|
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו מיט דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן פֿאַר זייער זיצונג דעם 11טן נאָוועמבער, אין ניו־יאָרק |
Credit: Getty Images |
דער נישט לאַנג פֿאַרשטאָרבענער תּל־אָבֿיבֿער קינסטלער "משהלע" בערנשטיין, דער פֿאַראייביקער פֿונעם מיטאָס פֿון ייִדישן שטעטל, דערשײַנט אין אייניקע פֿון זײַנע מאָלערײַען און צייכענונגען מיט אַ פּעקל אויף דער פּלייצע. דאָס איז דאָס פּעקל פֿון די ייִדישע צרות, וואָס ער, אַזוי ווי יעדער ייִד, שלעפּט אויף זיך אין זײַן צוויי טויזנט־יאָריקן גלות. עס איז ווערט צו באַטאָנען, אַז די דאָזיקע בילדער זײַנע האָט ער געמאָלט און געצייכנט אין מדינת־ישׂראל, וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן דער אַנטיפּאָד און דער פֿאַרלייקענער פֿונעם גלות.
דער גלות אין זײַן אַלטן באַטײַט עקזיסטירט כּלומרשט שוין נישט. "גלות" און "גאַלוט" געהערן שוין צו דער געשיכטע. הײַנט הייסט ער "תּפֿוצות", און, ריכטיקער: "טפֿוצאָט", אָדער "דיאַספּאָרע", אין וועלכער די מדינה נייטיקט זיך פֿאַר איר אייגענער עקזיסטענץ. עס איז אָבער געבליבן אין העברעיִשן לשון דאָס פּעקל, וואָס זײַן באַטײַט און זײַנע פֿונקציעס זײַנען פֿון יעטוועדן סאָרט און צו יעטוועדע אומשטאַנדן.
הײַנטיקע וואָך האָט דער פּרעמיער נתניהו אײַנגעהאַנדלט אין וואַשינגטאָן אַ "פּעקל־טראַנזאַקציע" אין באַשטאַנד פֿון 20 סופּער־מאָדערנע באָמבאַרדיר־עראָפּלאַנען און אַנדערע מיליטערישע כּלים, פּלוס פּאָליטישע גאַראַנטיעס פֿאַרן פּרײַז פֿון נײַע 90 טעג אײַנפֿרירונג פֿונעם הײַזער־בוי אין דער קאָלאָניזאַציע אויפֿן "מערבֿדיקן ברעג", נאָך דעם ווי די פֿריִערדיקע 10 חדשים פֿון דער אײַנפֿרירונג האָבן קיין רעזולטאַטן נישט געגעבן. פֿאַרקערט: די קאָלאָניסטן האָבן אין די צוויי חדשים פֿון דער אויפֿלייזונג שוין איבערגעיאָגט די 10 חדשים פֿון דער אויפֿגעצוווּנגענער פֿאַרפֿרירונג. איצט האָט דער פּרעמיער נתניהו אין אַ דינגעניש, וואָס האָט געדויערט 7 שעה מיט דער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן אײַנגעהאַנדלט אַ פּעקל פֿון ווײַטגייענדיקע הנחות און הבטחות פֿאַר דעם קיום און צוקונפֿט פֿון דער מדינה — פֿאַרן פּרײַז פֿון אַ נײַעם פּרוּוו אָפּצושטעלן אויף דרײַ חדשים דעם בוי אויף די אָקופּירטע שטחים, כּדי נאָכאַמאָל צו פּרובירן אײַנשטעלן דירעקטע געשפּרעכן מיט די פּאַלעסטינער; ווידעראַמאָל צו פּרובירן אין דרײַ חדשים "אַרײַנצוכאַפּן", וואָס מען האָט נישט מצליח געווען און באַוווּסטזיניק פֿאַרפּאַסט אין משך פֿון 62 יאָר און אין צענדליקער אַנדערע פּרוּוון צו דערגרייכן דעם שלום מיט אונדזערע שכנים. און דאָס אַלץ — כּדי די קאָלאָניסטן און זייערע שטיצער און אָנהענגער אין דעם לאַגער פֿון נתניהו זאָלן באַוויליקן צו לאָזן די בולדאָזערס זיך אָפּצורוען נאָך דרײַ חדשים.
דאָס וואָרט "פּעקל־טראַנזאַקציע" איז אַרײַן אין דעם ישׂראלדיקן באַניץ, ווערנדיק אויסגעבאָרגט פֿון דעם הסתּדרותּישן באַגריפֿן־לעקסיקאָן, ווי אַ מיטל צו פֿאַרמײַדן פּראָפֿעסיאָנעלע סיכסוכים, אָדער אָפּצושטעלן שטרײַקן פֿון די אַרבעטער און אָנגעשטעלטע. מיט דער צײַט אָבער האָבן די "פּעקל־טראַנזאַקציעס" זיך אויסגעברייטערט פֿון דער ווירטשאַפֿט אויף דער פּאָליטיק. מיט דער זיכערהייט זײַנען זיי שוין פֿאַרהיימישט זינט לאַנגע יאָרן — אין די ערשטע יאָרן פֿון איר עקזיסטענץ איז זייער פּאַרטנער געווען אין פּאַריז, און הײַנט איז דער עיקרדיקער פּאַרטנער אין וואַשינגטאָן. יעדעס, יאָר אָדער אָפֿטער, פֿאָרט אַהין דער פּרעמיער־מיניסטער אָדער דער מיניסטער פֿאַר זיכערהייט מיט אַ ליידיקן קויש און קערט זיך צוריק מיט אַ פּעקל צוגעזאָגטע אָדער פֿאַרזיכערטע כּלים. צומאָל אין דער פֿאָרעם פֿון פּוסטע הבטחות; אַנדערע מאָל, ווי ראַפֿינירטע און סאָפֿיסטיקירטע קריגס־מכשירים "צו פֿאַרזיכערן די אויבערהאַנט פֿון ישׂראל אויפֿן מיטעלן מיזרח".
דאָס איצטיקע "פּעקל", וואָס דער פּרעמיער נתניהו האָט אַהיימגעבראַכט פֿון זײַן לעצטן וויזיט אין וואַשינגטאָן, איז דאָס טײַערסטע, וואָס ישׂראל האָט ביז איצט באַקומען פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע אומזיסט (כאָטש דער וועקסל איז נאָך נישט אונטערגעשריבן!), ווי אַ צוגאָב־באָנוס צו דער יערלעכער מיליטערישער סובסידיע פֿון צוויי ביליאָן און צו דער ציווילער פֿינאַנציעלער סובווענץ פֿון נאָך אַ ביליאָן דאָלאַר. דאָס פּעקל אַנטהאַלט צוו״אַנד: 20 פֿון די סאַמע מאָדערנסטע מיליטערישע ראַדאַר־מײַדנדיקע "F-35"-עראָפּלאַנען אין ווערט פֿון די דרײַ ביליאָן (אָדער מיליאַרד) דאָלאַר, ווי אויך דאָס פֿאַרשאַרפֿן די סאַנקציעס קעגן איראַן, דעם צוזאָג צו לייגן אַ וועטאָ אויף יעדער אַנטי־ישׂראלדיקער רעזאָלוציע אין זיכערהייט־ראַט פֿון דער "יו־ען"; ווירקן אויפֿן דיפּלאָמאַטישן פֿאָרום צו פֿאַרמײַדן די דעלעגיטימאַציע פֿון מדינת־ישׂראל, און נאָך אַ ריי פֿאַרפֿליכטונגען, פֿאַרן פּרײַז פֿון די דרײַ חדשים בוי־פֿאַרפֿרירונג, אויף וואָס נתניהו זאָל האָבן אײַנגעשטימט צו געבן דער מלוכה־סעקרעטאַרין, און פֿאַר דעם — דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ אין זייערע געשפּרעכן אונטער פֿיר אויגן.
דאָס דאָזיקע ביליאָניק־רײַכע פּעקל מיט זײַנע ווײַטגרייכנדיקע פּאָליטישע און זיכערהײַטלעכע גאַראַנטיעס, וואָס נתניהו האָט אויסגעדונגען אין וואַשינגטאָן, באַקומט אָבער מדינת־ישׂראל נישט פֿאַר אירע שיינע אויגן, און נישט פֿאַר אירע עקסקלוסיווע אינטערעסן, נאָר פֿאַר די גלאָבאַלע אינטערעסן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. פֿאַר אָט דעם הויכן פּרײַז איז אַמעריקע גרייט צו שענקען ישׂראל אַ פֿאַרזיכערטע אַכסניה אויף דעם אַמעריקאַנישן "אַוויאָנען־טרעגער", אונטער דער בלוי־ווײַסער פֿאָן פֿון מדינת־ישׂראל, און וועט איר שענקען די שליסלען און די פֿולמאַכטן צו פֿאַרוואַלטן מיט דעם אַוויאָנען־טרעגער און מיט די אַמעריקאַנער מיליטערישע אַרסענאַלן לויט די אַמעריקאַנישע כּללים. דאָס אַלץ אָבער מיטן תּנאַי, אַז מדינת־ישׂראל וועט — אין די אונטערהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער אונטער דער אַמעריקאַנער פֿאַרמיטלונג — אָפּטרעטן אַן אָרט פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מדינה. אַמעריקע נייטיקט זיך איצט אין די דרײַ חדשים, כּדי צו רעזומירן די דאָזיקע פּרינציפּיעל, מעגלעך אין געהיים שוין דערגרייכטע קעגנזײַטיקע פֿאַרפֿליכטונגען. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז אויך קיינעם נישט באַוווּסט מיט וואָס האָבן זיך אָבאַמאַ און הילאַרי קלינטאָן פֿאַרפֿליכטעט אויך פֿאַר דעם פּאַלעסטינער מנהיג אַבו מאַזען.
די דאָזיקע עווענטואַליטעטן, וואָס דאַרפֿן אין זייער ערשטער פֿאַזע דעצידירט ווערן הײַנטיקע וואָך דורך דער ישׂראלדיקער רעגירונג, וועלן אָבער שוין אין זייער נאָענטסטן המשך זיך אָנשטויסן אויף אַלע מעגלעכע קעגנערשאַפֿטן און שטרויכלונגען. באַלד אין דעם זעלבן טאָג, ווי נאָר עס זײַנען אָנגעקומען די ערשטע ידיעות פֿון וואַשינגטאָן וועגן די רעזולטאַטן פֿון נתניהוס זיבן־שעהדיקע געשפּרעכן מיט הילאַרי קלינטאָן (בעת אָבאַמאַ האָט וויזיטירט אין אינדאָנעזיע), האָט אַבֿיגדור ליבערמאַן פֿײַערלעך דערקלערט, אַז "עס וועט נישט זײַן קיין פֿאַרפֿרירונג אַפֿילו קיין איין טאָג".
אויך בני בעגין, משה יעלון און דער מנהיג פֿון ש״ס, אלי ישי, האָבן דערקלערט זייער קאַטעגאָרישע קעגנערשאַפֿט; און די אָפּאָזיציע אין "ליכּוד", בראָש מיטן פֿאָרזיצער פֿון דער קאָאַליציע, דעפּוטאַט עלקין, האָט זיך אָנגעהויבן צו אָרגאַניזירן קעגן דעם הסכּם, וואָס הענגט אין דער לופֿטן. דער פֿירער פֿון "ישׂראל ביתנו" האָט אָבער אויך געלאָזט וויסן, אַז ער וועט נישט לאָזן זיך אַרויסטרײַבן פֿונעם גן־עדן און וועט פֿאַר יעדן פּרײַז בלײַבן אין דער רעגירונג. און דער פֿירער פֿון ש״ס וועט זיך אונטערוואַרפֿן דער דעציזיע פֿון דעם גאָון הרבֿ עובֿדיה יוסף, זײַן גײַסטיקן מנהיג, און וועט זיך אָפּהאַלטן פֿון שטימען.
דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט, דזשאָו בײַדען, איז אין צווישן געוואָרן די נעגאַטיווע קמיע פֿאַר נתניהו: אין חודש מערץ, קורץ פֿאַר דעם ווי די אַמעריקאַנער האָבן אויפֿגעצוווּנגען די ערשטע "אײַנפֿרירונג" פֿון דעם בוי אויף די שטחים אויף צען חדשים און בעת דער וויצע־פּרעזידענט בײַדען האָט זיך געטראָפֿן מיט נתניהו אין ירושלים, האָט אים דער מנהיג פֿון ש"ס, דער אינערן־מיניסטער, אלי ישי, "מקבל־פּנים" געווען מיט דער פּראָקלאַמירונג פֿון דער אַקציע אויסצובויען 1,200 וווינונגען פֿאַר ייִדן אין אַראַבישן מיזרח־ירושלים. וואַשינגטאָן האָט דעמאָלט רעאַגירט מיט זייער אַ שאַרפֿער טאַדלונג פֿון דעם פּראָוואָקאַטיוון אַקט, און האָט באַשטראָפֿט ישׂראל מיטן אָפּשטעלן דעם בוי אין מיזרח־ירושלים. ישי און נתניהו האָבן זיך דערנאָך הכנעהדיק אַנטשולדיקט פֿאַר די אַמעריקאַנער. דאָס האָט אָבער נישט געשטערט, אַז דאָס זעלבע זאָל זיך איבערחזרן אין מיטן דעם וויכּוח אַרום דעם קורץ־דויעריקן באַנײַטן בוי־שווײַג, ווען גענוי אין דער צײַט ווען נתניהו האָט זיך געטראָפֿן צום צווייטן מאָל מיטן וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, אָבער דאָס מאָל אין וואַשינגטאָן, זאָל אין ירושלים פּראָקלאַמירט ווערן אַ בוי־קאָנקורס פֿאַר 1,300 פּראָיעקטירטע וווינונגען אין מיזרח פֿון דער שטאָט.
נתניהו האָט דעם בוי אויף די שטחים באַצײַכנט ווי אַ "זײַטיקן און קליינלעכן ענין", ווען די פּאַלעסטינער האָבן קאַטעגאָריש דערקלערט, אַז זיי וועלן נישט באַנײַען די דירעקטע געשפּרעכן כּל־זמן עס וועט נישט ווערן אָפּגעשטעלט דער בוי אין מיזרח־ירושלים. מ’קען נישט, זאָגן זיי, פֿאַרהאַנדלען וועגן אָפּשאַפֿן די אָקופּאַציע און וועגן דער פֿאַרטיילונג פֿון דעם שטח (לויט זייער פֿאַרלאַנג און דעם אַמעריקאַנישן צוזאָג — לויט די גרענעצן פֿון פֿאַר 1967) — און אין דער זעלבער צײַט בויען די שטרויכלונגען קעגן דער פֿאַרטיילונג.
נתניהו גופֿא געפֿינט זיך נאָך אַלץ פֿאַר דער דילעמע צווישן "יאָ" און "ניין", פֿאַר דער ברירה צווישן שלום און שלום־בית: צווישן דעם שלום וואָס איז עלול צו ברענגען צום סוף פֿון זײַן רעגירונג, און דעם שלום־בית אין דער קאָאַליציע, וואָס זאָל אים פֿאַרזיכערן די מאַכט. ער וויל אַוודאי ביידע — אָבער ער איז נישט אַזוי נאַיִוו, ער זאָל נישט וויסן, אַז דאָס איז נישט מעגלעך.
איז אים געבליבן צו דעצידירן, פֿאַר וועמען זאָל ער זיך אײַנפּעקלען און אָננעמען די פֿאָרגעלייגטע אַמעריקאַנער פּעקל־טראַנזאַקציע און דאַן דערפֿילן זײַן חובֿ פֿאַר דעם שלום, אָדער זאָל ער זיך אײַנפּעקלען פֿאַר דעם משיחישן, כּלומרשט "פּאַטריאָטישן" לאַגער, וועלכער קען אים אפֿשר פֿאַרזיכערן דעם שלום־בית אין דער קאָאַליציע און די מאַכט ביזן סוף פֿון דער קאַדענץ, און באַדראָען דערמיט די מדינה און איר עקזיסטענץ.
מע טאָר נישט פֿאַרגעסן, אַז אין די דרײַ חדשים פֿון דער "פֿאַרפֿרירונג" דערוואַרט אים נאָך אַ שווערער געראַנגל פֿאַר איר רעאַליזירונג. מיט אַמעריקע וועלן מיר שוין ווי עס איז אַדורכקומען. מיט איר וועט אפֿשר געשלאָסן ווערן דער שלום. די שותּפֿים צום שלום וועלן אָבער דאַרפֿן זײַן די פּאַלעסטינער...
תּל־אָבֿיבֿ, 16טער נאָוועמבער, 2010