טעאַטער
ריטשאַרד דרײַפֿוס אין דער ראָלע פֿון ר׳ אַבֿרהם־יהושע העשל
ריטשאַרד דרײַפֿוס אין דער ראָלע פֿון ר׳ אַבֿרהם־יהושע העשל

געהערט אַז דער באַרימטער האָליוווּדער אַקטיאָר ריטשאַרד דרײַפֿוס שפּילט אין אַ פּיעסע באַזירט אויף עפּיזאָדן פֿונעם לעבן פֿון דעם באַרימטן וועגווײַזער און תּלמיד־חכם, ר׳ אַבֿרהם־יהושע העשל, האָב איך זיך נישט געפֿוילט און אַוועק אין "טשערי־ליין"־טעאַטער אין וועסט־ווילעדזש, שעפּן נחת.

ווער עס קען נישט דעם באַרימטן אַקטיאָר ריטשאַרד דרײַפֿוס, וועלכער האָט שוין אַרײַנגעלייגט אין זײַן פֿילם־קאַריערע אַ קײַמא־לן פֿון 55 יאָר, אַרײַנרעכענענדיק זײַן מי און צײַט אין צענדליקער וווילטעטיקע פֿרידנס־אָרגאַניזאַציעס, קאָנפֿערענצן וווּ ער האָט צונויפֿגעברענגט אין ניו־יאָרק אַלערליי צדדים זשורנאַליסטן פֿון רעכטס ביז לינקס, אַראַבער, פּאַלעסטינער און ישׂראלדיקע אינטעלעקטואַלן, זשורנאַליסטן, צײַטונגס־לײַט, פֿאַרבונדן זײַן טירחה מיט "סי־ען־ען," "בי־בי־סי" און "אַל־דזשיזיראַ." אויפֿן סדר־היום איז געשטאַנען: "וועלכן גאָט דינט איר?" און דאָס איז בלויז אַ לעק איבער דער סטעצקע, ווען עס קומט צו זײַנע אויפֿטוען. דאָס איז אַן אַקטיאָר פֿון גרויס סטאַזש. ער פֿאַרמאָגט אונטער זיך צענדליקער און אפֿשר טאַקע הונדערטער האָליוווּדער פֿילמען, צווישן זיי: "דזשאַז," "דהע גודבײַ גוירל," "מיסטער האָלאַנדס אָפּוס," וכ׳.

איך קען דאָ נישט אויסרעכענען אַלע זײַנע אויפֿטוען, ס׳וועט פֿאַרנעמען נישט איין רובריק. די פּיעסע האָט מיך אויף אַ מאָמענט דערמאָנט אין דעם גלענצנדיקן טעאַטער־אויפֿפֿיר פֿון "פֿרוידס לעצטע סעסיע." פּונקט ווי אין יענער פֿאָרשטעלונג האָבן מיר דאָ צו טאָן מיט צוויי אַקטיאָרן. ר׳ אַבֿרהם־יהושע העשל (ריטשאַרד דרײַפֿוס) און דער קאַרדינאַל אַוגוסטין בי (רינד עקערט), וועלכער איז געווען אויסגעקאָכט מיטן פּויפּסט דזשאָן דעם 23סטן אין וואַטיקאַן און אין דער זעלבער צײַט אָפּגעשאַצט העשלס גרויסאַרטיקן אינטעלעקט. זייער פֿרײַנדשאַפֿט האָט זיך געצויגן פֿון 1962 ביז 1968, ווען דער קאַרדינאַל האָט זיך אײַנגעבעטן בײַ העשלען צו באַקענען זיך מיטן פּויפּסט בפֿרט און דעם וואַטיקאַן בכלל. העשל איז נישט קיין רודף־כּבֿוד (ווי אונדזערע מינדערוויכטיקע קהלישע געשעפֿטסלײַט, וואָס קניִען פֿאַרן פּויפּסט, קושן זײַן האַנט און בעטלען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע).

העשל זאָגט זיך אָפּ פֿונעם "גרויסן כּבֿוד." ער האַלט אין איין אויפֿרעגן זיך ווען עס קומט צו די פּויפּסטן, דער קאַטויליש־קריסטלעכער קירכע און דאָס פֿאַרשווײַגן פֿונעם חורבן אונדזערן. דער קאַרדינאַל ווידער בעט זיך אײַן בײַ אים צו זײַן באַהילפֿיק דעם וואַטיקאַן־קאַונסיל, וווּ דער פּויפּסט מיט זײַנע קאַרדינאַלן וועלן סוף־כּל־סוף ריינוואַשן די ייִדן פֿון דער "בײַקע," אַז ייִדן האָבן געהרגעט יעזוסן, און פֿאַרמעקן איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל זייער אַנטיסעמיטיזם.

ר׳ אַבֿרהם־יהושע העשל
ר׳ אַבֿרהם־יהושע העשל

העשל שטעלט זיך אַנטקעגן און פֿאָדערט פֿון דעם וואַטיקאַן, דעם פּויפּסט מיט זײַנע קאַרדינאַלן, זיי זאָלן בעטן מחילה פֿאַר אונדזער חורבן. דער קאַרדינאַל אַוגוסטין בי לאָזט נישט אָפּ, פֿאָדערט, בעט זיך אײַן, בלאַגעט העשל זאָל אָננעמען דעם פּויפּסטס אײַנלאַדונג קיין רוים.

אין דער זעלבער צײַט קעמפֿט העשל אויף אַ צווייטן פֿראָנט — נעמלעך, אָפּשטעלן די מלחמה אין וויעטנאַם, און אין דער זעלבער צײַט פֿאָדערט ער מען זאָל שטיצן מדינת־ישׂראל און לייזן די פּראָבלעם מיט די פּאַלעסטינער.

אויפֿן דריטן פֿראָנט האָט העשל שטאַרק געשטיצט דעם גײַסטיקן פֿירער פֿון די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און מאַרשירט צוזאַמען מיט מאַרטין לוטהער קינג אין סעלמאַ אַלאַבאַמאַ, קעגן ראַסיזם אין אַמעריקע.

די צײַט רוקט זיך, און דער קאַרדינאַל לאָזט וויסן העשלען, אַז דער פּויפּסט איז נישט בײַם בעסטן געזונט און אויב העשל וויל דווקא אויספֿירן זײַנע פֿאַרלאַנגען בײַם פּויפּסט, זאָל ער עס מאַכן וואָס גיכער. העשל באַשליסט נאָכצוגעבן, אָבער מיט איין באַדינג. ער וועט פֿאָדערן פֿונעם פּויפּסט מחילה פֿאַר דער הריגה פֿון אומשולדיקע ייִדן, פֿאַרן חורבן וואָס זיי האָבן פֿאַרשוויגן.

דער קאַרדינאַל ציטערט אויף. ער וואָרנט העשלען שוין אין רוים, אַז מיטן פּויפּסט מוז מען אומגיין מיט זײַדענע הענטשקעס. העשל איז אײַנגעשפּאַרט. ער איז נישט געקומען קיין רוים זײַן אַנטציקט פֿונעם פּויפּסט, פֿון זײַנע קאַרדינאַלן און בוקן זיך פֿאַר זיי. פֿאַרקערט. ער איז געקומען צוליב אַ ייִדישן שליחות, און נישט פֿאַרבלענדט ווערן פֿונעם צערעמאָניאַל.

דער קאַרדינאַל טענהט ס׳זײַניקע. מ׳מוז אומגיין מיטן פּויפּסט אויף די שפּיץ פֿינגער. העשל פֿירט אויס ס׳זײַניקע. ער טרעפֿט זיך מיטן פּויפּסט און מאַכט געוואַלדן. ס׳טײַטש, מען האָט פֿאַרשוויגן אונדזער אומגליק, אונדזער חורבן. ער האָט געטענהט, אַז דער וואַטיקאַן מיטן קריסטנטום האָבן נישט נאָר אַ האַנט אין אונדזער אומקום, נאָר האָבן ערגעץ וווּ באַפֿרידיקט זייערע נקמה־געפֿילן.

מיט איין וואָרט, ריטשאַרד דרײַפֿוס, אַזוי קליין ווי ער איז אין וווּקס, אַזוי גרויס איז ער אין אויפֿהייבן אַ טעמע וואָס מיר ייִדן טראָגן זיך אַרום מיט איר טויזנטער יאָר. ס׳איז דורך און דורך אַ ייִדישע פּיעסע. ייִדישקייט איז געפֿלאָסן פֿון דער בינע אין זאַל וווּ די צושויער האָבן געשלונגען אַ יעדן געדאַנק. דער אמת איז, אַז מיר ייִדן לעבן דערמיט טאָג און נאַכט אין אַ וועלט פֿון שׂינאת־ישׂראל.

דער זאַל איז געווען געפּאַקט. מ׳האָט אויך געזען יונגוואַרג, מ׳האָט דעם עולם מכבד געווען מיט אַן ערנסטן, אינטעלעקטועלן און גײַסטרײַכן אָוונט וואָס לאָזט זיך נישט אַזוי שנעל פֿאַרגעסן. און ווידער אַ מאָל, ס׳אַ מחיה געווען צו זען אַן אינטעליגענטן עולם. פֿאַר זיי איז העשל נישט געווען אַ פּנים־חדשות. ער האָט אונטער זיך איבערגעלאָזט פּאָליצעס מיט ביכער, פֿילאָסאָפֿישע אָפּהאַנדלונגען, תּוך ייִדישע פּראָבלעמאַטיק, וויכּוחים און תּלמידים־חסידים. ער דערציילט, אַז שוין צו זיבן איז ער געווען אַ תּלמיד־חכם; אַ פֿרומער און הייסער ייִד, איז ער שפּעטער געוואָרן פּראָפֿעסאָר אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר. אויף זײַן נאָמען געפֿינען זיך אַ שלל מיט שולן וווּ מען לערנט קינדער און דערוואַקסענע תּורת־אַקאַדעמיע.

עס שפּילן דורך דער גאַנצער פֿאָרשטעלונג צוויי אַקטיאָרן: ריטשאַרד דרײַפֿוס און רינדע עקערט. עקערט, וועלכער שפּילט דעם קאַרדינאַל, איז אויך אויסגעצייכנט. איין מאָדנער מאָמענט — ביידע לייענען זייערע ראָלעס פֿון אַ העפֿט. אפֿשר איז דאָ דערבײַ אַ תּירוץ. אָבער דאָס שטערט נישט דער פֿאָרשטעלונג.

דער מחבר פֿון דער פּיעסע, דער דראַמאַטורג הייסט עס, הייסט קאָלין גריר, אויך איינער פֿון די אַחינו־בני־ישׂראל. אין זײַן נאָטיץ, ווי אַן אַרײַנפֿיר, זאָגט ער:

"העשל איז הײַנט אָנערקענט ווי אַ פֿירנדיקע פֿיגור אין ייִדיש־טעאָלאָגישן קאַמף פֿאַר יושר און גערעכטיקייט נישט נאָר פֿאַר זײַן פֿאָלק, נאָר פֿאַרן כּלל־מין־האנושי. ער האָט געקעמפֿט קעגן אָרעמקייט, גוואַלדטאַטן און רציחה. ער איז געווען אַ קעמפֿער פֿאַר ציווילע רעכט. ער האָט געפּרעדיקט אַזעלכע סטאַטוטן ווי אמת, שלום און מאַכט. ער האָט זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר די סאָוועטישע ייִדן, פֿאַרן ייִדישן היימלאַנד און פֿאַר די פּאַלעסטינער. מיט דער פֿאָרשטעלונג האָף איך, אַז העשלס וויזיע פֿון סאָציאַלער גערעכטיקייט זאָל ווירקן סײַ דאָ און סײַ גלאָבאַל, און וועט קענען נאָך אַ מאָל אינספּירירן אונדז צו העכערע הייכן."

מיט איין וואָרט, לאָזט נישט אַדורך די ייִדיש־אוניווערסאַלע פֿאָרשטעלונג. עס שפּילט אין

Cherry Lane Theater
Commercial Street
(7th Ave.) West Village
(212) 695-7400