פּערזענלעכקײטן
די הילע פֿון אַ. באָווינס בוך
די הילע פֿון אַ. באָווינס בוך

עס דערנענטערט זיך דער צוואַנציקסטער יאָרטאָג פֿון באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ישׂראל. די אינפֿאָרמאַציע־מיטלען דערמאָנען הײַנט גענוי ווי אין יאָר 1967, נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָט דער ראַטן־פֿאַרבאַנד איינזײַטיק איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט אונדזער לאַנד און אין משך פֿון אַלע יאָרן, ביז 1991, געפֿירט אַ גרויל־פּראָפּאַגאַנדע קעגן ישׂראל. מיר, די געוועזענע אײַנוווינער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿלעגן קוים קענען דערהערן דורכן ראַדיאָ די ידיעות פֿון די ישׂראל־אוידיציעס. ס׳איז קלאָר, ווי אַזאַ אידעאָלאָגישע אַטאַקע האָט געווירקט אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אויף דער באַציִונג צו ייִדן און צו זייער שטרעבונג עולה צו זײַן קיין ישׂראל.

אין יענע יאָרן איז דער נאָמען פֿון אַלעקסאַנדער באָווין געווען גוט באַקאַנט יעדן פֿון אונדז, וואָס האָט דאָרט געוווינט: ער איז געווען אַ פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר, פֿלעגט אָפֿט אַרויסטרעטן אין טעלעוויזיע און אויך, זײַענדיק אַ וויכטיקע פּערזאָן אין די העכסטע פּאַרטיי־אָרגאַנען, פֿאָרשטעלן אויף זײַן אייגנאַרטיקן אופֿן, זייער קלוג און אָביעקטיווער פֿון אַנדערע, די פּאָליטישע לאַגע אין דער וועלט און אויפֿן נאָענטן מיזרח.

כּדי קורץ צו באַקענען דעם לייענער מיטן לעבנסוועג פֿון דער פּערזענלעכקייט, וועל איך ציטירן אַ טייל פֿון זײַן אייגענער נאָטיץ וועגן זיך, אָבער אָנגעשריבן אין דריטער פּערזאָן און אָפּגעדרוקט אויפֿן טאָוול פֿון זײַן בוך, וואָס איז דערשינען אין יאָר 2000 (איר וועט געוויס דערשפּירן זײַן אייגנאַרטיקן סטיל מיטן לײַכטן חוזק לגבי זיך און אַנדערע):

* * *

"אַלעקסאַנדער יעווגעניעוויטש באָווין געבוירן געוואָרן אין יאָר 1930 אין לענינגראַד לעבט נאָך דערווײַל. אין יאָר 1952 פֿרײַוויליק אַרײַנגעטראָטן אין דער קאָמפּאַרטיי פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין יאָר 1953 פֿאַרענדיקט דעם יורידישן פֿאַקולטעט. געווען דער ייִנגסטער ריכטער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין יאָר 1959 פֿאַרענדיקט די אַספּיראַנטור פֿונעם פֿאַקולטעט פֿון פֿילאָסאָפֿיע אין מאָסקווער מלוכה־אוניווערסטעט. באַמערקט געוואָרן דורך דער נאַטשאַלסטווע דערפֿאַר אַרײַנגעטראָפֿן אין דער רעדאַקציע פֿונעם הויפּט־זשורנאַל 'קאָמוניסט’. נאָך אַ מאָל באַמערקט געוואָרן און אַריבערגעפֿירט צו אַרבעטן אין דעם אַפּאַראַט פֿון צ״ק פֿון דער פּאַרטיי. ניט אין גאַנצן פֿרײַוויליק איז ער אין יאָר 1972 געוואָרן פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר פֿון דער צײַטונג 'איזוועסטיאַ’ (נײַעס). קאַטעגאָריש זיך איבערגעבויט אין די יאָרן פֿון דער 'פּערעסטרויקע’ (איבערבוי) און אין סוף פֿון יאָר 1991 זיך געפֿונען אויפֿן פּאָסטן פֿון אַמבאַסאַדאָר אין מדינת־ישׂראל צו ערשט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד (אַ וואָך צײַט) און דערנאָך פֿון דער רוסלענדישער פֿעדעראַציע (פֿינף מיט אַ האַלב יאָר).

באַקאַנט ווי אַ פֿילאָסעמיט, וואָס ס׳האָט — צוזאַמען מיט זײַן פּענסיע־עלטער — אים לאַנג ניט דערלויבט זיך צו פֿאַרהאַלטן אויף דיפּלאָמאַטישער דינסט..."


* * *

אין יאָר 1991 איז גאָרבאַטשאָוו געווען דער איניציאַטאָר פֿון באַשטימען באָווינען אויפֿן פּאָסטן פֿון אַן אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל. ווען יעלצין איז געקומען צו דער מאַכט, האָט ער, ווי מען דערמאָנט איצט, אים יאָ געביטן. באָווין האָט זיך געזעגנט מיט מדינת־ישׂראל דעם 13טן מײַ 1997.

זײַן געזעגענען זיך מיטן אויסערן־מיניסטעריום פֿון רוסלאַנד איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע, 4 חדשים שפּעטער. ער האָט באַקומען צוויי דאָקומענטן: איינעם, אַז ער ווערט דעמיסיאָנירט, און דעם צווייטן — אַז ער ווערט, לויט זײַן אייגענעם ווילן, באַפֿרײַט פֿון דער אַרבעט אין אויסערן־מיניסטעריום אין שײַכות מיט איבערגיין אויף דער מלוכה־פּענסיע.

אין יאָר 2010 וואָלט אַלעקסאַנדער באָווין אַלט געוואָרן 80 יאָר. אין צווישנצײַט איז ער אָבער קראַנק געוואָרן און אַוועק פֿון דער וועלט. פֿאַר דעם, אין יאָר 2000, ווען ער האָט אין מאָסקווע אַרויסגעגעבן זײַן בוך "5 יאָר צווישן ייִדן און מידאָווצעס (МИД — געמיינט מיטאַרבעטער פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום), האָט ער נאָך מיט זײַן בוך ווידער באַוויזן צו קומען קיין ישׂראל און דאָ זיך צו טרעפֿן מיט די לייענער. מיר, איך מיט מײַן מאַן, ז״ל, זײַנען זוכה געווען אָנטייל צו נעמען אין אַזאַ העכסט־אינטערעסאַנטער באַגעגעניש אין אַ גרויסן זאַל אין תּל־אָבֿיבֿ און צו באַקומען באָווינס אויפֿשריפֿט אויפֿן בוך, וואָס מיר האָבן געקויפֿט.

דער מחבר האָט צו ערשט דערקלערט דעם זין פֿונעם בוכס נאָמען, וואָס האָט נאָך געהאַט אַן אונטערקעפּל "ישׂראל דורכן פֿענצטער פֿון דער רוסלענדישער אַמבאַסאַדע (פֿונעם טאָגבוך)". ער האָט געזאָגט, אַז וואָס שייך די "מידאָווצעס", איז דאָס אויסערן־מיניסטעריום אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין משך פֿון יאָרצענדליקער געווען אַ פֿעסטונג פֿון פּראָ־אַראַבישער אָריענטאַציע. די מיטאַרבעטער זײַנען געווען דורכגעזאַפּט מיט אַנטי־ישׂראלדיקע שטימונגען. און דאָ קומט אַן אַמבאַסאַדאָר, אַן עכטער ייִדנפֿרײַנד. און דאַרף מיט אַזעלכע אָנגעשטעלטע אַרבעטן. ער האָט זיי, בדרך־כּלל, ניט געקענט איבערמאַכן; ער האָט געדאַרפֿט עקשנותדיק, בהדרגה אויף זיי ווירקן... באָווין שרײַבט אין זײַן בוך:

"ניט געקוקט דערויף, וואָס דרײַ צענדליק יאָר האָבן מיר געזידלט ישׂראל; ניט געקוקט דערויף, וואָס אַנטיסעמיטיזם איז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד געווען כּמעט אַן אָפֿיציעלע פּאָליטיק; ניט געקוקט אויף די פּלאָגן, דערנידערונגען, אויפֿן פֿאַרלעצן די מענטשן־ווערדע, וועלכע יעדער ייִד, וואָס האָט געוואָלט אַוועקפֿאָרן פֿון אונדזער לאַנד, האָט געמוזט אויסשטיין — ניט געקוקט אויף דעם אַלעם, איז אין ישׂראל געבליבן (אויב מען זאָל ניט נעמען אין אַכט קיין מעגלעכע אויסנאַמען) אַ גוטע, פֿרײַנדלעכע באַציִונג צו רוסלאַנד און רוסן".

נאָך באָווינס אַרײַנפֿיר בעת דער טרעפֿונג האָט זיך אַנטוויקלט אַ לעבעדיקער דיאַלאָג — פֿראַגעס פֿון די אָנטייל־נעמער און ענטפֿערס פֿון דעם גאַסט. אויף דער פֿראַגע, ווי זעט ער די פּערספּעקטיוון פֿון ישׂראל אויף דער נאָענטער צוקונפֿט אין דער אַרומרינגלונג פֿון די אַראַבישע לענדער, האָט ער געענטפֿערט:

"די אַראַבישע לענדער אַרום וועלן זײַן שטענדיק, פֿון דעם קען מען זיך אין ערגעץ ניט אַהינטאָן. אָבער די וואַנט פֿון שׂינאה וועט — פּאַמעלעך, בהדרהגהדיק — צעשטערט ווערן. די צײַט וועט זי צעשטערן. מען דאַרף האָבן אַ סך געדולד און אויסדויער. שנעל וועט דער שלום ניט קומען. איך מיין, אַז ס׳פֿאָדערט זיך אַ 20—30 יאָר: אין די אַראַבישע לענדער וועלן זיך בײַטן די רעזשימען, ס׳וועט קומען סײַ בײַ זיי, סײַ בײַ אײַך אַ נײַער דור".

ער האָט אָבער, ריידנדיק וועגן די דערגרייכונגען פֿון ישׂראל אין אַ ריי מלחמות, געוואָרנט: "די געוועזענע נצחונות דאַרפֿן אָבער די ישׂראלים נישט פֿאַרשיכּורן: די אַראַבער האָבן גרויסע מיליטערישע דערגרייכונגען, און די צײַט אַרבעט ניט פֿאַר אײַך, נאָר פֿאַר זיי". טאַקע פֿון דעם שטאַנדפּונקט האָט ער אָפּגעשאַצט די פּאָליטיק פֿון יעדערן פֿון אונדזערע פֿירער.

בעת דער באַגעגעניש האָט באָווין אַ סך דערציילט וועגן הײַנטיקן רוסלאַנד. אַפֿילו לגבי ישׂראל האָט ער אַרויסגעזאָגט מער אָפּטימיסטישע ווערטער, ווי וועגן זײַן היימלאַנד. "רוסלאַנד איז שווער קראַנק", האָט ער געזאָגט, "דאָס איז דאָס ערשטע לאַנד אין דער וועלט, וואָס איז אַריבער פֿונעם קאַפּיטאַליזם צום סאָציאַליזם. פֿון איין זײַט, האָט רוסלאַנד באַוויזן, ווי מען טאָר דאָס נישט מאַכן. אָבער אַ דאַנק דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע און דער שטרעבונג צום סאָציאַליזם אין אונדזער לאַנד איז די קאַפּיטאַליסטישע וועלט געוואָרן בעסער. זי איז געווען געצוווּנגען צו פֿאַרבעסערן די סאָציאַלע באַדינגונגען און רעווידירן פֿיל אַספּעקטן פֿון לעבן.

איצט איז רוסלאַנד דאָס ערשטע לאַנד אין דער וועלט, וואָס גייט אַריבער פֿונעם סאָציאַליזם צום קאַפּיטאַליזם. און ווידער — אומגעהײַערע שוועריקייטן..."


* * *

אַלעקסאַנדער באָווין, דער ערשטער אַמבאַסאַדאָר פֿון רוסלאַנד אין ישׂראל, האָט אויסגעפֿלאַסטערט דעם וועג צו נײַע, בעסערע באַציִונגען צווישן ביידע לענדער. ניט געקוקט אויף די טראַדיציאָנעלע, לאַנגיאָריקע שוועריקייטן, דויערט די טענדענץ זיך צו פֿאַרבעסערן ווײַטער.

באָווין איז שוין ניטאָ, אָבער ס׳זײַנען געבליבן אין בוך זײַנע געדאַנקען און ווערטער וועגן אונדזער מדינה. "ישׂראל — דאָס איז די איינציקע אוטאָפּיע, וועלכע האָט אויסגעדויערט אין די ווינטן פֿון דער געשיכטע", האָט ער געשריבן. און ווײַטער, אין לעצטן פּאַראַגראַף פֿונעם בוך: "נו, און מיר בלײַבט נאָר צו דאַנקען דעם גורל דערפֿאַר, וואָס ער האָט מיר געגעבן די מעגלעכקייט זיך צו באַקענען מיט איינעם פֿון די וווּנדערלעכסטע לענדער אין דער וועלט און אַפֿילו פּרובירן צו מאַכן פֿאַרשטענדלעכער רוסלאַנד פֿאַר ישׂראל און ישׂראל פֿאַר רוסלאַנד".