פֿאַרשײדנס
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די דרײַ טעכטער פֿון ד״ר יעקבֿ און בלומע פֿײַגענבערג. פֿון רעכטס אויף לינקס: אלישבֿע כּהן־צדק, ד״ר איזאַבעלע פּינקוס (די עלטסטע, געשטאָרבן אין 2009) און שושנה העלצער — אין די 50ער יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט אין ווילנע.

געשען איז דאָס מיט צוויי חדשים צוריק. געשען אַזוי שנעל און אומדערוואַרט, אַז דער געדאַנק וועגן איר קראַנקייט און פּטירה רײַסט זיך יעדעס מאָל אַרײַן אין מײַן באַוווּסטזײַן ווי אַ ווילדער, אומגלייבלעכער אומזין. זי, שושנה העלצער, איז געווען ייִנגער פֿון מיר אויף צען יאָר.

דרײַ טעכטער זײַנען מיר געווען בײַ אונדזערע עלטערן — דעם באַקאַנטן און באַליבטן אין ווילנע קינדער־דאָקטער, יעקבֿ פֿײַגענבערג און זײַן פֿרוי בלומע. זיי האָבן זיך געהאַט באַגעגנט און פֿאַראייניקט זייער לעבן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין יאָר 1916.