פֿאַרשײדנס
די דרײַ טעכטער פֿון ד״ר יעקבֿ און בלומע פֿײַגענבערג. פֿון רעכטס אויף לינקס: אלישבֿע כּהן־צדק, ד״ר איזאַבעלע פּינקוס (די עלטסטע, געשטאָרבן אין 2009) און שושנה העלצער — אין די 50ער יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט אין ווילנע.
די דרײַ טעכטער פֿון ד״ר יעקבֿ און בלומע פֿײַגענבערג. פֿון רעכטס אויף לינקס: אלישבֿע כּהן־צדק, ד״ר איזאַבעלע פּינקוס (די עלטסטע, געשטאָרבן אין 2009) און שושנה העלצער — אין די 50ער יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט אין ווילנע.

געשען איז דאָס מיט צוויי חדשים צוריק. געשען אַזוי שנעל און אומדערוואַרט, אַז דער געדאַנק וועגן איר קראַנקייט און פּטירה רײַסט זיך יעדעס מאָל אַרײַן אין מײַן באַוווּסטזײַן ווי אַ ווילדער, אומגלייבלעכער אומזין. זי, שושנה העלצער, איז געווען ייִנגער פֿון מיר אויף צען יאָר.

דרײַ טעכטער זײַנען מיר געווען בײַ אונדזערע עלטערן — דעם באַקאַנטן און באַליבטן אין ווילנע קינדער־דאָקטער, יעקבֿ פֿײַגענבערג און זײַן פֿרוי בלומע. זיי האָבן זיך געהאַט באַגעגנט און פֿאַראייניקט זייער לעבן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין יאָר 1916. דאַן זײַנען דער יונגער מיליטער־דאָקטער יעקבֿ פֿײַגענבערג, וועלכער האָט נאָר וואָס באַקומען זײַן דיפּלאָם, און די קראַנקן־שוועסטער בלומע אַדעלסקי, מאָביליזירט געוואָרן צו אַרבעטן אין אַ לאַזאַרעט אויף דער טעריטאָריע פֿון רוסלאַנד, וווּ מען האָט געקעמפֿט קעגן עפּידעמיעס.

די דרײַ דורות פֿון דער משפּחה, וועלכע מיר זעען אויפֿן בילד, זײַנען אין ווילנע ביז דער עליה געווען צוזאַמען און צוזאַמען אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל. פֿון לינקס אויף רעכטס זײַנען דאָס: די ייִנגסטע טאָכטער, שושנה העלצער, איר מאַן, פּראָפֿ’ מיכאל העלצער (אַ באַוווּסטער אין לאַנד און אויסלאַנד געלערנטער־אָריענטאַליסט), בלומע מיט ד״ר יעקבֿ פֿײַגענבערג און דרײַ קינדער פֿון דער משפּחה העלצער — די טאָכטער אידע, דער ייִנגסטער זון רפֿאל בן־ציון (אַ סאַברע, געבוירן אין 1972, גלײַך נאָכן אָנקום פֿון דער משפּחה קיין ישׂראל), און דער עלטערער זון, אַריה־דוד.

ווען זיי זײַנען געקומען אין לאַנד, זײַנען אונדזערע עלטערן שוין ביידע אַלט געווען העכער 81 יאָר. אין אַ קורצער צײַט אַרום האָבן זיי זיך באַזעצט אין חיפֿה און מײַן פֿאָטער האָט נאָך ביזן עלטער פֿון 88 יאָר, געאַרבעט; פֿאַרביטן אין קופּת־חולים פֿעלנדיקע דאָקטוירים און פֿלעגט נאָך צו מאָל אויפֿנעמען ביז 70 קינדער אַ טאָג. אויף וויפֿל איך ווייס, איז ער געווען דער עלטסטער דאָקטער אין חיפֿה.

שושנה, וועלכע האָט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה און אומקער פֿון עוואַקואַציע קיין ווילנע, פֿאַרענדיקט אין די 50ער יאָרן פֿילאָלאָגיע — רוסישע שפּראַך און ליטעראַטור — אין ווילנער אוניווערסיטעט, איז געווען אַ הייסער ביבליאָפֿיל. זי האָט זיך באַזונדערס פֿאַרטיפֿט אין דער געשיכטע און גורל פֿון ביכער. אַגבֿ, ס’האָט זיך איר מיטן אָנטייל פֿון אַנדערע אויף אַן אויסטערלישן אופֿן אײַנגעגעבן צו געפֿינען דאָס ערשטע געדרוקטע ליטווישע בוך ווײַט פֿון די גרענעצן פֿון ליטע. זי האָט עס באַשריבן אינעם בוך "Коллекция" (קאָלעקציע — איינס פֿון די צוויי ביכער, וואָס זי האָט אין ישׂראל אַרויסגעגעבן אויף רוסיש אין די יאָרן 2000 און 2006). איך ברענג דאָ אין איבערזעצונג אויף ייִדיש שושנהס באַשרײַבונג פֿון דעם "געיעג" נאָכן בוך, וועלכן זי האָט אָנגערופֿן: "אַ ייִדיש מיידל און דאָס וויכטיקסטע ליטווישע בוך".

אַ קאַרטל מיטן שער־בלאַט פֿון ערשטן ליטווישן בוך, אַרויסגעגעבן אין 1997 אין ליטע, צום 450סטן יאָר פֿונעם "קאַטעכיזיס"
אַ קאַרטל מיטן שער־בלאַט פֿון ערשטן ליטווישן בוך, אַרויסגעגעבן אין 1997 אין ליטע, צום 450סטן יאָר פֿונעם "קאַטעכיזיס"

אין יאָר 1947 האָט מען אָפּגעמערקט אין ליטע דעם 400־יאָריקן יובֿל פֿון דעם ערשטן ליטווישן געדרוקטן בוך. דאָס דאָזיקע בוך — "קאַטעכיזיס" — איז דערשינען אין יאָר 1547 אין קעניגסבערג, אָפּגעדרוקט דורך אַ פּראָטעסטאַנטישן גײַסטלעכן, מאַזשווידאַס. ער האָט זיך געוואָנדן צו די גלייביקע אויף ליטוויש.

ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה (1939—1945) האָט מען געוווּסט נאָר וועגן איין עקזעמפּלאַר, וועלכער זאָל זיך האָבן אָפּגעהיט אין אַ ביבליאָטעק אין קעניגסבערג. אָבער אין דער צײַט פֿון דער מלחמה איז ער פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. געבליבן זײַנען אייניקע קאָפּיעס. זייער שער־בלאַט האָט מען געדרוקט אין יאָר 1947 אין צײַטונגען און זשורנאַלן.

פֿון יאָר 1954 אָן האָב איך אין ווילנער אוניווערסיטעט צײַטווײַליק פֿאַרטראָטן דעם הויפּט־לעקטאָר פֿון געשיכטע פֿון בוך, לעוו וולאַדימיראָוון. דערוויסנדיק זיך, אַז פֿרילינג 1956 פֿיר איך מײַנע עלטערן אין אַ סאַנאַטאָריע אין אָדעס, האָט ער באַשלאָסן בײַ מיר עפּעס צו בעטן. "שושנה", האָט ער געזאָגט, "בײַ אונדז, דאָ, אין דער אָפּטיילונג פֿון זעלטענע ביכער, איז געווען אַן אָדעסער פּראָפֿעסאָר באָראָוואָי. דערזעענדיק די רעפּראָדוקציע פֿון דעם שער־בלאַט פֿון 'קאַטעכיזיס’, האָט ער געזאָגט, אַז ער האָט דאַכט זיך, געזען אין אַ ביבליאָטעק אין אָדעס דאָס דאָזיקע בוך. שושנה, איז דאָס עפּעס פֿאַר דיר! גיב אַ קוק!" — האָט געזאָגט וולאַדימיראָוו.

יאָ, די אויפֿגאַבע איז טאַקע געווען פֿאַר מיר!..

אין אָדעס בין איך גלײַך אַוועק אין דער אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק. אַ מיטאַרבעטער, אַ יונגער מענטש, האָט, אויסהערנדיק מײַן ביטע, אַ רוף געטאָן: "שאָשאַנאָטשקאַ!". ס’האָט זיך באַוויזן אַן אַלטיטשקע ביבליאָטעקאַרין, זיי ביידע האָבן זיך מישבֿ געווען און געזאָגט, אַז אַזאַ בוך איז בײַ זיי אויף זיכער ניטאָ, ווײַל דאָ זאַמלט מען ניט קיין רעליגיעזע ספֿרים. זי און איר קאָלעגע האָבן מיר געראַטן זיך צו ווענדן אין דער שטאָט־ביבליאָטעק אויף מאַקסים גאָרקיס נאָמען. איך האָב זיי באַדאַנקט און בין אַהין אַוועק.

ווען איך בין אַרײַן אין דער אָפּטיילונג פֿון זעלטענע ביכער, האָט מען מיר געגעבן אַ קאַטאַלאָג. איך האָב איבערגעקוקט כּמעט אַלע קאַרטלעך און... געפֿונען! צו פֿאַרמאַסקירן מײַן אינטערעס, האָב איך גענומען עטלעכע קאַרטלעך פֿון ביכער, אַרויסגעגעבענע אין 16טן יאָרהונדערט און דערלאַנגט די קאַרטלעך אַ מיטאַרבעטערין. זי האָט מיר געבראַכט עטלעכע בענד, אָבער... דער "קאַטעכיזיס" איז צווישן זיי ניט געווען!

"וווּ זשע קען זײַן דאָס בוך?" — האָב איך געפֿרעגט.

"צום באַדויערן איז די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער אָפּטיילונג, מאַריאַ ראַפּאָפּאָרט, קראַנק", האָט זי געענטפֿערט. "גייט אַרײַן אין אַ 3—4 טעג אַרום צו אונדז; קיין טעלעפֿאָן האָט זי ניט, אָבער מיר באַזוכן זי, וועלן מיר פֿרעגן".

איך בין ווידער אַוועק אַהין אין דרײַ טעג אַרום. מען האָט מיר דערקלערט, אַז זיי זײַנען געווען בײַ מאַריען, אָבער זי האָט זיך קיין זאַך ניט געקענט דערמאָנען וועגן דעם בוך, וועלכן איך זוך. דערהערנדיק דאָס, האָב איך אויסגעדריקט מײַן פֿאַרלאַנג אַליין צו באַזוכן די קראַנקע עלטערע פֿרוי פֿאַרזיכערנדיק, אַז איך וועל זי ניט באַשווערן. מען האָט מיר געגעבן דעם אַדרעס.

איך בין אַוועק צו איר. עמעץ האָט מיר געעפֿנט די טיר פֿון דער קאָמונאַלער דירה און צוגעפֿירט צו דעם צימער פֿון מאַריאַ ראַפּאָפּאָרט. זיך אַוועקגעזעצט אויפֿן בעט, האָט זי אויסגעשטרעקט צו מיר די הענט און אויסגערופֿן: "ווי גוט, וואָס איר זײַט געקומען!" און זעענדיק, אַז איך האַלט אין די הענט אַ בלאָקנאָט, אַרײַנגעשריבן אַ בריוול צו איר יונגער מיטאַרבעטערין: "ווי נאָר דו ביסט אַוועק, האָב איך זיך דערמאָנט, וווּ עס ליגט דאָס ליטווישע בוך: אויף דער פּאָליצע מיט הילפֿס־ליטעראַטור. איך האָב זיך זייער געקלעמט, וואָס איך האָב ניט געקענט דאָס דיר מיטטיילן". און צו מיר האָט פֿרוי ראַפּאָפּאָרט געזאָגט:

"שושנה, איך וועל אײַך ניט פֿאַרהאַלטן, אפֿשר וועט איר נאָך הײַנט באַווײַזן צו קומען נאָכן בוך, איידער מען וועט פֿאַרמאַכן די אָפּטיילונג. לויפֿט".

איך האָב איר באַדאַנקט און זיך געלאָזט לויפֿן. אויף דער טיר פֿון דער אָפּטיילונג פֿון זעלטענע ביכער איז קיין פּלאָמבע ניט געווען — דאָס הייסט, אַז ס’איז נאָך ניט פֿאַרמאַכט.

דרײַ דורות פֿון דער משפּחה עולים. חיפֿה, 1970ער יאָרן
דרײַ דורות פֿון דער משפּחה עולים. חיפֿה, 1970ער יאָרן

דאָס בוך, די רעליקוויע, האָט זיך גלײַך געפֿונען. מיט ציטערניש האָב איך זי געהאַלטן אין די הענט. ניין, דאָס איז ניט געווען דער קעניגסבערגער עקזעמפּלאַר. אויף דער פֿאַרקערטער זײַט פֿון טאָוול איז געווען אָנגעשריבן: "געקויפֿט אין יאָר 1869. זייער אַ זעלטן בוך".

איך האָב גלײַך צונויפֿגעשטעלט אַ באַריכט וועגן דער דורכגעפֿירטער אַרבעט, אַנאַליזירנדיק יעדע זײַט פֿונעם בוך און אומקערנדיק זיך קיין ווילנע, דערלאַנגט דעם באַריכט וולאַדימיראָוון (ער איז געווען דער דירעקטאָר פֿון דער ביבליאָטעק אין ווילנער אוניווערסיטעט).

געווען איז דאָס זומער 1956. דערנאָך האָט זיך אָנגעהויבן אַ בריוו־אויסטויש צווישן די מיניסטעריומס פֿון דער ליטווישער און אוקראַיִנישער סאָוועטישע רעפּובליקן. אין יאַנואַר 1957 איז דאָס ערשטע געדרוקטע ליטווישע בוך מיט אַ ספּעציעלער פּאָסט אָנגעקומען אין דער אָפּטיילונג פֿון זעלטענע ביכער אין דער ביבליאָטעק פֿון ווילנער אוניווערסיטעט. ליטע האָט פֿון איר זײַט געשאָנקען אוקראַיִנע צוויי וויכטיקע, זעלטענע אויסגאַבעס: אַ סטאַטוט פֿון געזעצן, וואָס איז געווען אָפּגעדרוקט מיט קירילישער שריפֿט אין יאָר 1588' און אַן אַטלאַס פֿון 16טן יאָרהונדערט, וווּ ס’איז צום ערשטן מאָל געווען אָנגעוויזן אוקראַיִנע.

... וועגן מײַן אָנטייל אין זוכן דאָס ערשטע ליטווישע בוך האָט מען געשריבן אין עטלעכע צײַטונגען. אָבער אויב דאָס בוך וואָלט געפֿונען ניט פֿײַגענבערגײַטע (מײַן מיידלשער פֿאַמיליע־נאָמען מיטן ליטווישן סופֿיקס), נאָר לאָמיר זאָגן, בודרײַטע, און דער מיטאַרבעטער אין ווילנער אוניווערסיטעט, וואָלט געהייסן ניט נוי פֿייגלמאַן, וואָלט מען וועגן דעם געשריבן פֿיל מער. ניין, איך האָב לחלוטין ניט געהאַט קיין פֿאַראיבל; כ’האָב נאָר אַן איבעריק מאָל דערשפּירט, אַז פֿאַר אונדז, ייִדן, וואָלט שוין אפֿשר געווען גענוג צו מאַכן מעשׂים־טובֿים פֿאַר יענעם!..

די דאָזיקע צושריפֿט פֿון מײַן שוועסטער האָט באַקומען איר המשך אין עטלעכע ווײַטערדיקע שורות פֿון איר בוך, וווּ זי דערציילט, ווי אין יאָר 1997, ווען מען האָט שוין געפֿײַערט דעם 450סטן יאָרטאָג פֿונעם ערשטן ליטווישן בוך, האָט אַ ליטווישער פּראָפֿעסאָר פֿון כעמיע, איר מאַנס אַ קאָלעגע באַצקוס (וואָס האָט אים, אַגבֿ, ניט ווייניק געהאָלפֿן), זיך ניט געשעמט, מוסרנדיק אין אַ פּאָפּולערן זשורנאַל זײַנע שטאַמברידער, צו באַטאָנען, אַז ניט קיין ליטווינער האָבן געזוכט און אומגעקערט קיין ליטע די זעלטענע ווערטפֿולע ביכער, נאָר "איין ייִדישע פֿרוי האָט געהאָלפֿן אַ צווייטער ייִדישער פֿרוי דורכצופֿירן דעם גאַנצן ענין". "ריכטיק, טאַקע געהאָלפֿן" — האָט ווײַטער געשריבן שושנה — "אָבער ניט איין ייִדישע פֿרוי אַ צווייטער, נאָר איין פֿאָרשטייערין פֿונעם פֿאָלק פֿון בוך און ענטוזיאַסטקע — אַ צווייטער פֿאָרשטייערין פֿונעם פֿאָלק פֿון בוך און ענטוזיאַסטקע". און נאָך צוגעגעבן: "וואָס שייך אונדז, ייִדן, וועמען מען שרײַבט צו אַ באַזונדערע סאָלידאַריטעט, וואָלט ניט געשאַט די דאָזיקע סאָלידאַריטעט צו פֿעסטיקן און שטאַרקן".

איך האָב נאָך אַמאָל געלייענט די ווערטער און דערקענט די קעמפֿערישע אַנטשלאָסנקייט פֿון מײַן אייגענער שוועסטער צו שטרײַטן אָן אַ שיעור און פֿאַרטיידיקן אַלץ, אין וואָס זי איז איבערצײַגט.

אין דעם פֿאָרוואָרט צו איר ערשטן (אויטאָביאָגראַפֿישן) בוך "נאָך איינע..." האָט דער רעדאַקטאָר פֿון בוך י. שיפֿרין זיך געוואָנדן צו די לייענער: "איר האָט פֿאַר אײַערע אויגן ניט קיין באַוווּסטן מחבר, נאָר אַזאַ, ווי מיליאָנען אַנדערע, וואָס איז דורכגעגאַנגען און האָט אויסגעליטן אין לעבן פֿיל שוועריקייטן און פּלאָגן, אָבער אָפּגעהיט אין זיך אַ זעלטענע אָרנטלעכקייט, לײַטישקייט און ליבע צום לעבן... איך בין זיכער, אַז פֿיל פֿון אונדז האָבן געהאַט אַן ענלעכן גורל, אָבער דאָס באַשריבענע אין דער אויספֿירונג פֿון דער מחברטע איז אומגעוויינטלעך אינטערעסאַנט. גלייבט מיר — דעם ערשטן וואָס האָט גענומען אין האַנט אירע נאָטיצן — און לייענט איבער. איר וועט ניט האָבן קיין חרטה!"