ה. גראָסבאַרד לייענט אַ משל פֿון אליעזר שטיינבאַרג |
דאָס איז געווען מער־ווייניקער אין יאָר 1993, אַ יאָר דרײַ נאָך אונדזער עליה. די ידיעה, אַז דער וועלט־באַרימטער רעציטאַטאָר פֿון ייִדישער דיכטונג, הערץ גראָסבאַרד, לעבט, אַז ער איז דאָ אין ישׂראל, אַז ער איז אַלט הונדערט יאָר און טרעט נאָך, פֿון צײַט צו צײַט, אַרויס פֿאַרן עולם, האָט מיך אַרײַנגעבראַכט אין התפּעלות און דערוועקט אַן אויסטערלישן געדאַנק — אַז דאָס לעבן איז אייביק. דאָס דורכגעלעבטע זינט יענעם טאָג, ווען מיר האָבן צום ערשטן מאָל אין ווילנע געהערט גראָסבאַרדן (די צווייטע וועלט־מלחמה, דער אומברענג פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום און נאָך דעם — דער אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל — די אַלע געשעענישן, וואָס האָבן קוים געקענט זיך אויסשטעלן אין די ענגע ראַמען פֿון זעכציק יאָר — האָבן זיך אין מײַן זכּרון אַסאָציִיִרט מיט די פֿלאַמיקע ווערטער, וועלכע גראָסבאַרד האָט דאַן אין ווילנע, אַרויסגעבראַכט אויף דער בינע.
...און אָט זיץ איך ווידער אין אַ פֿול־געפּאַקטן זאַל, דאָס מאָל אין תּל־אָבֿיבֿ, אין בית ראשוני־פּועלי־ציון. מען פֿײַערט דאָ דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿונעם גרויסן רעציטאַטאָר. איך וואַרט מיט אַ פֿאַרכאַפּטן אָטעם, ס׳עפֿנט זיך דער פֿאָרהאַנג און איך דערזע די הויכע, שלאַנקע געשטאַלט פֿון דעם איינציקן אין זײַן אַרט ייִדישן וואָרט־קינסטלער. די צײַט האָט ניט אײַנגעבויגן זײַן רוקן, נאָר אַוועקגענומען זײַן געדיכטע טשופּרינע און אפֿשר אַ ביסל געמילדערט די שטרענגע אומבאַוועגלעכקייט פֿון זײַן פּנים, ווי אַ געשניצטן אין שטיין...
איך קוק, שלינג יעדעס וואָרט און דערמאָן זיך, מיט וואָס פֿאַר אַ באַגײַסטערונג מיר, שילער פֿון ייִדיש־וועלטלעכע שולן אין ווילנע, באַזונדערס די, וואָס האָבן שטרעבנדיק צו גערעכטיקייט זיך שוין געהאַט אײַנגעשלאָסן אין קאַמף קעגן פֿאַשיזם, פֿלעגן הערן הערץ גראָסבאַרדן. טאַקע אַזוי — ווי ווערטער פֿון אומבאַשטרײַטלעכן אמת וועגן דער וועלט און וועגן לעבן, האָט זיך אין אונדזער באַוווּסטזײַן אײַנגעקריצט יעדער משל פֿון אליעזר שטיינבאַרג, יעדער פֿראַגמענט פֿון אַ ווערק פֿון יצחק־לייבוש פּרץ, פֿון משה קולבאַק, פֿון איציק מאַנגער, פֿון משה נאַדיר, וועלכע הערץ גראָסבאַרד פֿלעגט אַרויסברענגען מיט דער גאַנצער קראַפֿט פֿון זײַן קול און געצוימטן טעמפּעראַמענט.
איך וואָלט זיך אפֿשר ניט דערמאָנט וועגן דעם, ווען די טעג וואָלט מיר ניט אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט אַ נומער פֿונעם זשורנאַל "די פּען" (אָקספֿאָרד, אַפּריל 1995) מיט אַן אינטערוויו, וועלכן די זשורנאַליסטקע און אַקטריסע לאה שלאַנגער האָט גענומען בײַ הערץ גראָסבאַרדן. דאָס איז געווען אַ לאַנגער, אָפֿנהאַרציקער שמועס, פֿון וועלכן דער לייענער האָט זיך פֿיל דערוווּסט וועגן גראָסבאַרדס לעבן און זײַן וועג צו דעם אָלימפּ פֿון אַ זעלטענעם אינטערפּרעטאַטאָר פֿון ייִדישן קינסטלערישן וואָרט.
געניסנדיק פֿון דער פּובליקאַציע, וועל איך הײַנט דערמאָנען אייניקע פּרטים, וועלכע הערץ גראָסבאַרד האָט אַליין דערציילט וועגן זיך. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1892 אין לאָדזש בײַ פֿרומע עלטערן (זײַנע ביידע זיידעס זײַנען געווען חסידים). ער האָט באַקומען אַ ייִדישע נאַציאָנאַלע דערציִונג און גלײַכצײַטיק פּריוואַט זיך געלערנט פּויליש און דײַטש. פֿיל לייענענדיק, האָט ער שוין אין דער יוגנט אָנגעהויבן טראַכטן וועגן קונסט־בילדונג, אָנגעקומען אין אַ שול פֿאַר שוישפּילער אין לאָדזש, פֿאַרענדיקט זי ווי אַ דײַטשישער שוישפּילער, אַוועקגעפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, דאָרט אַרויסגעטראָטן אין טעאַטערס אין בערלין און פֿראַנקפֿורט־אַם־מײַן. ער האָט געשפּילט אין אַנ־סקיס "דער דיבוק", דערנאָך אין דײַטשישע פּיעסעס. מיט דער צײַט אָבער האָט ער זיך צעשיידט מיטן טעאַטער — געווען ניט צופֿרידן מיטן רעפּערטואַר, מיטן אַרט שפּילן אויף ייִדישע בינעס און געקומען צום אויספֿיר, אַז ער וועט זיך קענען בעסער אויסלעבן קינסטלעריש ווי אַ רעציטאַטאָר, איידער ווי אַ שוישפּילער. "כ׳בין דאָ זעלבשטענדיק, איך קלײַב מיר אויס מײַן מאַטעריאַל..." האָט ער געזאָגט, "און אַזוי בין איך אַוועק איבער דער גאַנצער וועלט, כ׳בין געווען אין צוויי און צוואַנציק לענדער — פֿון דרום־אַמעריקע ביז דרום־אַפֿריקע".
פֿון רעכטס: ד״ר ישׂראל רובין (רבקאַי), זלמן רייזען, נח פּרילוצקי, איציק מאַנגער. שטייען (פֿון רעכטס): דער מאָלער לערנער, הערץ גראָסבאַרד און דער דיכטער מרדכי גאַלדענבערג |
אויף דער פֿראַגע, צי האָט ער פֿון אָנהייב אָן דערגרייכט די פֿאַרשטענדעניש פֿאַר זײַן קונסט פֿון לייענען ערנסטע פּאָעזיע, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט שטענדיק געהאַט צוטרוי און דרך־ארץ פֿאַרן צוהערער, ווײַל ער האָט געגלייבט, אַז דער צוהערער וועט קענען אויפֿנעמען זײַן באַגײַסטערונג, זײַן התלהבֿות פֿאַר ייִדישער דיכטונג. און אַזוי איז טאַקע געשען. "עס איז געווען", זאָגט ער, "צווישן מיר און דעם צוהערער כּמעט אַ ליבשאַפֿט. ס׳איז געווען אַ נאָענטקייט, אַ דאַנקבאַרקייט פֿאַר די שיינקייטן פֿון דער ייִדישער דיכטונג, וואָס ער האָט באַקומען דורך מײַנע רעציטאַציעס. און פֿאַר מיר איז דאָס געווען דער גרעסטער שׂכר און די גרעסטע פֿרייד".
איך לייען די ווערטער, און ס׳שטייט מיר אויף פֿאַר די אויגן מײַן ייִדישע ווילנע פֿון די 30ער יאָרן: ווי די שטאָט האָט געיובֿלט פֿון פֿרייד, ווען גראָסבאַרד פֿלעגט קומען צו פֿאָרן, ווי מיר פֿלעגן וואַרטן אין דרויסן צו זען דעם רעציטאַטאָר, ווי מיר זײַנען איין מאָל אַרײַן הינטער די קוליסן בעטן בײַ אים אַ דערלויבעניש צו זאַמלען בעת דער הפֿסקה געלט אויף "מאָפּר" — פֿאַר פּאָליטיש־אַרעסטירטע, וואָס האָבן געשמאַכט פֿאַר זייער קאַמף קעגן פֿאַשיזם אין די פּוילישע תּפֿיסות, און ווי גראָסבאַרד האָט עס אונדז דערלויבט.
איך דערמאָן זיך דאָס, לייען ווײַטער און טרעף אָן אין דעם אינטערוויו אויף זײַנע ווערטער: "אין ווילנע האָב איך אַמאָל געהאַט פֿופֿציק קאָנצערטן. האָבן זיי, די אומפֿאַרמעגלעכע ווילנער, אַרויסגעגעבן אַ בראָשור מיט בילדער, מיט אַרטיקלען, אָנגעשריבן צו דעם אָוונט. איז דאָס הײַנט מעגלעך?" גיט ער צו, פֿאַרגלײַכנדיק די באַציִונג צו ייִדיש דאַן און איצט, "דאָס איז געווען אַמאָל. און ס׳איז אַ שאָד, ס׳איז פּשוט אַ רחמנות אויף דער ייִדישער יוגנט, וואָס די גרויסע, אויסערגעוויינטלעכע שיינקייטן און דערהויבנקייטן — סײַ פֿון ייִדישן לעבן און סײַ פֿון ייִדישער דיכטונג — איז זיי פֿרעמד".
פֿון דעם אינטערוויו אין זשורנאַל "די פּען" דערוויסן מיר זיך אייגנאַרטיקע פּרטים פֿון גראָסבאַרדס לעבן: זײַן קינדהייט, ווען ער האָט אַ געוויסע צײַט געלעבט בײַם זיידן פֿון דער מאַמעס צד, וועלכער האָט פֿאַר אים גענומען אַ תּלמוד־חכם, וואָס זאָל מיט אים לערנען תּלמוד; ווי ער, אַ ייִנגל, פֿלעגט גיין דאַווענען אין אַ חסידיש שטיבל און פֿלעגט אויך זײַן אַ בעל־קורא בײַם אויפֿרופֿן צו דער תּורה...
הערץ גראָסבאַרד (געצייכנט: אַ. קאָלניק) |
ווען גראָסבאַרד האָט אָנגעהויבן זײַן וואַנדערוועג, איז ער אַ קורצע צײַט געווען אין ארץ־ישׂראל. שפּעטער געוווינט אין קאַנאַדע, געוואָרן אַ קאַנאַדער בירגער, פֿון דאָרטן געפֿאָרן קיין בראַזיל, אורוגווײַ, אין פֿאַרשיידענע דרום־אַמעריקאַנער לענדער. ער פֿלעגט אומעטום פֿאָרן אַליין, פֿון אייגענער איניציאַטיוו. אַזוי איז ער אויך ווידער געקומען קיין ישׂראל אין יאָר 1955 און דאַן זיך געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט דער פּרץ־ביבליאָטעק און דאָרט צום ערשטן מאָל אין לאַנד געהאַט אַן אָוונט. דאַן איז אויך אָרגאַניזירט געוואָרן פֿאַר אים אַ וואָרט־קאָנצערט אין דעם "הבימה"־טעאַטער. ער באַמערקט, אַז דאָס איז פֿאָרגעקומען אַ דאַנק דעם, וואָס ער איז געווען באַפֿרײַנדט מיט די שוישפּילער פֿון "הבימה". ווען זיי זײַנען געווען אויף גאַסטראָלן אין פּוילן, האָט ער זיך אָפּגעזאָגט פֿון זײַנע אַנגאַזשירונגען און איז יעדן טאָג געגאַנגען צו זיי. דאַן האָבן זיי אין 1955, אין ישׂראל אָפּגעשאַפֿט זייערע אַ פֿאָרשטעלונג און באַפֿרײַט דעם זאַל פֿאַר אים. ער האָט דאַן געהאַט אַן אויסערגעוויינטלעכן דערפֿאָלג. נאָך דעם קאָנצערט האָט ער תּיכּף באַקומען זעקס און זעכציק אײַנלאַדונגען אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿונעם לאַנד.
איך וויל דאָ ציטירן אַ פּאָר פֿראַגעס פֿון לאה שלאַנגער און ענטפֿערס פֿון הערץ גראָסבאַרד בײַם סוף פֿונעם אינטערוויו:
"ש: קען אַ ייִדישער קינסטלער מאַכן אַ לעבן פֿון לייענען פּאָעזיע?
ג: איר פֿרעגט הײַנט אָדער אַמאָל?
ש: איך פֿרעג בכלל.
ג: בכלל? איך האָב, נאַטירלעך — דאָס מוז איך זאָגן — קיין גרויסע פֿאַרדינסטן ניט געהאַט. כ׳בין געווען צופֿרידן, אַז כ׳האָב געקאָנט זיך אויסהאַלטן בײַ דעם גאַנצן גרויסן דערפֿאָלג...
ש: און איר האָט דאָך אַרײַנגעלייגט אַ סך אַרבעט אין אײַערע צוגרייטונגען.
ג: יאָ, אַפֿילו אַ קליין לידל האָט בײַ מיר געדויערט חדשים, ביז איך האָב עס ריכטיק צוגעגרייט.
און ווײַטער:
ש: וואָס זײַנען אײַערע פּלענער?
ג: קודם־כּל האַלט איך פֿאַר וויכטיק, אַז דער מאַטעריאַל וואָס איך האָב און דאָס וואָס כ׳האָב געטאָן, זאָל פֿאַרווירקלעכט ווערן אין אַ מאָנאָגראַפֿיע, ס׳זאָל כאָטש בלײַבן... אַן אָנדענק. איצט איז זומער, היצן. עס וועט זיך אַ ביסל באַרויִקן, וועל איך זען, וואָס איך קען ווײַטער טאָן סײַ וועגן דער מאָנאָגראַפֿיע און סײַ וועגן דער ווײַטערדיקער טעטיקייט.
ש: אָבער איר קלערט נישט וועגן פֿאָרן?
ג: אויב די כּוחות וועלן סטײַען, האָב איך נאָך וווּ צו פֿאָרן".
און איך קען ניט פֿאַרמײַדן דעם עטוואָס שפּעטער צוגעגעבענעם מאַטעריאַל:
"מיר האָבן זיך ניט געזעגנט, ביז הערץ גראָסבאַרד האָט מיר דערלאַנגט אַ גלעזל טיי, וואָס ער אַליין האָט צוגעגרייט. דערבײַ האָט ער זיך אַנטשולדיקט פֿאַר דער אײַלעניש — ער האָט זיך געהאַט באַשׂטימט צו טרעפֿן מיטן דעמאָלטיקן בירגער־מײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ-יפֿו שלמה להט. גראָסבאַרד האָט אים געפֿירט אַ מתּנה — זײַנע צען פּלאַטן. איך האָב אים פֿאָרגעלייגט מיטפֿאָרן מיט אים קיין תּל־אָבֿיבֿ; כ׳האָב געוואָלט נעמען די שווערע פּלאַטן. אָבער גראָסבאַרד האָט מיר נישט געלאָזט שלעפּן. ווי זאָגט דאָס ייִדישע שפּריכווערטל: "ווי צו אַכט אַזוי צו אַכציק". אין דעם פֿאַל — צו הונדערט און צוואַנציק יאָר.
איך האָב געוואַרט, ביז די מאַשין, וואָס דער בירגער־מײַסטער האָט צוגעשיקט, איז אַוועקגעפֿאָרן.
הערץ גראָסבאַרד איז געשטאָרבן אַ וואָך שפּעטער, דעם 2טן יאַנואַר 1994, אין עלטער פֿון 101.5 יאָר.