געזעלשאַפֿט
סעמיאָן דאָמניצער
סעמיאָן דאָמניצער

קיין איין אַנדער ייִדישע אָרגאַניזאַציע זיצט ניט אויף אַזאַ פּותּיקא, ווי די "קליימס קאָנפֿערענס". זי איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1951, כּדי זיך באַשעפֿטיקן מיט די דײַטשישע אויסצאָלונגען — פֿאַר די מאָנונגען אין שײַכות מיטן חורבן. די ייִדן, וואָס האָבן די רעכט צו באַקומען פֿינאַנציעלע קאָמפּענסאַציעס, זײַנען צעטיילט אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. אייניקע באַקומען אַן איינמאָליקע אויסצאָלונג, דער עיקר פֿאַר מוזן אַנטלויפֿן פֿון די דײַטשן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. למשל, אַ פֿרוי האָט געוווינט אין מינסק, אָבער אין יוני 1941 האָט זי געוואָרפֿן די דירה און אַלע זאַכן, כּדי אַנטלויפֿן מיזרח-צו, וואָס ווײַטער פֿון דעם פֿײַער פֿון דער מלחמה. פֿון דער "קליימס קאָנפֿערענס" באַקומען אַזעלכע געוועזענע פּליטים עטלעכע טויזנט דאָלאַר — איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל. אַנדערש איז עס מיט די ייִדן, וואָס האָבן ניט באַוויזן צו אַנטלויפֿן און זיך געמאַטערט אין די געטאָס אָדער לאַגערן. זיי, די ניצול-געוואָרענע, קענען קריגן אַ חודשלעכע פּענסיע פֿון עטלעכע הונדערט דאָלאַר.

מיט די דאָקומענטן, וואָס מע גיט אָן אין דער "קליימס קאָנפֿערענס" באַשעפֿטיקן זיך אָנגעשטעלטע. אין ניו-יאָרק האָט די "קאָנפֿערענס" אַ שטאַב פֿון כּמעט הונדערט אַרבעטער. זעקס פֿון זיי — ווי אויך 11 אַנדערע לײַט — באַשולדיקט מען איצט אין פֿאַלסיפֿיצירן 5,615 אַפּליקאַציעס — 4,957 איינמאָליקע אויסצאָלונגען און 658 פּענסיעס. מיט אַנדערע ווערטער, האָבן זיך אין דעם שווינדל באַטייליקט, אַ חוץ די 17 אָרגאַניזאַטאָרן, נאָך ניט ווייניקער פֿון 5,615 לײַט, ווײַל זיי אַלע האָבן בכּיוון אַרײַנגעטראָגן אַזאַ אינפֿאָרמאַציע, וועלכע האָט זיי געגעבן אַ מעגלעכקייט צו באַקומען געלט. אַ טייל פֿון דער סומע פֿלעגן זיי אָפּגעבן די אָרגאַניזאַטאָרן. בסך-הכּל האָט מען, משמעות, צוגעגנבֿעט 42.5 מיליאָן דאָלאַר.

וועגן אַזאַ "שיינער" מתּנה מצד אַ ייִדישער אָרגאַניזאַציע האָבן די אַנטיסעמיטן, די חורבן-לייקענערס אַפֿילו ניט דערוואַרט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ניט ווייניק דײַטשן וועלן, בלי-ספֿק, ביטער אַ שמייכל טאָן — "אָט אַזוי צעטרענצלט מען אונדזער געלט". און אַפֿילו אין די ייִדישע קרײַזן האָט מען אויף דער "קליימס קאָנפֿערענס" שוין אויך געקוקט מיט חשד. מע האָט געהאַט טענות צו איר, אַז איר טעטיקייט איז ניט גענוג דורכזיכטיק און די סטרוקטור איז היפּש פֿאַרעלטערט. די פֿאַרוואַלטונג איז נאָך אַלץ צונויפֿגעשטעלט פֿון פֿאָרשטייער פֿון די זעלבע אָרגאַניזאַציעס, אַזוי ווי מיט צענדליקער יאָר צוריק. מע זאָגט, אַז אייניקע פֿון די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס עקזיסטירן שוין כּמעט ניט.

דער פֿאַקט אַליין, אַז ס׳איז געווען מעגלעך יאָרנלאַנג זיך צו באַשעפֿטיקן מיט אַזאַ שווינדלערײַ, מיט טויזנטער מענטשן פֿאַרמישט אין דעם קרימינעלן געשעפֿט, שאַפֿט אַן אימאַזש פֿון אַ — ווייך געזאָגט — מאָדנער אָרגאַניזאַציע. וווּהין האָבן געקוקט די אַדמיניסטראַטאָרן און די פֿאָרשטייערס פֿון די אָרגאַניזאַציעס? צי מע האָט זיי געהאַלטן סתּם אַזוי, פֿאָרמעל צו האָבן אַן אומזיסטן לאָנטש בעת די צונויפֿקומענישן און נאָך איין שיינעם טיטל פֿאַר אַ רעזומע? עס וואָלט געווען יושרדיק, אַז זיי זאָלן אַלע אַוועקגיין. ניט ווײַל זיי האָבן, חס-וחלילה, עפּעס פֿאַרדינט פֿון דעם שווינדל, נאָר פּשוט צוליב זייער בטלנות. דער ענין האָט אַזוי פֿאַרברודיקט די אָרגאַניזאַציע, אַז זי מוז וואָס גיכער זיך זייער גוט אָפּוואַשן און טאַקע ווײַזן דער גאַנצער וועלט, אַז אַ ראַדיקאַלע "פּערעסטרויקע" איז דורכגעפֿירט געוואָרן.

עס ווערט דערבײַ דערמאָנט די "רוסישע מאַפֿיע" ווי דער כּוח, וואָס האָט אָפּגעטאָן די גאַנצע אָפּעראַציע. איך בין ניט זיכער, צי אין דעם ענין איז געווען פֿאַרמישט אַ "מאַפֿיע". אָבער ס׳איז קלאָר, אַז דאָס איז געווען אַ ברײַטאָן-ביטשער געשעפֿט. און ווידער אַ מאָל ווײַזט עס אויף נאַיִווקייט, טיפּשות און פּראָפֿעסיאָנעלער אומפֿעיִקייט פֿון די מענטשן, וואָס קאָמאַנדעווען מיט דער "קליימס קאָנפֿערענס". ברײַטאָן-ביטש איז דאָך ניט אומזיסט באַקאַנט ווי אַ היגע "אָדעס". ווען מע זאָגט עס, מיינט מען ניט נאָר די פּלאַזשע. מע מיינט, דער עיקר, דעם "אָדעסער" אופֿן פֿון פֿירן געשעפֿטן. ברײַטאָן-בישט האָט שוין געזען ניט איין אַפֿערע, ניט איין צענדליק מענטשן זײַנען אַרײַנגעזעצט געוואָרן אין תּפֿיסה. אָבער דער קלימאַט האָט זיך, אין תּוך אַרײַן, ניט געביטן. אויף אָפּעראַציעס אין דער ניו-יאָרקער "אָדעס" וואָלט מען געדאַרפֿט האַלטן ניט איין אויג, נאָר עטלעכע. אַ סבֿרא, אַז דאָס האָט מען ניט געטאָן.

דער 52־יאָריקער סעמיאָן דאָמניצער ווערט אָנגערופֿן ווי די צענטראַלע פֿיגור אין דעם ענין. דאָמניצער האָט זינט 1999 אָנגעפֿירט מיט אויסטיילן געלט פֿון די פֿאָנדן. זינט פֿעברואַר 2010 אַרבעט ער ניט אין דער "קליימס קאָנפֿערענס", ווײַל מע האָט אים, ווי אויך אַנדערע פֿאַרמישטע אָנגעשטעלטע, באַזײַטיקט פֿון זייערע שטעלעס. מע באַשולדיקט זיי אין אונטערזוכן מענטשן, וועלכע זײַנען געווען גרייט צו פֿאַלסיפֿיצירן אינפֿאָרמאַציע. דאָמניצערס כּנופֿיא האָט אונטערגעזאָגט, ווי אַזוי עס צו טאָן, כּדי די אַפּליקאַציע זאָל אויסזען ראַיעל.

טאָמער דער געריכט וועט געפֿינען, אַז זיי זײַנען שולדיק, קענען זיי פֿאַר אַזאַ פֿאַרברעכן פֿאַרברענגען אין תּפֿיסה ביז 20 יאָר. דאָס איז דער לעגאַלער טייל פֿון דער מעשׂה. אָבער זי וועט אויך איבערלאָזן אַ טיפֿן שפּור אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון חורבן-קאָמפּענסאַציעס. דער עיקר, אַז מע פֿרעגט שוין איצט, צי מע קען זײַן זיכער, אַז די צאָל אַנטפּלעקטע פֿאַלשע אויסצאָלונגען וועט ניט וואַקסן. איך האָף, אַז ניט. איך ווייס, אַז מײַן מאַמע ע״ה האָט די איינמאָליקע סומע באַקומען (אין ישׂראל) גאָר ניט אומזיסט — אַריבער צוויי יאָר האָט זי געמוזט בידעווען טויזנטער מײַלס פֿון איר היים.