פּובליציסטיק
אָדעס, דעריבאַסאָווסקאַיאַ גאַס
אָדעס, דעריבאַסאָווסקאַיאַ גאַס

ס׳זענען דאָ ערטער אויף דער ערד, וועלכע לעבן אין אונדזער פֿאַנטאַזיע יאָרן־לאַנג, נאָך איידער מיר האָבן געהאַט די זכיה זיי צו זען מיט די אייגענע אויגן. אַזאַ אָרט איז מסתּמא פֿאַר יעדן ייִדן די שטאָט אָדעס. יעדנפֿאַלס פֿאַר ייִדן פֿון מײַן היימשטאָט ווילנע — ירושלים דליטא...

דער זומער־סעזאָן פֿון יאָר 1971 האָט זיך שוין אָנגעהויבן, און מיר — איך מיט מײַן מאַן שלמה ז״ל — זײַנען אַרויסגעפֿאָרן פֿון ווילנע קיין אָדעס אויף אורלויב ניט האָבנדיק דאָרט קיין באַקאַנטע; אויך ניט מיט זיך קיין קוראָרט־קאַרטעס און קיין אַדרעס, לויט וועלכן מיר זאָלן קענען דינגען אַ צימער. געפֿאָרן פּשוט מיטן איינציקן ציל צו לעבן אַ ביסל אין אָדעס. ס׳האָט אונדז אָפּגעגליקט — מען האָט אונדז באַוויזן ווי צוצוקומען צו דער אָפּרו־זאָנע אויפֿן שוואַרצן ים, צו די אָדעסער אַ״ג דרײַ "פֿאָנטאַנען" — דעם קליינעם פֿאָנטאַן, דעם מיטעלן און דעם גרויסן פֿאָנטאַן. און טאַקע דאָרט, אין איינעם פֿון זיי, האָבן מיר געדונגען אַ צימער (געוווינט האָט דאָרט אַן אַרבעטער־פּאָרפֿאָלק; ער אַן אָדעסיט און זי — פֿון דער היים אַ סיבירערין. די טאָכטער זײַנע, אַ יאָר 17 אַלט, איז געווען אַוועקגעפֿאָרן אין אַ יוגנט־קאָלאָניע, און איר צימער איז געווען פֿרײַ).

און אָט זיצן מיר שוין אין זייער גערטנדל, בײַ אַ טישל אונטער אַ ריזיקן קאַרשנבוים, וואָס בייגט זיך אונטער דער לאַסט פֿון שווערע, זאַפֿטיקע, כּמעט שוואַרצע פֿון רײַפֿקייט יאַגדעס, דערנעבן קלעטערן אין גלײַכע רייען לענג־אויס די צווײַגן צום שפּיץ פֿון אַ צווייטן בוים אַנדערע — זיסע, שײַנענדיקע ווי העלער בורשטין קאַרשן — טשערעשניעס. עס דאַכט זיך, אַז זיי האָבן נאָר וואָס אָנגעקוואָלן פֿון רעגן און זון. מיר קוקן גײַציק אויף זיי אַרויף, דער באַלעבאָס באַמערקט עס, קריכט אַרויף אויפֿן לייטער, וואָס איז צוגעשטעלט צום בוים, רײַסט אָן יאַגדעס, שטעלט אַוועק דעם טעלער אויפֿן טישל און דערציילט: "די פֿרוכטבאַרקייט פֿון אונדזער ערד איז באַקאַנט אויף גאָר דער וועלט. שטעלט אַרײַן אַ שטעקן, און ער צעבליט זיך. איר וועט ניט גלייבן — אין צײַט פֿון דער אָקופּאַציע פֿלעגן די דײַטשן אַרויספֿירן פֿון דאַנעט גאַנצע וואַגאָנען ערד..."


* * *

...אויף דער צענטראַלער גאַס — "דעריבאַסאָווסקאַיאַ" — האָבן אָפּגעבליט ליפּעס. פֿון אַ פֿריִערדיקן, צופֿעליקן באַריר מיט אָדעס, ווען מיר זײַנען נאָר דורכגעפֿאָרן דורך דער שטאָט, האָב איך אויסער אירע באַרימטע ברייטע טרעפּ, וואָס לאָזן זיך אַרונטער צום ים, פֿאַרגעדענקט טאַקע די גאַס: אַ זוניקע, טומלדיקע, יום־טובֿדיקע. זי איז מסתּמא שטענדיק יום־טובֿדיק, אָבער באַזונדערס זומער, ווען ס׳פֿאַרשיכּורט דער ריח פֿון ליפּעס, און דער רעגן־בויגן פֿון קאָלירטע קליידער פֿינקלט אין די אויגן. יונגע מאַטראָסן אין שניי־ווײַסע העמדער, וועלכע זײַנען אויף עטלעכע פֿרײַע שעהען אַראָפּ פֿון די שיפֿן זיך דורכגיין דאָ, אויף דער בונטער גאַס, און אפֿשר טרעפֿן חנעוודיקע, אָפּגעברענטע מיידלעך; און באָבעס אויך, ווי די יונגע, קאָליריק געקליידטע, אונטער דער האַנט מיט זײַנע אַלטע לעבנספֿרײַנד; און גאַנצע משפּחות מיט קינדער אין די וועגעלעך און גרעסערע, געפֿירטע פֿאַר די הענטלעך.

...ערגעץ נאָענט שפּילט אַן אָרקעסטער. זײַנע קלאַנגען דערטראָגן זיך פֿון אַ קאַפֿע אויפֿן ראָג פֿון אַ דערבײַיִקן מויער. מענטשן ווילן אַרײַנגיין, אָבער אַ מעלדונג אויף דער וויטרינע "פֿאַרנומען" האַלט זיי אָפּ. "די נײַע אַביטוריענטן פֿון אַן אָוונטשול פּראַווען דאָ זייער געזעגענונג־באַל", דערקלערט עמעצער. נײַגעריקע פֿאַרבײַגייער שטעלן זיך אָפּ, קינדער דריקן צו די נעזלעך צום שויפֿענצטער.

...מיר פֿאַרגעדענקען דאָס אָרט און גייען אַ צווייטן מאָל אַהער אַרײַן. דער קליינינקער אָרקעסטער שפּילט אַ ייִדישן ניגון. ווען ער ענדיקט, שטעלט עמעץ אָן עפּעס אַנדערש, אָבער דער עולם איז ניט צופֿרידן — מען פֿאָדערט ייִדישע מוזיק. איך קוק זיך צו צו די געסט און זע ניט קיין איין ייִדישן פּנים. יעדנפֿאַלס דאַכט זיך מיר אַזוי. וויפֿל ייִדן זײַנען געבליבן אין אָדעס נאָך דער מלחמה? אָבער אָן ייִדישע מעלאָדיעס איז, ווײַזט אויס, אומעטיק...

...נאָך אַ קורצער עפּיזאָד פֿון יענעם אָוונט איז מיר אויפֿגעשוווּמען אין זכּרון. צווישן די טישלעך איז אַרומגעגאַנגען אַ מענטש און פֿאַרקויפֿט קאָנווערטן, מאַרקעס און אַלטע בילדער פֿון אָדעס. כ׳האָב זיך דאָס דערמאָנט, שרײַבנדיק די שורות. דאַן האָט מיר מײַן זון געגעבן אַזעלכע סוּוועניר־בילדער פֿון זײַנע קאָלעקציעס. אַ פּאָר פֿון זיי ברענג איך דאָ.


* * *

...אויפֿן "פֿאָנטאַן", בײַ דער פּליאַזשע, ציִען זיך אַ ריי קיאָסקן. אין איינעם פֿון זיי פֿאַרקויפֿט אַן עלטערער ייִד קוראָרט־סחורות. קוים וואָס ער רירט זיך, און איך אײַל זיך. "ביז וויפֿל אַ זייגער איז אײַער קיאָסק אָפֿן?" פֿרעג איך. "ביז וויפֿל ווילט איר?" ענטפֿערט ער מיט אַ פֿראַגע אויף אַ פֿראַגע. "צום בײַשפּיל, ביז אַכט אין אָוונט?" "איז אפֿשר שוין ביז צוועלף?" "אויב איר באַשטימט מיר אַ ראַנדקע, זיץ איך דאָ ביז צוועלף!"

...די זון באַקט, און כאָטש ס׳איז נאָך ניט מיטאָגצײַט גייען מיר אַרײַן אין אַ קליינעם רעסטאָראַן ניט ווײַט פֿון ים. דאָ איז קיל, אַ מחיה, און — ס׳האָט אונדז אָפּגעגליקט! — נאָך ניט קיין סך מענטשן. די קעלנערשע לאָזט ניט לאַנג וואַרטן אויף זיך. "דער מעניו? דערווײַל פֿאַרנומען, איך וועל אײַך זאָגן, וואָס עס איז דאָ, אַזוי וועט זײַן גיכער". זי לייגט פֿאָר, וואָס ס׳לוינט צו נעמען, מיר באַשטעלן און זי גייט אַוועק. זי דרייט זיך אַרום ניט געאײַלט, אָבער גענוג שנעל, אָן קאָקעטירן, אָבער היימיש, מיט פֿרײַנדלעכער פּשטות; ברענגט דעם פֿאָרשפּײַז, די איבעריקע מאכלים, גייט צו, נעמט צונויף דאָס געפֿעס, לייגט, ווי פֿאַרבײַגייענדיק, אַוועק אויפֿן טיש דעם חשבון...

איך דערזע די ציפֿערן און קוק פֿאַרוווּנדערט אָן מײַן מאַן. ער זאָגט גאָרניט, אָבער איך פֿאַרשטיי זײַן מיין: "רעאַגיר ניט". איך לייג אַוועק דאָס געלט און דערמאָן זיך אַ ייִדיש ווערטל: "עס קאָסט, אָבער עס לוינט..."


* * *

...דער זומער דויערט ווײַטער און די פּליאַזשעס זײַנען אַזוי געפּאַקט מיט מענטשן, אַז לייגנדיק זיך אויף די גלאַטשטיינדלעך פֿון ברעג, קען מען שוין ניט אויסמײַדן דעם באַריר מיט פֿרעמדע קערפּערס. "מען וואָלט דאָ שוין געדאַרפֿט מאַכן אַ צווייטן גאָרן", קומט אין קאָפּ אַ מאָדנער געדאַנק. אָרט קלעקט שוין נאָר אין ים. און דער ים איז פֿול מיט קינדער, וואָס שפּרינגען, טומלען, טובֿלען זיך, פֿאָכן מיט די הענט ווי ווינטמילן, יאָגן די כוואַליעס. אָדעסער קינדער...

..."צען יאָר. צען יאָר האָב איך אָפּגעאַרבעט מיט די שטיפֿערס", האָט אונדז דערציילט אונדזער באַלעבאָסטע, די סיבירערין. יעדן מאָל, ווען מיר פֿלעגן שמועסן, פֿלעגט זי, פֿאַרגלײַכנדיק אָדעס מיט סיביר, דערציילן, אַז בײַ איר אין דער היים פֿלעגט קיין איין טיר ניט פֿאַרמאַכט ווערן. מענטשן פֿלעגן אין דרויסן אַרויסשלעפּן דאָס שוכוואַרג צו פּוצן, און קיין מאָל פֿלעגט קיין זאַך ניט פֿאַרפֿאַלן ווערן. "דאָ אין אָדעס", האָט זי ווײַטער דערציילט, "פֿלעג איך יעדן זומער פֿאָרן אַרבעטן אין אַ פּיאָנערן־לאַגער. כ׳פֿלעג דאָרט זײַן אַ קעכין, אָדער אַ סאַניטאַרקע. שטענדיק האָבן אויסגעפֿעלט אַרבעטער, ניט יעדער האָט געקענט אויסהאַלטן מיט קונדסים. איין מאָל האָט זיך אין אָוונט אין לאַגער, אין אַ שלאָפֿצימער, וווּ פֿיל קינדער זײַנען שוין געשלאָפֿן, זיך באַוויזן אַ מאָנסטער, דער גאַנצער באַדעקט מיט פֿעדערן. פֿון זײַן פּרצף האָט געשטעקט אַ שנאָביל און ס׳האָבן אַרויסגעגלאַנצט אַ פּאָר אימפּעדיקע אויגן. דאָס איז געווען איינער פֿון די עלטערע ייִנגלעך, וואָס האָבן אין לאַגער פֿאַרבראַכט. זײַנע חבֿרים, וואָס האָבן צוגעקלערט די 'פֿאָרשטעלונג’, האָבן אים אויסגעטאָן, באַשמירט מיט קליי פֿון קראָכמאַל, באַקלעפּט מיט פֿעדערן פֿון אַ קישן, וועלכן זיי האָבן צעטרענט, צוגעטשעפּעט אַן עק און אַוועקגעלאָזט שפּעט אין אָוונט איבער די שלאָפֿצימערן. ס׳איז נאָך געווען אַ גליק, וואָס מיר האָבן אים געכאַפּט, איידער ער איז אַרײַנגעדרונגען אין דעם שלאָפֿצימער פֿון די קלענסטע..."


* * *

זינט מיר האָבן פֿאַרלאָזט אָדעס, פֿלעגט יעדע דערמאָנונג וועגן דער שטאָט אַרויסרופֿן בײַ אונדז אַ שמייכל: די שטאָט איז געבליבן אין אונדזער זכּרון אַ בונטע, אַ זוניקע, אַ שטיפֿערישע.

מיט העכער אַ האַלב יאָר צוריק האָט אַ ידיעה וועגן אָדעס מיר ווײַטער פֿאַרשאַפֿט פֿרייד: איך האָב דערהערט דורכן ראַדיאָ, אַז אָדעס פֿײַערט דעם 216טן יאָרטאָג פֿון איר אַנטשטייונג; אַז דאָרט איז טעטיק בײַ אַ סינאַגאָגע אַ ייִדישע קינדער־היים פֿאַר קליינוואַרג פֿון געבוירנטאָג אָן און אויך אַ ייִדישער אוניווערסיטעט; אַז די קינדער וועלן דאָרט געפֿינען אַ וועג צו פּראָפֿעסיעס, צו העכערער בילדונג, צו חתונות און צו בויען זייער זעלבשטענדיק לעבן (וועגן דעם האָט צוו״אַנד דערציילט די דעפּוטאַטין פֿון כּנסת פֿאַיִנאַ קירשענבאַום, וואָס איז געשטאַנען בראָש פֿון דער ישׂראל־דעלעגאַציע פֿון דעם אַלוועלטלעכן קלוב פֿון אָדעסיטן).

הלוואַי!