ייִדיש־פֿאַרם: אַ נײַער גילגול פֿון אַן אַלטן חלום
זונטיק, דעם 12טן דעצעמבער, וועט פֿאָרקומען אַ זעלטענע געשעעניש אין דער שטאָט ניו־יאָרק; אַ גרופּע יונגע ייִדיש־רעדער וועלן גרינדן אַ נײַע ייִדישע אָרגאַניזאַציע — "די ייִדיש־פֿאַרם" — וואָס איר ציל וועט זײַן צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדישע שפּראַך זאָל האָבן אַ קיום נישט בלויז אין דער גאָר פֿרומע וועלט, נאָר אויכעט צווישן יונגע מאָדערנע ייִדן.
דער הײַנטיקער מצבֿ פֿון ייִדיש בײַם ייִנגערן דור מחוץ דער חסידישער וועלט, איז גאָר אָפּגעשוואַכט. כאָטש דער אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור וואַקסט צווישן די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן, איז די מדרגה פֿונעם גערעדטן ייִדיש נישט ווי אַמאָל. אַזוי ווי ס׳רובֿ מאָדערנע ייִדיש־רעדער זענען צעזייט און צעשפּרייט, זענען נישטאָ גענוג געלעגנהייטן פֿאַר זיי זיך אויסצולעבן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה. וויפֿל ייִדישע קולטורעלע אַקטיוויטעטן מ׳זאָל נישט האַלטן, וויפֿל ייִדיש־קלאַסן מ׳זאָל נישט לערנען, וויפֿל ייִדישע שריפֿטן מ׳זאָל נישט אַרויסגעבן, בלײַבט אַ קליינע מעגלעכקייט, אַז די יונגע ייִדישיסטן, וואָס וווינען מערסטנס צווישן אַנדערע לשונות, זאָלן קענען אַריבערטראָגן די ייִדישע קולטור צו די קומענדיקע דורות. אָן אַ סבֿיבֿה, וווּ ייִדיש ווערט באַניצט ווי אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך, איז אונדזער טײַערע ירושה אין אַ סכּנות־נפֿשות.
וואָס איז אַ ייִדיש־פֿאַרם?
"די ייִדיש־פֿאַרם" וועט שטרעבן צו בויען אַן אַגריקולטורעלע, ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבה, וווּ ייִדיש־רעדער פֿון פֿאַרשיידענע הינטערגרונטן און השקפֿות קענען זיך צונויפֿקומען. די דרײַ עיקרים פֿון דער אָרגאַניזאַציע זענען: 1. אַ פֿאַרברייטערטע ראָלע פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן; 2. אַחדות צווישן ייִדיש־רעדער פֿון דער ייִדישיסטישער און דער פֿרומער וועלט, און 3. אָרגאַנישע ערדאַרבעט.
די ייִדיש־פֿאַרם זומער־פּראָגראַם
דעם זומער 2011 וועט זיך אָנהייבן די ייִדיש־פֿאַרם זומער־פּראָגראַם. פֿון 10 ביז 20 ייִדיש־רעדער וועלן האָבן די געלעגנהייט צו וווינען און אַרבעטן צוזאַמען אויף אַן אָרגאַנישער פֿאַרם נישט ווײַט פֿון דער שטאָט באָלטימאָר. די אָנטיילנעמער וועלן זיך לערנען ווי אַזוי צו פֿלאַנצן און אויפֿציִען כּלערליי פֿרוכט־ביימער, גרינסן און בהמות — אויף ייִדיש. זיי וועלן אַליין צוגרייטן דאָס עסן פֿון דער פֿאַרם. אַ חוץ דעם, וועט מען זיך פֿאַרנעמען מיט פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן, אַרײַנגערעכנט — קאָכן, ספּאָרט, טעאַטער, דאַווענען, געשיכטע און געזאַנג. די פּראָגראַם וועט זײַן שומר־שבת און שומר־כּשרות, האָפֿט מען, אַז ס׳וועלן קומען ייִדיש־רעדער פֿון אַלע מדרגות פֿון פֿרומקייט, זיי זאָלן זיך פֿאַראייניקן דורך די מידות פֿון ייִדישיזם, אהבֿת־ישׂראל און שמירת־האדמה. אויף די שבתים וועלן ייִדיש־רעדער פֿון אַלע עלטערס ווערן פֿאַרבעטן צו קומען פֿאַרברענגען. אין די קומעדיקע פּאָר יאָר פּלאַנירט מען צו פֿאַרגרעסערן די פּראָגראַם, זי זאָל נישט בלויז פֿאָרקומען במשך פֿונעם זומער, נאָר זאָל באַשטיין פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער קאָלאָניע פֿאַר אַ גאַנץ, קײַלעכדיק יאָר.
די ייִדיש־פֿאַרם אסיפֿה
די ייִדיש־פֿאַרם אַסיפֿה, די גרינדונג־פֿאַרזאַמלונג, וועט פֿאָרקומען 12 אַ זייגער, דעם 12טן דעצעמבער 2010, אין דער סטענטאָן־סטריט שיל אין מאַנהעטן. דער אַדרעס איז 180 סטענטאָן סטריט, צווישן קלינטאָן סטריט און אַטאָרני סטריט. דאָרט וועט מען פֿאָרמעל פֿאַרלייגן "די ייִדיש־פֿאַרם" ווי אַן אָרגאַניזאַציע. ווער עס וועט קומען, וועט אויסגעפֿינען נאָך פּרטים וועגן דעם פּראָיעקט, און וועט זיך דערוויסן וועגן די געלעגנהייטן צו העלפֿן מקיים זײַן די צילן פֿון דער גרופּע. אַלע ייִדיש־רעדער וואָס גלייבן אין אונדזערע אויסגערעכנטע עיקרים זענען פֿאַרבעטן צו קומען אויף דער אַסיפֿה. אַרײַנגאַנג וועט קאָסטן 12 דאָלער, און דאָס וועט אַרײַננעמען עסן מיט קולטורעלע פֿאָרשטעלונגען. אויב איר ווילט נאָך אינפֿאָרמאַציע, שיקט אַ בליצבריוו צום אַדרעס:
yiddishfarm@yugntruf.org
בײַם אַרײַנגאַנג פֿון דער "סטאַנטאָן־גאַס־שיל" |
"ייִדיש־טאָג" 2010
אין אַן אַלטער, כּמעט פֿאַרגעסענער שיל אויף דער איסט־סײַד אין ניו־יאָרק האָט "יונגטרוף", די ייִדיש־יוגנט-אָרגאַניזאַציע, אָפּגעהאַלטן אַ טאָג־לאַנגיקע פּראָגראַם — "ייִדיש־טאָג" — מיט כּלערליי אַקטיוויטעטן: זשיל געלערמאַן האָט געלערנט טענץ, סטיווען כּהן האָט געלערנט קאַליגראַפֿיע מיט קינדער, די קאַפּעליע פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט האָט געשפּילט בײַם עמוד.
"ייִדיש־טאָג" האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ טור פֿון דער שיל מיט בעט איידלשטיין, אַ מוזיי־קוראַטאָרין. די "סטענטאָן־גאַס־שיל", וואָס איז אויפֿגעבויט געוואָרן פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, איז באַקאַנט פֿאַר די וואַנט־מאָלערײַען פֿון די מזלות, און איידלשטיין האָט גערעדט וועגן די פֿאַרשיידענע בילדער און דער געשיכטע פֿון דער שיל. שפּעטער אין טאָג האָט אָנגעפֿירט וועראַ סאָקאָלאָוו אַ וואַרשטאַט פֿון ניי־קונסט. שיין בייקער און דוד מאַנדלבאַום האָבן פֿאָרגעשטעלט כּישוף און טעאַטער פֿאַר די באַטייליקטע. זיסל־יוסף סלעפּאָוויטש האָט אָנגעפֿירט מיט אַ מוזיק־וואַרשטאַט, און פּערל טייטלבוים האָט געלערנט ייִדישע לידער מיט איר קלאַס. בײַ דער פּאָעזיע־פֿאָרלייענונג האָבן זיך באַטייליקט: ד״ר שלום בערגער, מינדל רינקעוויטש, לייזער בורקאָ און גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט. אין אָוונט האָבן די מוזיקער מאַרגאָ לעווערעט און דזשעף וואַרשאַוער פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט געזאַנג, טענץ און קלעזמער־מוזיק.
עס זענען געקומען ייִדיש־רעדער, יונג און אַלט, אויף דער אונטערנעמונג פֿון ניו־יאָרק און מחוץ ניו־יאָרק; פֿון די שטעט פֿילאַדעלפֿיע, באָלטימאָר, צווישן אַנדערע. ייִדן, וואָס וווינען אויף דער הײַנטיקער איסט־סײַד, זענען פֿאַרבײַגעגאַנגען די שיל און זיך אינטערעסירט מיט דער פּראָגראַם און מיט דער אַרבעט פֿון "יוגנטרוף". מיט מזל וועט "דער ייִדיש־טאָג" ווערן אַ יערלעכע טראַדיציע און אַ שטענדיקע דאַטע אויפֿן קולטור־קאַלענדאַר.
אילוסטרירטע ייִדישע שפּריכווערטער
יוכבֿד קאָוויץ איז געבוירן געוואָרן אין אָהײַאָ און וווינט שוין פֿערציק יאָר אין באָסטאָן. ווען איר מאַמע האָט געהערט ייִדישע ווערטלעך, האָט איר פּנים אויפֿגעלעבט און געשײַנט, האָט קאָוויץ באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ וועבזײַט, אין איר אָנדענק, אויף וועלכער זי אילוסטרירט ייִדישע אויסדרוקן און שפּריכווערטער. די צייכענונגען וואָס זי ניצט געפֿינט זי אין "אימאַזש־אַרכיוון" אויף דער אינטערנעץ, און דערמיט שאַפֿט זי די אָריגינעלע בילדערישע ייִדישע ווערטלעך. דער אַדרעס פֿון דער וועבזײַט איז:
http://www.yiddishwit.com