רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

איך האָב ליב אַ מילכיקן קוגל, אָבער געוויינטלעך איז עס צו פֿעט. אין דעם סטרוטשקע־קוגל ניצט מען אָבער אָפּגעשעפּטע מילך און ווייניק־פֿעטיקע סמעטענע. זאָל אײַך ווויל באַקומען!


שפּריצבוימל
2 טעפּלעך אָפּגעשעפּטע מילך
שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
1 לאָרבערבלעטל
1/4 לעפֿעלע מושקאַט
2 לעפֿעלעך קאַנאָלאַ־בוימל
2 ציבעלעס, צעהאַקט
3 טעפּלעך צעשניטענע שוועמלעך
2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
1/4 טעפּל מעל
1/4 טעפּל סמעטענע מיט ווייניק פֿעטס
1 לעפֿעלע זאַלץ
2 טעפּלעך פֿרישע סטרוטשקעס
1/2 טעפּל ברייזל

באַשפּריצט אַ בעקן מיט שפּריצבוימל. הייצט אָן די מילך, שוואַרצן פֿעפֿער, לאָרבערבלעטל און מושקאַט אין אַ קליינעם טאָפּ ביז עס גייט אַ פּאַרע. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער, לאָזט שטיין 5 מינוט, און נעמט אַרויס דאָס לאָרבערבלעטל.

הייצט אָן דעם אויוון אויף 425 גראַד (218 צעלזיוס).

הייצט אָן 1 לעפֿעלע בוימל אין אַ גרעסערן טאָפּ. פּרעגלט אָפּ 1 צערעפֿטלטע ציבעלע, 4 מינוט. גיט צו די שוועמלעך און קנאָבל אויף 3 מינוט. מישט אַרײַן די מעל 1 מינוט. גיסט אַרײַן די מילך פּאַמעלעך, מישנדיק כּסדר, ביז זי זידט. מישט אַרײַן די סטרוטשקעס, סמעטענע און זאַלץ. גיסט דאָס סטרוטשקע־געמיש אַרײַן אין בעקן.

גאַרנירונג: הייצט אָן 1 לעפֿעלע בוימל און פּרעגלט די צווייטע ציבעלע 10 מינוט ביז זי ברוינט זיך צו; מישט אַרײַן דאָס ברייזל. באַדעקט מיט דעם די סטרוטשקעס, און באַקט עס 20 מינוט.