קונסט

אָפֿיציעל איז יפֿו אויך תּל־אָבֿיבֿ; זינט 1950 האָט די תּנ״כישע שטאָט פֿון ווײַטן אַלטערטום און די מאָדערנע מעטראָפּאָליע זיך פֿאַרוואַנדלט לויט אַ מלוכישן דעקרעט אין איין שטאָט. פֿאַקטיש אָבער ראַנגלט זיך יפֿו ווי זי קען אויפֿצוהאַלטן איר אייגנאַרטיקן אָריענטאַל־אַראַבישן כאַראַקטער.

די גאַלעריע "קיימא" איז קוים נאָך איינע פֿון די פֿילצאָליקע קונסט־גאַלעריעס אין יפֿו. זי פּֿרוּווט אָבער אויף איר אופֿן באַקאַנט צו ווערן דורך איר אַנדערשקייט. "קיימא" פֿאַרנעמט נישט קיין איינעם פֿון די פֿילצאָליקע חלום־ווינקעלעך וואָס באַשײַנען די שטאָט. דווקא פֿאַרקערט. זי געפֿינט זיך אין אַ פּֿשוטער גרויער גאַס, אין אַ געוויינטלעך אַלט הויז, ענלעך צו די צענדליקער הײַזער אין דער דאָרטיקער סבֿיבֿה, אָן קיין באַזונדערע אייגנשאַפֿטן וואָס וואָלטן געקאָנט כאַראַקטעריזירן אויסערלעך אַ קונסט־גאַלעריע; אַזוי זעט זיך פֿון דרויסן די "קיימא"־גאַלעריע. איר אויסנעמלעכקייט, זעט אויס, באַשטייט אין איר תּוכן. אין משך פֿון די דרײַ יאָר עקזיסטענץ אויף דעם אָרט האָט די גאַלעריע, אָנגעפֿירט דורכן אַרכיטעקט פֿון בעלגישן אָפּשטאַם, פֿיליפּ בראַנדעס, שוין דורכגעפֿירט, צווישן אַנדערן, אַן אויסשטעלונג אינספּירירט אין ייִדישע מאָטיוון, און איצט אַן אויסשטעלונג איבער ישׂראלדיקער "אַוטסײַדער"־קונסט.

וואָס איז עס אַזוינס "אַוטסײַדער" "outsider?" ס׳ווײַזט זיך אַרויס, אַז אָט דער דאָזיקער באַגריף איז הײַנט צו טאָג אַ גאַנץ פּאָפּולער וואָרט וואָס פֿאַרמאָגט נישט קיין איין און איינציקן באַדײַט. מ׳קאָן דעפֿינירן מיט אים אַ פּערזאָן וואָס וואַרפֿט זיך נישט אונטער די אָנגענומענע סאָציאַלע קאָנווענציעס; אַזאַ איינער וואָס געפֿינט זיך אויפֿן ראַנד פֿון דער געזעלשאַפֿט, און אין אַ ברייטערער דעפֿיניציע — אויך דעם גײַסטיק קראַנקן. איז לאָמיר אָננעמען אָט דעם לעצטן באַגריף וואָס פּאַסט בעסער די קינסטלער וועלכע שטעלן איצט פֿאָר אין דער "קיימא"־גאַלעריע.

צען קינסטלער ברענגען צו דער אויפֿמערקזאַמקייט זייערע געמאָלענע בילדער, צייכענונגען, סקולפּטורן, וואָס די איינציקע זאַך וואָס בינדט זיי צונויף איז די ווילדקייט פֿון געדאַנק און דעם אימפּעט אויסצודריקן זייער שטורמישע אינערלעכע וועלט. די איצטיקע אויסשטעלונג פֿאַרנעמט זיך בעיקר מיט דער "אַוטסײַדער"־קונסט פֿון הײַנטצײַטיקן ישׂראלדיקן הינזיכט.

דער באַגריף "אַוטסײַדער" אין דעם קינסטלערישן פֿאַרנעם איז אויסגעשטאַלטיקט געוואָרן אין די 70ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט ווי אַ טיפֿערער באַדײַט פֿון דער רויער, נישט באַאַרבעטער קונסט (art brut). די איצט־אויסגעשטעלטע אַרבעטן, קען מען זאָגן, פֿאַרוואַנדלען זיך אין דעם וואָרטזאָגער פֿון פּשוטן מענטש נישט פֿון טעאָרעטיקער און נישט פֿון קונסטקענער. אין איר ערשטער פֿאַזע איז די אַוטסײַדער־קונסט אויפֿגעשטעלט געוואָרן דורך אַ גרופּע גײַסטיק קראַנקע, פֿאַרשפּאַרטע אין אַ תּפֿיסה און מיסטישע שאַפֿערס אָפּגעזונדערטע פֿון דער אָנגענומענער קולטורעלער ראַם. בײַם הײַנטיקן טאָג שליסט זי אײַן אַ ברייטן אָפּשניט פֿון קונסט־אַקאַדעמיעס און שאַפֿערס און האָט געפֿונען איר אָרט אין די מוזייען, גאַלעריעס און אין פּריוואַטע קאָלעקציעס איבער דער וועלט.

די אויסשטעלונג אין דער "קיימא"־גאַלעריע באַשטייט אין אַן אָפּקלײַב פֿון דער אַרבעט אויסגעפֿירט דורך קינסטלער מיט פֿאָרמעלע קענטענישן, ווי אויך דורך קינסטלער אויטאָדידאַקטן און קינסטלער אָנגעשלאָסענע אין די ראַמען פֿון געזעלשאַפֿטן פֿאַר דער רעהאַביליטאַציע פֿון פּסיכיש־קראַנקע. איינע פֿון די דאָזיקע געזעלשאַפֿטן — "אַקים" — מיט אירע 60 פֿיליעס איבערן גאַנצן לאַנד, גיט זיך באַזונדערס אָפּ צו פֿלעגן די קינסטלערישע פֿעיִקייטן פֿון אירע מיטגלידער.

אויסער די פּערזענלעכע און פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַרשיידנהייטן צווישן די צען אויסטערלישע קינסטלערס, וועלכע באַנוצן אַ דירעקט־וויזועלע שפּראַך, נעמט אויף דער באַזוכער זייער אינערלעכע שטים וואָס איז אַ געמיש פֿון פּײַן, ליבע און רעוואָלט און די עמאָציע פֿון די באַזוכער קומט נישט דווקא פֿונעם אינטעלעקט. דאָס איראַציאָנעלע איז דאָ דער וועגווײַזער אין דער שאַפֿערישער לאָגיק. אין דער הינזיכט איז די אַוטסײַדער־קונסט פּונקט דאָס פֿאַרקערטע פֿון דער קאָנצעפּטועלער קונסט: ווילד, פּרימיטיוו, אומבאַוווּסטזיניק.