מיט זעכציק יאָר צוריק, דעם 23סטן נאָוועמבער 1950, האָט מען אין מאָסקווע דערשאָסן צוויי ייִדישע זשורנאַליסטן: שמואל פּערסאָוו און מירע אײַזענשטאַטד. ביידע האָבן געאַרבעט פֿאַר דער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט", וועלכע איז מיט צוויי יאָר פֿריִער פֿאַרמאַכט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון דער ליקווידאַציע פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס איז שוין לאַנג געווען ווי אַ דאָרן אין מלוכישן אויג. די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם קאָמיטעט וועט מען דערשיסן שפּעטער, דעם 12טן אויגוסט 1952. אָבער מיט פּערסאָוון און זשעלעזנאָוואַ האָט מען זיך אָפּגערעכנט סוף 1950.
פֿאַר וואָס האָט מען גראָד זיי אויסגעטיילט אין אַ באַזונדערן "ענין"? אָפֿיציעל זײַנען פּערסאָוו און אײַזענשטאַטד באַשולדיקט געוואָרן "אין פֿאַרבינדונגען מיטן נאַציאָנאַליסטישן אונטערערד אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד", ווי אויך אין דעם וואָס זיי האָבן כּלומרשט "דורכגעפֿירט אַ שפּיאָנישע און אונטעררײַסערישע טעטיקייט". צו קיין רעאַלקייט האָט די דאָזיקע באַשולדיקונג, פֿאַרשטייט זיך, קיין שײַכות ניט געהאַט.
מיר איז אויסגעקומען אַ מאָל צו לייענען, אַז פּערסאָוו און אפֿשר אײַזענשטאַטד (זי האָט געשריבן אויך אונטערן פּסעוודאָנים זשעלעזנאָוואַ) האָבן אָנגעהויבן צונויפֿקלײַבן אינפֿאָרמאַציע וועגן סטאַלינס טאָכטער, סוועטלאַנאַ, ווײַל אַזאַ מאַטעריאַל האָט מען בײַ זיי באַשטעלט פֿון אויסלאַנד. איך בין גאָר ניט זיכער, צי אַזאַ זאַך איז געווען מעגלעך. מיר לייגט זיך יאָ אויפֿן שׂכל, אַז אַ מאַטעריאַל פֿון אַזאַ סאָרט האָט בײַ זיי געקענט באַשטעלן עפּעס, לאָמיר זאָגן, אַ "מאָרגן-פֿרײַהייט" פֿון ניו-יאָרק צי נאָך עפּעס אַן אויסגאַבע. אָבער זיי, דערפֿאַרענע סאָוועטישע זשורנאַליסטן, זאָלן זײַן אַזוי נאַיִוו און טאַקע אָנהייבן אַרבעטן אין דער ריכטונג — וועגן דעם האָב איך שטאַרקע ספֿקות.
מיט אַ יאָר צוריק, צו מירע אײַזענשטאַטדס 100־יאָריקן יובֿל, איז אין מאָסקווע אַרויס אַ בוך פֿון איר טאָכטער, נאַדעזשדאַ זשעלעזנאָוואַ-בערגעלסאָן, "מײַן מאַמע האָט מען דערהרגעט אין דער מיט פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט". איך האָב נאָך ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט צו לייענען דאָס בוך, אָבער פֿון רעצענזיעס קען מען פֿאַרשטיין, אַז דאָרט גייט די רייד, בפֿרט, וועגן מירע אײַזענשטאַטדס "שולד" פֿון נעמען בײַ דער סאָוועטישער מיליטערישער ביוראָקראַטיע אַ רשימה פֿון 135 ייִדן, וואָס זײַנען אויסגעצייכנט געוואָרן מיטן טיטל "העלד פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד". עס ווערט אַרויסגעזאָגט אַן השערה, אַז דאָס האָט געשאַפֿן אַ יסוד פֿאַר איר באַשולדיקונג. בפֿרט נאָך, אַז דער אָפֿיציר, וועלכער האָט איר געגעבן די אינפֿאָרמאַציע, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר אַנטפּלעקן אַזאַ געוואַלדיקן סוד.
איך ווייס ניט צי אַזאַ רשימה פֿון 135 העלדן איז באמת פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער "אייניקייט". דאָס דאַרף מען קאָנטראָלירן. אין דעם עלעקטראָנישן "אינדעקס צו דער ייִדישער פּעריאָדיק" פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט האָב איך עס ניט געפֿונען. דאָך קען מען זײַן זיכער, אַז אַזאַ רשימה האָט די "אייניקייט" יאָ באַקומען — אָפֿיציעל, ניט בגנבֿה, טאַקע דורך דעם אָפֿיציר, וואָס איז שפּעטער פֿאַרמישפּט געוואָרן. און סײַ אײַזענשטאַטד און סײַ פּערסאָוו האָבן אַ סך געשריבן וועגן די ייִדן, העלדן. ס׳איז שווער צו זאָגן, צי זיי האָבן גוט פֿאַרשטאַנען, אַז אין דעם פּאַראַנאָיִשן קלימאַט פֿון סטאַלינס מלוכה האָט מען אַזאַ זשורנאַליסטישן אינטערעס זייער גרינג געקענט פֿאַרטײַטשן ווי אַ געפֿערלעכע נאַציאָנאַליסטישע קרענק צי עפּעס נאָך ערגער. צו "אייניקייט" האָט מען דאָך בכלל געהאַט טענות, אַז די צײַטונג האָט צו פֿיל געשריבן וועגן די העלדישע ייִדישע מיליטערלײַט.
בעת מירע זשעלעזנאָוואַ איז געווען מער אָדער ווייניקער אַ פּנים-חשדות אין ייִדישן זשורנאַליזם, האָט שמאול פּערסאָוו געהאַט אַ גרויסע דערפֿאַרונג, נאָך פֿון די צײַטן, ווען ער האָט געוווינט אין אַמעריקע. אין 1917 איז ער, אַן 28־יאָריקער, צוריק געקומען קיין רוסלאַנד, וווּ עס האָבן זיך אָנגעהויבן רעוואָלוציאָנערע געשעענישן. פּערסאָוו איז געווען איינער פֿון די ערשטע ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע האָבן געפּריידיקט "פּראָלעטאַרישע ליטעראַטור". קיין גרויסער שרײַבער איז ער אַליין ניט געווען, אָבער ווי אַ זשורנאַליסט האָט ער זיך אויסגעצייכנט, בפֿרט אין דעם זשאַנער פֿון דאָקומענטאַלע דערציילונגען.
איינער פֿון די העלדן, וועגן וועלכע ער האָט געשריבן, איז געווען דער לעגענדאַרער פּילאָט יעקבֿ סמושקעוויטש. אים, אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער סאָוועטישער מיליטערישער אַוויאַציע, האָט מען צוויי מאָל באַלוינט מיט דער העכסטער מיליטערישער אויסצייכענונג, "העלד פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד": אין 1937 — פֿאַר זײַנע אויפֿטוען אין שפּאַניע, וווּ מע האָט אים געקענט אונטערן נאָמען "גענעראַל דוגלאַס", און אין 1939 — פֿאַר די מיליטערישע אָפּעראַציעס בשעת דעם סאָוועטיש-יאַפּאַנישן קאָנפֿליקט אין כאַלקין-גאָלף (מאָנגאָליע). דעם 8טן יוני 1941 האָט מען דעם גענעראַל-לייטענאַנט יעקבֿ סמושקעוויטש אַרעסטירט און דעם 28סטן אָקטאָבער 1941 דערשאָסן. די מענטשן-פֿרעסערישע מאַשין פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס האָט ניט אויפֿגעהערט צו אַרבעטן אַפֿילו בעת דער מלחמה.
מיט אַ חודש צוריק, ווען איך בין געווען אין בערלין, האָט אַ באַקאַנטער מײַנער געזאָגט, אַז ראָזע סמושקעוויטש, די טאָכטער פֿון דעם אומגעבראַכטן גענעראַל, איז אַ שכנה פֿון זײַן מאַמען. זײַנען מיר צו איר אַרײַן. ווען איך האָב אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿון שמואל פּערסאָוו, האָט זי מיר געזאָגט, אַז עפּעס דערמאָנט עס איר. ראָזע סמושקעוויטש האָט ניט געוווּסט, פֿאַרשטייט זיך, אַז דער מחבר פֿונעם קורצן דאָקומענטאַלן בוך וועגן איר פֿאָטער האָט נײַן יאָר שפּעטער געטיילט מיט אים זײַן אייגענעם גורל.