֿאַרבײַגיין פֿאַר אונדזערע אויגן. איינער פֿון די מאָמענטן איז געווען די לוויה פֿון דעם גענעראַל טשערניאַכאָווסקי, וועלכן מען האָט, אַזאַ יונגן און שיינעם, ווי אַ לעבעדיקן געפֿירט אין אַן אָפֿענעם אָרון. מיר האָבן אים דײַטלעך געזען פֿון אונדזער באַלקאָן...
די צײַט לויפֿט, בריוו שרײַבט מען זעלטענער און מען באַקומט זעלטענער, מען איז צופֿרידן, ווען מען הערט אַ גוט באַקאַנט קול אין טרײַבל פֿון טעלעפֿאָן. בעניע מאַצקעוויטש, וואָס איז אַ מאָל, נאָך אין די שול־יאָרן, געווען איין שטיפֿער אין דער וועלט (אַגבֿ, אַ ליבלינג פֿון אונדזער לערער און באַוווּסטן כאָר־דיריגענט יעקבֿ געכשטיין), קעמפֿט הײַנט מיטן אומעט אין זײַן האַרצן און באַמיט צו פֿרייען זיך מיט דעם וואָס דאָס לעבן קען נאָך ברענגען. איין מאָל האָט זײַן קליין אייניקל אים פֿאַרן יאָרטאָג פֿון זיג אָנגעקלונגען און דערציילט: "זיידעניו, אין קלאַס האָט מען אונדז געזאָגט, אַז אויב עמעץ האָט אין שטוב אַ וועטעראַן פֿון דער מלחמה, דאַרף מען אים פֿירן אין שול". "ס’איז מיר אויסגעקומען צו גיין און איך האָב ניט קיין חרטה", שרײַבט בעניע אין אַ בריוו.
"מיר זײַנען זיך צונויפֿגעקומען אַ מאַן 30 וועטעראַנען, מען האָט אונדז אויפֿגענומען בײַ געדעקטע טישן, געמאַכט פֿאַר אונדז אַ קאָנצערט, באַוויזן עס אין דער טעלעוויזיע... אויף צו מאָרגנס בין איך אַוועק אויפֿן מיליטערישן בית־עולם, געלייגט בלומען אויף די קבֿרים פֿון זעלנער און פּאַרטיזאַנער, אַוועק אויפֿן ייִדישן בית־עולם, אויך אויפֿן פּראַוואָסלאַוונעם... צען טעג פֿריִער גערייניקט די קבֿרים, געזעצט בלומען, באַגאָסן זיי...
אינעם טאָג פֿון נצחון איז פֿון מײַן געוועזענעם אַרבעטס־אָרט געקומען צו מיר מיט בלומען אַ דעלעגאַציע". מיר האָבן געמאַכט אַ כּוסע; אַ גאַנצן טאָג האָט געקלונגען דער טעלעפֿאָן, אַרבעטער האָבן מיך באַגריסט. און דאָס איז געווען דער גרעסטער קאַפּיטאַל וואָס איך האָב דעראָבערט אין משך פֿון די 53 יאָר, וואָס איך האָב אָפּגעגעבן דער פּאַפּיר־אינדוסטריע פֿון ליטע".
בנימין מאַצקעוויטש, איצט אַ פּענסיאָנער, איז געווען דער שטעל־פֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿון דער פּאַפּיר־פֿאַבריק אין ווערעק, לעבן ווילנע. אַ פֿאַרוואַלטער מיט לײַב און לעבן אָפּגעגעבן די אַרבעטער און באַליבט בײַ זיי.
נאָך אַ באַגריסונג, וועלכע בעניע האָט באַקומען פֿון דער ייִדישער קהילה אין ליטע און פֿון פֿאַרבאַנד פֿון די קריגס־וועטעראַנען, איז געווען צו זײַן 85־יאָריקן יוביליי זומער 2008. אין דער באַגריסונג ווערט דערמאָנט: "ניט צופֿעליק זײַט איר איינער פֿון די ווייניקע אָנטייל נעמער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס זײַנען באַלוינט געוואָרן ניט מיט איין מעדאַל "פֿאַר געוואַגטקייט", נאָר מיט גאַנצע דרײַ!
און צום סוף פֿון דער באַגריסונג:
"מיר קענען אײַך ווי אַ גלענצנדיקן, גוטן מענטש, טרײַער חבֿר, שאַרפֿזיניקן, טיף דענקענדיקן מיטשמועסער. מיר ווינטשן אײַך אויסהיטן אײַער ענטוזיאַזם און אַקטיווקייט אויף לאַנגע יאָרן..."