|
|
|
חנה "אַדריאַן" קופּער ווערט פֿאַררעכנט ווי איינע פֿון די בעסטע זינגערס פֿון ייִדישע לידער הײַנט אויף דער וועלט. בײַם אָנהייב פֿון דעם אַזוי־גערופֿענעם קלעזמער־אויפֿלעב אין די אָנהייב 1980ער יאָרן, איז זי שוין געווען באַקאַנט ווי אַ פֿײַנע זינגערין פֿון ייִדישע לידער, וואָס האָט תּמיד אויסגעזוכט נײַע מאַטעריאַלן, נײַע אויסטײַטשונגען. ווי אַ לערערין פֿון לידער, פֿון סטיל און רעפּערטואַר, האָט זי געהאַט, און האָט ווײַטער, אַ גרויסע השפּעה אויף ייִנגערע זינגערס איבער דער וועלט. זי טרעט אויף אויף קאָנצערטן און נעמט אָנטייל אין פֿעסטיוואַלן און וואַרשטאַטן, וווּ זי באַקענט זיך מיט זינגערס בײַם אָנהייב פֿון זייערע "קאַריערעס" און ווערט ווי אַ מדריך פֿאַר זיי. כאָטש זי האָט זיך באַטייליקט אין פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן, ווי "די דרײַ דיוואַס" (צוזאַמען מיט דזשאָען באָרץ און טערעזע טובֿה) און די פֿרויען־קאַפּעליע "מיקווה", האָט זי, ווי אַ סאָליסטין אויף אירע אייגענע קאָמפּאַקט־דיסקן, אַרויסגעגעבן נאָר צוויי רעקאָרדירונגען: די קאַסעט Dreaming in Yiddish מיט דער פּיאַניסטין דזשויס ראָזענצווײַג אין 1995; און מיטן פּיאַניסט זלמן מלאָטעק דאָס חורבן־קאָמפּאַקטל "געטאָ טאַנגאָ". ווען מע וואָלט אויסגערעכנט וווּ זי האָט רעקאָרדירט ווי אַ גאַסט־קינסטלערין, וואָלט די רשימה געווען צו לאַנג פֿאַר דער רעצענזיע. גענוג צו דערמאָנען, אַז קאַפּעליעס אומעטום ווילן זי האָבן ווי די זינגערין פֿאַר זייער גרופּע.
דעריבער שטעלט מיט זיך פֿאָר די נײַע רעקאָרדירונג ״Enchanted: A New Generation of Yiddishsong״ [פֿאַרכּישופֿט: אַ נײַער דור פֿון ייִדיש ליד] ממש אַ וויכטיקע געשעעניש אויף דער ייִדיש-מוזיקאַלישער גאַס. קופּער האָט אין דעם קאָמפּאַקטל געשטעלט דעם טראָפּ אויף נײַע שאַפֿונגען און אויף אַ נײַעם קלאַנג פֿאַרן ייִדישן ליד. דער דאָזיקער נײַער קלאַנג מײַדט אויס דעם פֿאָלקישן דרך פֿון די 1950ער און 1960ער יאָרן, און אַפֿילו, צום גרעסטן טייל, דעם קלעזמערישן קלאַנג פֿון די לעצטע 25 יאָר.
מע קען הערן פֿאַרשיידענע סטילן, אַדאַנק דער פֿילזײַטיקער קאַפּעליע וואָס שפּילט אויפֿן קאָמפּאַקטל: מײַקל ווינאָגראַד אויפֿן קלאַרנעט, פּאַטריק פֿאַרעל אויפֿן אַקאָרדעאָן, קעני וואָלעסען — די פּײַקלעך, דזשאָן סינגער —קסילאָפֿאָן, פֿרענק לאָנדאָן — טרומייט, שׂרה־מינע גאָרדאָן זינגט מיט, בענדזשי פֿאָקס־ראָזען אויפֿן באַס, אַבֿי פֿאַקס־ראָזען — אויף דער גיטאַר און מאַרילין לערנער — בײַ דער פּיאַנע. קיין פּנים־חדשות אין דעם אַנסאַמבל איז נישט פֿאַראַן, פֿאַרן מענטש וואָס פֿאָלגט נאָך ייִדישע מוזיק. צווישן די סטילן וואָס מע קען הערן אין די לידער — ראָק און ראָל, וואָדעוויל, דזשעז, טעאַטער און אַנדערע.
מײַקל ווינאָגראַד, וועלכער איז במשך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר געוואָרן איינער פֿון די אָנגעזעענסטע מוזיקער אין דער קלעזמער־וועלט, כאָטש נאָך אין זײַנע 20ער יאָרן, האָט אַראַנזשירט לידער. ער האָט ליב צו גיין קעגן שטראָם (הערט זיך צו, למשל, צו שׂרה גאָרדאָנס נײַ קאָמפּאַקטל "ייִדיש־פּרינצעסין"), און דער פֿאַקט, וואָס קופּער האָט אים געבעטן צו שפּילן אַזאַ צענטראַלע ראָלע אין דער רעקאָרדירוגנ, שפּיגלט אָפּ דער זינגערינס כּוונה צו מאַכן אַ רושם מיט ״Enchanted״ ווי אַ חידוש אויף דער ייִדישער גאַס.
קיין רעוואָלוציע וועט דאָס קאָמפּאַקטל נישט לאַנצירן, אָבער אַ פֿרישן ווינט וועט עס אַרײַנבלאָזן אין דער (קליינער) ייִדישער געזאַנג־וועלט. דאָס ערשטע ליד "שלום ליד" האָט קופּער באַאַרבעט פֿון אַן אַלטן חסידישן ליד "ווען איך וואָלט געהאַט כּוח, וואָלט איך געלאָפֿן אין די גאַסן, און איך וואָלט געשריגן הויך — שבת, שבת, שבת". אויפֿן אָרט פֿונעם וואָרט שבת, זינגט זי דאָס וואָרט "שלום" און דאָס ליד ווערט געזונגען אין ייִדיש, העברעיִש און ענגליש, (דאַכט זיך, אַז אין חב״ד זינגט מען הײַנט דאָס שבת־ליד אויך אויף דרײַ שפּראַכן). הויך און רעשיק שפּילט מען אין דעם ליד, און דער צוהערער ווערט מיטגעריסן.
אַ גאָר אינטערעסאַנט ליד הייסט "אַ לידער־בוך", ווערטער פֿון מאיר חרץ, מוזיק פֿון פֿימאַ טשאָרני. ווי אַן אַרײַנפֿיר, ניצנדיק אַלטע געזאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון 1949 פֿון קופּערס משפּחה — פֿון איר זיידן, פֿון איר באָבען, און איר מאַמען — האָט מאַרילין לערנער געשאַפֿן אַ רירנדיקן קלאַנג־מאָנטאַזש, וואָס אין איין מינוט גיט צו פֿאַרשטיין דעם מוזיקאַלישן ייִחוס פֿון דער זינגערין.
די קאָמישע פֿאָלקס־באַלאַדע "אַ בער פֿון וואַלד" האָט מען אַראַנזשירט אינעם סטיל פֿון אַ בריטיש פֿאָלקסליד פֿון אין די 1970ער יאָרן. דאַכט זיך, אַז קיין אַנדער רעקאָרדירונג פֿון דעם אַלטן ליד איז נישט בנימצא. צוויי לידער, האַלב אויף ענגליש, האַלב אויף ייִדיש, שטאַמען פֿון דער טעאַטער־ פֿאָרשטעלונג "גליקל פֿון האַמעל" געשריבן און פֿאָרגעשטעלט פֿון דזשעני ראָמיין און דער טרופּע "גרייט סמאָל וואָרקס" אין ניו־יאָרק אין די 1990ער יאָרן. די דאָזיקע לידער מיט אָריגינעלע ווערטער פֿון אַדריאַן קופּער, קלינגען טאַקע טעאַטראַליש, אינעם סטיל פֿון בערטאָלד ברעכט און קורט ווײַל.
קופּער נאַשט מוזיקאַליש פֿון דאָ און דאָרט, און די מענטשן וואָס זענען געקומען צו אירע פֿאָרשטעלונגען במשך פֿון די לעצטע יאָרן, האָבן זיכער געהערט אַ גרויסן טייל פֿון די לידער. דאָס קאָמישע ליד "געפֿילטע פֿיש" איז געוואָרן אַ "שלאַגער" אין איר רעפּערטואַר, אָבער די אַראַנזשירונג דאָ איז די בעסטע פֿון די, וואָס מיר האָבן ביז אַהער געהערט. אינעם ליד "אין דער פֿינצטער", ווערטער פֿון זישע לאַנדאַו, הערט מען דעם שטילן טרומייט פֿון פֿרענק לאָנדאָן און די דזשעזישע פּיאַנע פֿון מאַרילין לערנער, וועלכע שאַפֿן צוזאַמען די ריכטיקע ראָמאַנטישע שטימונג. פֿון די הײַנטיקע קאָמפּאָזיטאָרן זינגט קופּער דזשאַש וואַלעצקיס שאַפֿונג "דאָס באַהעלפֿערל" (ווערטער פֿון אַבֿרהם ליעסין) און ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס "האַרבסטליד"; אין דעם לעצטן הערט מען אַבֿי פֿאָקס־ראָזענס גיטאַרע אין אַ שטילערן, נישט ראָק־און־ראָלישן סטיל.
״Enchanted״ וועט אַוודאי אינספּירירן אַנדערע ייִדישע זינגערס צו שפּילן און זינגען מיט אַן אָריגינעלקייט וואָס מע הערט זעלטן. דאָס וועבזײַטל פֿונעם קאַמפּאַקטל איז:
www.goldenhorn.com