געשיכטע

פֿראַנצויזישע מחברין בעאַטריס פֿיליפּ מאַכט אַן אינטערעסאַנטן שפּאַציר איבער דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישן פּאַריז זינט 1789 (500 ייִדן דאַן אין פּאַריז), ביז די טרויעריקע יאָרן פֿון דרײַפֿוס־פּראָצעס (פֿאַראַן דעמאָלט אין פּאַריז 70 טויזנט ייִדן)


לאָמיר זאָגן דעם אמת — ייִדן האָבן נישט קיין פֿויגלדיקע היסטאָרישע זכרונות פֿון דער שטאָט פּאַריז. בזמן־המיטלעלטער, ווען פּאַריז איז געווען אַ רײַכע שטאָט, געלאָקט פֿרעמדע פֿון מרחקים, האָבן ייִדן געגעסן דאָ ברויט מיט פּוטער. די שיינע ייִדישע קהילה האָט געהאַט אַ ישיבֿה און גרויסע ייִדישע למדנים — אָבער וואָס איז די פּעולה? ווען ר’ יחיאל, דער תּלמיד־חכם, איז געווען ראָש־ישיבֿה, האָט מלכות גוזר געווען אַן עפֿנטלעכן וויכּוח איבערן תּלמוד, וואָס איז ווײַט און ברייט געוואָרן באַרימט: בײַ אונדז ייִדן האָט ער געלאָזט אַ ביטערן טעם אין מויל... ר’ יחיאל, דער למדן, האָט פֿון אַלע זײַנע אָפּאָנענטן געמאַכט כּעפֿרא־דאַרעא, און דאָך, אויפֿן באַפֿעל פֿון פֿרומען מלך לויִ, האָט מען דעם תּלמוד אין פּאַריז, לכל־עם־ועדה, טאַקע פֿאַרברענט.

בעצם, לאַנג עסן ברויט האָט מען ייִדן אין פּאַריז נישט געלאָזט. זייער האָב־און־גוטס האָט די מאַכטהאָבער געשטאָכן אין די אויגן. נו, האָט מען בײַ די ייִדן צוגענומען זייערע פֿאַרמעגנס, פֿאַרטריבן זיי פֿון לאַנד, און פּטור אַן עסק! דאָס שיינע אָבער — לאַנג אויסקומען אָן ייִדן איז עפּעס פֿאַר פֿראַנקרײַך געווען שווער. ייִדן זענען טאַקע געווען נישט מער ווי אַ שרײַפֿל. זיי האָבן אָבער דאָך געפֿעלט אין דער עקאָנאָמישער מאַשין. האָט מען זיי שוין צוריקגערופֿן: אָבער נישט אויף לאַנג. בקיצור — ייִדן האָט מען פֿון פּאַריז געטריבן און זיי גערופֿן אויף צוריק... ביז ויהי היום... אין יאָר 1394 האָט מען ייִדן פֿון פּאַריז פֿאַרטריבן אויף פּעסט!

רביים אין פֿראַנקרײַך פֿון 13טן י״ה;
נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק, פּאַריז
רביים אין פֿראַנקרײַך פֿון 13טן י״ה; נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק, פּאַריז

מאַכט זיך, אַז אין יאָר 1591 האָט פֿראַנקרײַך פֿאַרכאַפּט די שטאָט מעץ, און אַ 150 יאָר שפּעטער האָט לויִ דער פֿערצנטער באַזעצט עלזאַס, און פֿראַנקרײַך האָט "געירשנט" אַ היפּשע צאָל ייִדן — זיי האָט שוין מלכות נישט פֿאַרטריבן: מ’האָט זיך באַרעכנט, אַז ס’לוינט נישט. האָט מען געמאַכט אַ קניפּ מיט אַ שלייף, דהײַנו? די געירשנטע ייִדן האָט מען געלאָזט אין זייערע געטאָס און פֿאַר דעם דאָזיקן "חסד" געריסן פֿון זיי גרויסע שטײַערן, אָפּגעלעקט אַ פֿעט ביינדל און פֿאַר לײַטן געוויזן אַ "שיין" פּנים... מחוץ די "געירשנטע" ייִדן זענען אין לאַנד נאָך געווען די אַמאָליקע שפּאַניש־פּאָרטוגעזישע מאַראַנען, וואָס האָבן מיט דער צײַט אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זיך דעם קרייץ און געוואָרן צוריק ייִדן. די־אָ פֿאַרמעגלעכע ייִדן האָבן זיך לײַטיש אָנגעזען אינעם עקאָנאָמישן לעבן פֿון דער מדינה. ובכן, האָט שוין מלכות אַוועקגעקוקט — נישט "געזען", ווי קריסטן זענען צוריק געוואָרן ייִדן! אַ טייל ייִדן האָבן זיך אויך געפֿונען און געביטן אונטער דער שליטה פֿון רעוואָלטירטן פּויפּסט. אָט אַזוי זעט אויס אונדזער חשבון מיט מלכות פֿראַנקרײַך — מיט פּאַריז בתוכם.

אַ לעבן פֿאַר ייִדן אין פּאַריז האָט זיך אָנגעהויבן ערשט נאָך דער רעוואָלוציע פֿון 1789. פּאַריז איז שנעל געוואָרן די מעטראָפּאָליע פֿון פֿראַנצויזישן ייִדנטום. ווי נאָר ייִדן האָבן דערפֿילט, אַז אין פּאַריז קאָן מען ווידער עסן ברויט צו דער זעט, האָט מען געפּאַקט די פּעקלעך און זיך באַזעצט אין די אַלטע פּאַריזער קוואַרטאַלן וווּ דירה־געלט איז געווען ביליק. די ערשטע האָבן זיך אַריבערגעפּעקלט קיין פּאַריז די עלזאַסער ייִדן וואָס האָבן ביז אַהער געליטן פֿון די עלזאַסער גויים. און אויך פֿיל רײַכע ספֿרדים זענען געקומען לעבן אין פּאַריז. די־אָ ייִדישע זײַד־פֿאַבריקאַנטן, בויער פֿון שיפֿן און באַנקירן, זענען דאָ אַהערגעקומען מאַכן פֿעטע געשעפֿטן.

ייִדישע קליידער, וועלכע מ׳האָט געטראָגן אין פֿראַנקרײַך אין מיטל־עלטער
ייִדישע קליידער, וועלכע מ׳האָט געטראָגן אין פֿראַנקרײַך אין מיטל־עלטער

בעצם האָט מען איינצלנע ספֿרדישע ייִדן דערלויבט צו מאַכן אַ לעבן שוין פֿאַר דער רעוואָלוציע. איצטער האָבן זיי צענומען די הענט שוין גאָרנישט אויף קאַטאָוועס — זיי זענען געוואָרן גאַנצע יחסנים! די־אָ רײַכע אַחינו־בני־ישׂראל האָבן זיך באַזעצט אין באַקוועמע הײַזער, ווײַטער אַ ביסל פֿון די פֿרומע עלזאַסער ייִדן. די אבֿיונים, מיט די לאַנגע בערד און אָן אַ וואָרט פֿראַנצויזיש אין מויל — עפּעס רעדן זיי אַ "ווילדן" עלזאַסער ייִדיש... קורץ — די רײַכע ספֿרדישע ייִדן האָבן אויף זייערע שוועסטער און ברידער פֿון מלך אבֿיונס גיטער געשפּיגן קלעק... אָבער נישקשה, גאַנץ שנעל זענען פֿיל עלזאַסער ייִדן אַרײַן אין דער מדרגה און פֿאַרלאָזט אַלט פּאַריז. דער רובֿ אָבער האָט נאָך געוווינט דערווײַל אין דעם אַלטן אַזוי־גערופֿענעם "מאַרע" — דאָ האָבן זיי אײַנגעשטעלט אַ בית־מדרש, חדרים פֿאַר קינדער, אַ שטיקל מקום פֿאַר פֿריש געקומענע, אַ יתומים־הויז, און אַ קאַפֿע וווּ מ’האָט זיך געטראָפֿן, געשמועסט און געמאַכט אַ קערטל. הקיצור, מ’האָט אײַנגעאָרדנט אַ ייִדיש לעבן. גאַנץ שנעל האָט מען אַריבערגעברענגט די משפּחות פֿון די עלזאַסער דערפֿער און קליינע שטעטלעך, מחמת אין פּאַריז איז געווען לײַכטער מיט פּרנסה און אויך לײַכטער אַ טאָכטער חתונה צו מאַכן אין פֿריידן.

די אַזוי־גערופֿענע "ייִדן פֿון פּויפּסט", אויך זיי זענען טיילווײַז געקומען וווינען אין פּאַריז: זיי האָבן דעם "הייליקן פֿאָטער" מוחל געווען זײַנע חסדים... די אַלע געקומענע ייִדן קיין פּאַריז האָבן קודם געזוכט זיך אַרויפֿצוכאַפּן אויפֿן סאָציאַלן לייטער, ווײַל עפּעס איז מען דאָך געוואָרן פֿרײַע און גלײַכע בירגער אין לאַנד! און דערבײַ געזאָרגט צו בלײַבן ערלעך־לאָיאַלע "בירגער פֿון משהס גלויבן". בליציק איז געווען דער אויפֿשטײַג פֿון די־אָ אַלע ייִדן: זיי האָבן דערלאַנגט פֿראַנקרײַך קאַדערן אויף יעדן געביט.

דעפּאָרטאַציע פֿון 76 טויזנט ייִדן פֿון פֿראַנקרײַך בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. נאָר 3 פּראָצענט פֿון די אַרויסגעשיקטע איז געבליבן לעבן.
דעפּאָרטאַציע פֿון 76 טויזנט ייִדן פֿון פֿראַנקרײַך בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. נאָר 3 פּראָצענט פֿון די אַרויסגעשיקטע איז געבליבן לעבן.

גלײַך מיט די ערשטע ייִדישע אימיגראַנטן איז אַרײַנגעפֿלאָסן קיין פּאַריז אַ צאָל ייִדן פֿון דײַטשלאַנד. זיי האָט געלאָקט דער ווינט פֿון פֿרײַהייט; אין דײַטשלאַנד האָט מען אויף ס’נײַ גענומען פּײַניקן ייִדן — אַן אָפֿטע דערשײַנונג זענען דאָרט געוואָרן פּאָגראָמען. מיט די ייִדן זענען קיין פּאַריז אויך געקומען אַ ביסל משומדים אויסגעניכטערט פֿון די דײַטשישע גליקן. נאָך די דײַטשישע ייִדן קומען קיין פּאַריז אונדזערע לײַבלעכע ייִדן פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע קאַנטן, געטריבן פֿון נויט און פֿון דער "האַרציקער" באַהאַנדלונג פֿון די מאַכטהאָבער (ס’רובֿ זענען דאָס געווען געסט אויף אַ ווײַל, פֿאַר זיי איז פּאַריז געווען אַ סטאַנציע אויפֿן וועג קיין אַמעריקע). אָבער קיין אַמעריקע איז מען נישט אָנגעקומען אַזוי לײַכט, האָט מען שוין אויסגעפּאַקט די פּעקלעך, זיך גענומען צו שער־און־אײַזן... און פֿאַרבליבן תּושבֿים אויפֿן אַזוי גערופֿענעם "פּלעצל". געווען צווישן די אימיגראַנטן אַ היפּשע צאָל יונגוואַרג, געקומען צו שטודירן אין פּאַריז (אין זייערע היימישע ערטער האָט מען זיי צו העכערער בילדונג פֿאַרמאַכט דעם וועג). מיט דער צײַט וועלן זיי, די דאָזיקע יונגע ייִדן, מאַכן שיינע אינטעלעקטועלע קאַריערעס: פֿון זייערע רייען וועלן אויך אַרויסקומען די ערשטע ציוניסטן אין פֿראַנקרײַך.

פֿאָטאָ־אויסשטעלונג וועגן ייִדן אין פּאַריז, בעת דער נאַצי־אָקופּאַציע
פֿאָטאָ־אויסשטעלונג וועגן ייִדן אין פּאַריז, בעת דער נאַצי־אָקופּאַציע

ס’איז צו באַטאָנען — אַ העלפֿט פֿון אַלע אויסלענדישע ייִדן בײַם סוף 19טן יאָרהונדערט זענען ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע. די דאָזיקע ייִדן — אָן אַ פּרוטה אין טאַש, אָן אַ וואָרט פֿראַנצויזיש אין מויל — האָבן די אַלטע פּאַריזער ייִדן — די רײַכע ספֿרדים מיט די עלזאַסער, איבער וועלכע ס’איז שוין לאַנג נישט געווען אַ נעבעך צו מאַכן — מיט אָפֿענע אָרעמס נישט אויפֿגענומען. ווי זאָגט דאָס ווערטל: "דער אָקס האָט שוין פֿאַרגעסן ווען ער איז אַ קאַלב געווען"... מילא, די רײַכע ספֿרדים, זיי האָבן שטענדיק פֿאַרריסן די נעז... אָבער אויך די עלזאַסער האָבן שוין פֿאַרגעסן די צײַטן ווען אָרעם־וחוסר, האָבן זיי געטאַפּט אַ וואַנט אין אַלטן קוואַרטאַל פֿון פּאַריז. אויסגעגרינט פֿון לאַנג, אײַנגעזעסענע אין דער בירגערלעכער סבֿיבֿה פֿון לאַנד, זענען זיי געוואָרן אין פֿראַנקרײַך "איזראַעליטן". דער אָנגעלויף פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, פֿון אַ קנאַפּ געהיבלעוועטן ניוואָ, זענען פֿאַר די יחסנים געווען אַ מין גרילץ וואָס האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער ציוויליזירטער געזעלשאַפֿט וועלכע זיי האָבן געהאַלטן אין שפּינען. ווי פֿאַר פֿײַער האָבן זיך די ייִדישע יחסנים געשראָקן אַז די "אָסט־ייִדן" זאָלן אויף זיי חס־ושלום נישט ברענגען די מגפֿה פֿון אַנטיסעמיטיזם.

די דאָזיקע "פֿראַנצויזישע איזראַעליטן" איז גאָרנישט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַרויסרופֿן דעם אַנטיסעמיטיזם וועט נישט די ייִדישע אָרעמקייט פֿון אַזוי־גערופֿענעם "פּלעצל", אלא זייער רײַכטום און די אײַנפֿלוסרײַכע פּאָזיציע וואָס זיי פֿאַרנעמען אין לאַנד. זיי האָט זיך נישט געחלומט, אַז דער גוואַלדריס אין זייער געמיטלעך לעבן וועט קומען מיט אַ טראַסק בסוף יאָרהונדערט, און דער נאָמען זײַנער וועט זײַן — די דרײַפֿוס־אַפֿערע... די פֿראַנצויזישע אַנטיסעמיטן האָבן אַרײַנגעלייגט אין זעלבן זאַק אַרײַן די אינטעגרירטע איזראַעליטן בײַנאַנד מיט די ייִדישע אימיגראַנטן. דאָס דאָזיקע האָט דער שטײַף קאָנסערוואַטיווער "איזראַעליט" נישט פֿאַרשטאַנען. ליידער, פֿאַרשטאַנען דאָס האָבן די "איזראַעליטן" בעת דער נאַצי, און די אַנטיסעמיטן פֿון פֿראַנקרײַך האָבן געוואָלט דעם ייִשובֿ אָפּמעקן פֿון דער ערד. איצט, נאָך דעם חורבן, האָט דער פֿאַרריסענער "איזראַעליט" פֿון אַריסטאָקראַטישן קוואַרטאַל אויסגעצויגן אַ האַנט צום עמך־ייִד פֿון שער־און־אײַזן, און גענומען צוזאַמען בויען אַ פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך.

דאָס איז די געשיכטע פֿון ייִדיש פּאַריז געשילדערט מיט אַ לעבעדיק קרעפֿטיקער פֿעדער פֿון דער פֿראַנצויזישער היסטאָריקערין בעאַטריס פֿיליפּ.