- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט מען אָפּגעמערקט דעם 150סטן געבוירן־טאָג פֿון שלום־עליכמען. ווי אַ גרויסער ייִדישער שרײַבער, אָנערקענט אין אַלע סבֿיבֿות פֿון ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט און אין דער וועלט בכלל, איז די דאָזיקע דאַטע אָפּגעמערקט געוואָרן זייער באַשיידן, באַזונדערס אין די אַזוי גערופֿענע "דזשויִש"־אָרגאַניזאַציעס פֿון אַמעריקע, וווּ (לאָמיר גלייבן) אַלע האָבן געהערט דעם נאָמען פֿונעם שרײַבער, און געוויס עפּעס געלייענט פֿון זײַנע ווערק אין דער ענגלישער איבערזעצונג. דער נישט לאַנג פֿאַרשטאָרבענער תּל־אָבֿיבֿער קינסטלער "משהלע" בערנשטיין, דער פֿאַראייביקער פֿונעם מיטאָס פֿון ייִדישן שטעטל, דערשײַנט אין אייניקע פֿון זײַנע מאָלערײַען און צייכענונגען מיט אַ פּעקל אויף דער פּלייצע. דאָס איז דאָס פּעקל פֿון די ייִדישע צרות, וואָס ער, אַזוי ווי יעדער ייִד, שלעפּט אויף זיך אין זײַן צוויי טויזנט־יאָריקן גלות. עס איז ווערט צו באַטאָנען, אַז די דאָזיקע בילדער זײַנע האָט ער געמאָלט און געצייכנט אין מדינת־ישׂראל, וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן דער אַנטיפּאָד און דער פֿאַרלייקענער פֿונעם גלות. קיין איין אַנדער ייִדישע אָרגאַניזאַציע זיצט ניט אויף אַזאַ פּותּיקא, ווי די "קליימס קאָנפֿערענס". זי איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1951, כּדי זיך באַשעפֿטיקן מיט די דײַטשישע אויסצאָלונגען — פֿאַר די מאָנונגען אין שײַכות מיטן חורבן. די ייִדן, וואָס האָבן די רעכט צו באַקומען פֿינאַנציעלע קאָמפּענסאַציעס, זײַנען צעטיילט אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. אייניקע באַקומען אַן איינמאָליקע אויסצאָלונג, דער עיקר פֿאַר מוזן אַנטלויפֿן פֿון די דײַטשן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אָפֿיציעל איז יפֿו אויך תּל־אָבֿיבֿ; זינט 1950 האָט די תּנ״כישע שטאָט פֿון ווײַטן אַלטערטום און די מאָדערנע מעטראָפּאָליע זיך פֿאַרוואַנדלט לויט אַ מלוכישן דעקרעט אין איין שטאָט. פֿאַקטיש אָבער ראַנגלט זיך יפֿו ווי זי קען אויפֿצוהאַלטן איר אייגנאַרטיקן אָריענטאַל־אַראַבישן כאַראַקטער. די גאַלעריע "קיימא" איז קוים נאָך איינע פֿון די פֿילצאָליקע קונסט־גאַלעריעס אין יפֿו. זי פּֿרוּווט אָבער אויף איר אופֿן באַקאַנט צו ווערן דורך איר אַנדערשקייט. "קיימא" פֿאַרנעמט נישט קיין איינעם פֿון די פֿילצאָליקע חלום־ווינקעלעך וואָס באַשײַנען די שטאָט. ייִדיש־פֿאַרם: אַ נײַער גילגול פֿון אַן אַלטן חלום זונטיק, דעם 12טן דעצעמבער, וועט פֿאָרקומען אַ זעלטענע געשעעניש אין דער שטאָט ניו־יאָרק; אַ גרופּע יונגע ייִדיש־רעדער וועלן גרינדן אַ נײַע ייִדישע אָרגאַניזאַציע — "די ייִדיש־פֿאַרם" — וואָס איר ציל וועט זײַן צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדישע שפּראַך זאָל האָבן אַ קיום נישט בלויז אין דער גאָר פֿרומע וועלט, נאָר אויכעט צווישן יונגע מאָדערנע ייִדן. בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יעקבֿ איז אַנטלאָפֿן מיט זײַן משפּחה פֿון זײַן פֿעטער לבֿן, נאָך 20 יאָר שווערער אַרבעט ווי אַ פּאַסטעך. לבֿן האָט זיי נאָכגעיאָגט, אָבער דער אייבערשטער האָט אים געוואָרנט, אין אַ חלום, צו לאָזן יעקבֿן צו רו. הגם ס׳איז שוין פֿאַרבײַ אַ לאַנגע צײַט, האָט יעקבֿ זיך געזאָרגט, אַז זײַן ברודער, עשׂו, איז נאָך אין כּעס אויף אים. חנה "אַדריאַן" קופּער ווערט פֿאַררעכנט ווי איינע פֿון די בעסטע זינגערס פֿון ייִדישע לידער הײַנט אויף דער וועלט. בײַם אָנהייב פֿון דעם אַזוי־גערופֿענעם קלעזמער־אויפֿלעב אין די אָנהייב 1980ער יאָרן, איז זי שוין געווען באַקאַנט ווי אַ פֿײַנע זינגערין פֿון ייִדישע לידער, וואָס האָט תּמיד אויסגעזוכט נײַע מאַטעריאַלן, נײַע אויסטײַטשונגען. ווי אַ לערערין פֿון לידער, פֿון סטיל און רעפּערטואַר, האָט זי געהאַט, און האָט ווײַטער, אַ גרויסע השפּעה אויף ייִנגערע זינגערס איבער דער וועלט. Emunah Nachmany Gafny. Dividing Hearts: The Removal of Jewish Children from Gentile Families in Poland in the Immediate Post-Holocaust Years. Jerusalem: Yad Vashem, 2009 Nahum Bogner. At the Mercy of Strangers: The Rescue of Jewish Children with Assumed Identites in Poland. Jerusalem: Yad Vashem, 2009. מיט זעכציק יאָר צוריק, דעם 23סטן נאָוועמבער 1950, האָט מען אין מאָסקווע דערשאָסן צוויי ייִדישע זשורנאַליסטן: שמואל פּערסאָוו און מירע אײַזענשטאַטד. ביידע האָבן געאַרבעט פֿאַר דער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט", וועלכע איז מיט צוויי יאָר פֿריִער פֿאַרמאַכט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון דער ליקווידאַציע פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס איז שוין לאַנג געווען ווי אַ דאָרן אין מלוכישן אויג. די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם קאָמיטעט וועט מען דערשיסן שפּעטער, דעם 12טן אויגוסט 1952. אָבער מיט פּערסאָוון און זשעלעזנאָוואַ האָט מען זיך אָפּגערעכנט סוף 1950. פֿראַנצויזישע מחברין בעאַטריס פֿיליפּ מאַכט אַן אינטערעסאַנטן שפּאַציר איבער דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישן פּאַריז זינט 1789 (500 ייִדן דאַן אין פּאַריז), ביז די טרויעריקע יאָרן פֿון דרײַפֿוס־פּראָצעס (פֿאַראַן דעמאָלט אין פּאַריז 70 טויזנט ייִדן) לאָמיר זאָגן דעם אמת — ייִדן האָבן נישט קיין פֿויגלדיקע היסטאָרישע זכרונות פֿון דער שטאָט פּאַריז. בזמן־המיטלעלטער, ווען פּאַריז איז געווען אַ רײַכע שטאָט, געלאָקט פֿרעמדע פֿון מרחקים, האָבן ייִדן געגעסן דאָ ברויט מיט פּוטער. די שיינע ייִדישע קהילה האָט געהאַט אַ ישיבֿה און גרויסע ייִדישע למדנים — אָבער וואָס איז די פּעולה? געהערט אַז דער באַרימטער האָליוווּדער אַקטיאָר ריטשאַרד דרײַפֿוס שפּילט אין אַ פּיעסע באַזירט אויף עפּיזאָדן פֿונעם לעבן פֿון דעם באַרימטן וועגווײַזער און תּלמיד־חכם, ר׳ אַבֿרהם־יהושע העשל, האָב איך זיך נישט געפֿוילט און אַוועק אין "טשערי־ליין"־טעאַטער אין וועסט־ווילעדזש, שעפּן נחת. ווער עס קען נישט דעם באַרימטן אַקטיאָר ריטשאַרד דרײַפֿוס, וועלכער האָט שוין אַרײַנגעלייגט אין זײַן פֿילם־קאַריערע אַ קײַמא־לן פֿון 55 יאָר, אַרײַנרעכענענדיק זײַן מי און צײַט אין צענדליקער וווילטעטיקע פֿרידנס־אָרגאַניזאַציעס, קאָנפֿערענצן וווּ ער האָט צונויפֿגעברענגט אין ניו־יאָרק אַלערליי צדדים זשורנאַליסטן פֿון רעכטס ביז לינקס, אַראַבער, פּאַלעסטינער און ישׂראלדיקע אינטעלעקטואַלן, זשורנאַליסטן, צײַטונגס־לײַט, פֿאַרבונדן זײַן טירחה מיט "סי־ען־ען," "בי־בי־סי" און "אַל־דזשיזיראַ." איך האָב ליב אַ מילכיקן קוגל, אָבער געוויינטלעך איז עס צו פֿעט. אין דעם סטרוטשקע־קוגל ניצט מען אָבער אָפּגעשעפּטע מילך און ווייניק־פֿעטיקע סמעטענע. זאָל אײַך ווויל באַקומען!
|