ייִדיש־וועלט
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס איז געווען מיט עטלעכע וואָכן צוריק. איך האָב באַקומען אַ מעלדונג פֿון דער פּאָסט און אָפּגענומען דאָרט אַ שווער פּעקל, אויף וועלכן איך האָב ניט געוואַרט און קיין אַנונג ניט געהאַט, וואָס דאָס איז. ווי עס איז געווען מײַן וווּנדער, ווען איך האָב אין דער היים דערזען, אַז דאָס איז אַ שיין אַרויסגעגעבענער נײַער "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד"; אַז זײַן מחבר איז אונדזער דיכטער, זשורנאַליסט, ליטעראַטור־פֿאָרשער חיים ביידער, און אַז אַרויסגעגעבן האָט דעם לעקסיקאָן אין יאָר 2011 דער אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס אין ניו־יאָרק.
די צוויי רעדאַקטאָרן פֿון בוך, באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, שרײַבן אין זייער אַרײַנפֿיר, אַז דער "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד" איז געווען חיים ביידערס קרוינווערק, אויף וועלכן דער מחבר האָט געאַרבעט לאַנגע יאָרן ביז די לעצטע טעג זײַנע; אַז צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט האָבן אים אויסגעפֿעלט אפֿשר נאָך אַ צוויי־דרײַ יאָר. האָבן טאַקע זיי, די אויבנדערמאָנטע תּלמידים און פֿרײַנד זײַנע, זיך אונטערגענומען חיים ביידערס לעבנסווערק צו דערפֿירן צום לייענערס טיש.
זינט איך האָב באַקומען דעם לעקסיקאָן, קען איך זיך פֿון אים ניט אָפּרײַסן: איך געפֿין כּסדר נעמען און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון נאָענטע און ווײַטע באַקאַנטע, איינצלהייטן פֿון זייער לעבן און שאַפֿן; דערמאָן זיך סיטואַציעס, ווען דאָס לעבן האָט מיך מיט זיי צונויפֿגעפֿירט. אומגעריכט (און איך בין זיך מודה — מיט פֿרייד) האָב איך געפֿונען אין בוך אויך זיך אַליין מיט אַ היימישער פֿאָטאָגראַפֿיע און ניט געקענט זיך דערמאָנען, ווען איך האָב ביידערן מיטגעטיילט מײַנע פּרטים. די גאַנצע געשיכטע איז געווען פֿאַר מיר אַ סורפּריז.
בלעטערנדיק דעם לעקסיקאָן האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ פֿרוי, צו וועלכער איך האָב געהאַט אַ שײַכות, אָבער קיין מאָל זי ניט געזען. איך האָב געהאַט פֿאַרגעסן איר פֿאַמיליע און איצט דערזע איך אין לעקסיקאָן: בליומע קאָטיק!
...
בער האַלפּערן
בער האַלפּערן
דאָס איז געווען כּמעט מיט אַ יאָר פֿערציק צוריק, ווען איך האָב שוין געשריבן דאָס וויכטיקסטע בוך פֿון מײַן לעבן "פֿאַרגעס־מיך־ניט" (דאָס קעפּל האָט אַ צוויייִקן טײַטש — דאָס געפֿיל פֿון בענקשאַפֿט און דעם נאָמען פֿון העל־בלאָע קליינינקע בלימעלעך, וואָס וואַקסן בײַ אָזיערעס אין מײַן געבוירנלאַנד ליטע). דער ערשטער טייל פֿון בוך אין ייִדיש (ווײַל איך האָב שפּעטער געמאַכט אַ רוסישן וואַריאַנט) איז שוין געווען פֿאַרטיק. איך האָב געהאַט אַ פֿאַרבינדונג מיטן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" און איבערגעשיקט דעם דעמאָלטיקן פֿאַראַנטוואָרטלעכן סעקרעטאַר פֿון דער רעדאַקציע מישע לעוון דעם כּתבֿ־יד מיט דער ביטע אָפּצושאַצן דאָס אָנגעשריבענע און אפֿשר דרוקן פֿראַגמענטן. מישע לעוון האָט זיך אײַנגעגעבן צו פּועלן בײַם רעדאַקטאָר אַהרן ווערגעליס, מען זאָל געבן דעם כּתבֿ־יד אויף אַ רעצענזיע. מיך האָט דערפֿרייט די ידיעה, אַז די רעצענזענטין איז אַ גוטער רעדאַקטאָר און אַז זי שטאַמט פֿון ווילנע...
איך האָב זיך, ווי געזאָגט, מיט בליומע קאָטיק ניט געהאַט געטראָפֿן, אָבער אַ פּאָר מאָל גערעדט טעלעפֿאָניש און אויף וויפֿל איך געדענק, געהערט וועגן דעם כּתבֿ־יד פֿון איר גינסטיקע ווערטער. ביז איין מאָל — ווי אַ דונער פֿון הימל: איך באַקום אין ווילנע אַ ידיעה, אַז זי איז געשטאָרבן...
און אָט, נאָך אַזוי פֿיל יאָרן דערזע איך אין לעקסיקאָן איר פֿאָטאָגראַפֿיע און דערוויס זיך פּרטים פֿון איר לעבן: געווען אַן איבערזעצער און רעדאַקטאָר; געבוירן אין 1908 אין ווילנע, אין אַ משפּחה פֿון ליטעראַטן. שפּעטער געוווינט אין מאָסקווע, געאַרבעט אין פֿאַרלאַג "דער עמעס" (אמת); אין די 1960ער יאָרן — אין רעדאַקציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד"; אַוועק אין דער אייביקייט אין 1968...

* * *

איך בלעטער דעם לעקסיקאָן, דערזע די פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון בער האַלפּערן און דערמאָן זיך, ווי איך פֿלעג אים צופֿעליק טרעפֿן, וואַרטנדיק אויפֿן אויטאָבוס ניט ווײַט פֿון אונדזער און זייער שטוב. געווען שוין גוט באַקאַנט און פֿלעג מיט אים שמועסן וועגן לעבן און וועגן אונדזערע ייִדישע פּראָבלעמען. איך האָב שוין פֿיל געוווּסט וועגן זײַן טראַגישן גורל. אַ געבוירענער אין יאָר 1902 אין שטעטל דאַרשונישאָק אין ליטע, האָט ער שפּעטער שטודירט אין אַ בוי־אינסטיטוט אין קאָוונע און זיך דאַן אַרײַנגעצויגן אין דער קאָמוניסטישער באַוועגונג. נאָך דער פֿאַשיסטישער איבערקערעניש אין ליטע האָט ער געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. ער האָט געוווינט אין פּאַריז, דאָרט געענדיקט שטודירן, באַקומען דעם דיפּלאָם פֿון אַ בוי־אינזשעניר, גלײַכצײַטיק זיך געדרוקט אין דער קאָמוניסטישער פּרעסע — דעביוטירט ווי אַ פּובליציסט. אין יאָר 1929 איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין אורוגווײַ, וווּ ס’האָט געלעבט זײַן משפּחה. אין מאָנטעווידעאָ שאַפֿט ער די צײַטונג "אונדזער פֿרײַנד", פֿינאַנצירט דורך דער סאָוועטישער אַמבאַסאַדע. אָבער אין יאָר 1938 רײַסט אורוגווײַ איבער די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד און בער האַלפּערן מיט זײַן משפּחה איז געצוווּנגען געווען צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. זיי קומען אָן קיין רוסלאַנד. אָבער דאָ דויערן שוין די פֿאַרפֿאָלגונגען פֿון קאָמוניסטן, וואָס זײַנען געקומען פֿון אויסלאַנד. בער האַלפּערן ווערט אַרעסטירט. 16 יאָר געפֿינט ער זיך אויף פֿאַרשיקונג אין סיביר. איבערלעבן דאָס אַלץ העלפֿט אים און זײַן משפּחה זײַן פֿאַך פֿון אַ בוי־אינזשעניר.
נאָך סטאַלינס טויט ווערט בער האַלפּערן רעהאַביליטירט, און אין יאָר 1956 באַזעצט ער זיך אין ווילנע.

בערל רויזן
בערל רויזן
די פּרטים פֿון זײַן לעבן, וועלכע איך האָב דאָ ציטירט פֿונעם לעקסיקאָן, האָב איך געדענקט פֿון אונדזערע שמועסן. געוויס האָט דאָס איבערגעלעבטע זיך אָפּגעשפּיגלט אין דעם גורל פֿון דער משפּחה. אין ווילנע האָבן זיך פֿאַר זיי ענדלעך געעפֿנט אייניקע נײַע מעגלעכקייטן. בער האַלפּערן האָט נאָך אַ געוויסע צײַט, ביזן אַרויסגיין אויף פּענסיע, געאַרבעט אין זײַן פֿאַך, אָבער זײַענדיק אַ הייסער ליבהאָבער פֿון ייִדיש און ייִדישקייט, פֿאַרוואַנדלט ער זײַן היים אין אַ צענטער פֿון ייִדישער קולטור. זײַנער אַ געוועזענער מיטאַרבעטער, מיכל יאַנקיווסקי, האָט נאָך האַלפּערנס פּטירה, צו זײַן 100סטן געבוירנטאָג, געשריבן אין דער ישׂראל־צײַטונג "לעצטע נײַעס": "אַ הײַפֿעלע ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש און ייִדישקייט, דערונטער מײַן ווייניקייט, האָבן זיך אין ווילנע גרופּירט אַרום אים. זײַן אַרבעטס־צימער מיט דער ייִדישער ביבליאָטעק און שרײַב־מאַשינקע איז, קען מען זאָגן, אין יענע דיסקרימינאַציע־יאָרן געווען דער איינציקער ייִדישער קולטור־צענטער אין ליטע. זײַן גאַנצע ערודיציע און שעפֿערישן כּוח האָט בער האַלפּערן געווידמעט דער ייִדישער קולטור, אין די גאָר באַגרענעצטע ראַמען געדרוקט אַרטיקלען און ביכער, קאָנסולטירט דעם ווילנער ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער, איבערגעגעבן זײַנע רײַכע קענטענישן דעם ייִנגערן דור..."
אַ גרויסע פֿרײַנדשאַפֿט און פֿרוכטבאַרע צוזאַמענאַרבעט האָט פֿאַרבונדן בער האַלפּערן מיטן באַוווּסטן ייִדיש־רוסישן שרײַבער פֿון ליטע גריגאָרי קאַנאָוויטש. פֿון די צוויי ביכער פֿון בער האַלפּערן, וואָס זײַנען דערשינען אין מאָסקווע — אין יאָר 1978 ("מײַן ייִחוס") און גלײַך נאָך דעם מחברס פּטירה, אין יאָר 1984 ("חשבון־הנפֿש"), איז דאָס ערשטע אויך אַרויס אין ג. קאַנאָוויטשעס איבערזעצונג אויף רוסיש.

* * *

אַן אַנדער פֿרײַנד פֿון בער האַלפּערן (אַ תּושבֿ פֿון טשערנאָוויץ) — בערל רויזן, מיט וועלכן איך בין שוין נישט זוכה געווען זיך צו באַקענען, אָבער וועגן וועלכן איך האָב פֿיל געהערט, האָב איך אויך געפֿונען אין דעם לעקסיקאָן. מיט זײַן אַלמנה מרים רויזן האָבן מיר ביידע, נאָך אונדזער עליה, אין משך פֿון פֿיל יאָרן צוזאַמען געאַרבעט אין היגע ייִדישע צײַטונגען (אַזוי לאַנג, ווי זיי האָבן אין ישׂראל עקזיסטירט) און בײַם אַרויסגעבן אייניקע ביכער. בערל רויזן איז געווען אַ פּעדאַגאָג, אַ לערער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור ביזן יאָר 1947, ווען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך אָנגעהויבן דער פּראָצעס פֿון ליקווידירן ייִדישע שולן. זײַענדיק אויך אַ ליטעראַטור־פֿאָרשער און איבערזעצער, האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט פֿיל אָפּהאַנדלונגען וועגן ייִדישע געשטאַלטן און מאָטיוון אין די ווערק פֿון רוסישע שרײַבער, געדרוקט אין "סאָוועטיש היימלאַנד" און אויסלענדישע זשורנאַלן זײַנע ייִדישע איבערזעצונגען פֿון רוסישע, ענגלישע, דײַטשישע און העברעיִשע פּראָזע־ווערק. ער האָט אויפֿגעקליבן אַ רײַכן מאַטעריאַל פֿאַר זײַן זאַמלבוך "ליטעראַריש־היסטאָרישע שטודיעס", וועלכן ער האָט ניט באַוויזן אַרויסצוגעבן: ער איז אומגעקומען דעם 12טן אויגוסט 1986. מיט דער דאָזיקער טרויעריקער ידיעה ענדיקט זיך אין לעקסיקאָן דער אַרטיקל וועגן בערל רויזנס לעבנסוועג.

רחל בוימוואָל און זיאַמע טעלעסין
רחל בוימוואָל און זיאַמע טעלעסין
איך געדענק, ווי שוין די דאַטע גופֿא האָט געהאַט אַלעמען אויפֿגערודערט. מיט יאָרן פֿריִער, אין 1952, אָבער אויך דעם 12טן אויגוסט האָט מען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אומגעבראַכט די ייִדישע שרײַבער און מיטגלידער פֿון געוועזענעם אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט...
פֿון בערל רויזנס פֿרוי האָב איך געהערט, וואָס פֿאַר אַן איבערגעגעבענער ייִדישער כּלל־טוער איר מאַן איז געווען. ווען אין צוויי יאָר אַרום נאָך זײַן טויט איז זי מיט דער משפּחה עולה געווען קיין ישׂראל, האָט זי געטאָן אַלץ, דאָ צו פֿאַרווירקלעכן זײַן כּוונה. נאָך איידער זי איז אַרויסגעפֿאָרן פֿון דער היים, האָט זי איבערגעדרוקט אויף פּאַפּיראָסן־פּאַפּיר און אַרויסגעשיקט אויף פֿאַרשיידענע אַדרעסן אין אויסלאַנד אַלע פֿראַגמענטן פֿון זײַן בוך, כּדי די סאָוועטישע צענזור זאָל ניט פֿאַרהאַלטן קיין איין שטיקל טעקסט. דאָ, אין ישׂראל, האָט זי מיט דער הילף פֿון איר מאַנס פֿרײַנד און שילערס, צוזאַמען מיט אַ געזעלשאַפֿטלעכן קאָמיטעט אונטערן פֿאָרזיץ פֿון אליעזר פּאָדריאַטשיק אַרויסגעגעבן דאָס בוך אין אָריגינאַל און שפּעטער אויך אין דער איבערזעצונג פֿון מאיר אַבֿני אויף עבֿרית.

* * *

פֿון אַ סך באַקאַנטע, וועלכע איך האָב "געטראָפֿן" אין לעקסיקאָן, אָבער די מערהייט פֿון וועלכע איז שוין, צום באַדויערן, ניטאָ צווישן אונדז, ווילט זיך מיר נאָך דערמאָנען דאָס דיכטער־פּאָרפֿאָלק רחל בוימוואָל און זיאַמע טעלעסין. איך האָב זיך מיט זיי פּערזענלעך ניט געטראָפֿן, אָבער אַרבעטנדיק אין רעדאַקציע געהאַט מיט זיי צו טאָן ווי מיט מחברים. באַזונדערס בין איך געווען פֿאַרבונדן טעלעפֿאָניש און שריפֿטלעך מיט רחל בוימוואָל — יעדער שמועס מיט איר איז מיר געווען אינטערעסאַנט און... טײַער. טײַער אפֿשר, צווישן אַנדערן, דערפֿאַר, וואָס באַקומענדיק פֿריִער מײַן ראָמאַן "פֿאַרגעס־מיך־ניט", וואָס איז דערשינען אין ישׂראל, האָט זי מיר געענטפֿערט מיט אַ בריוו, וועלכער האָט דערוואַרעמט מײַן נשמה.
אָבער הײַנט, שרײַבנדיק וועגן דער האַרציקער פּאָר זיאַמע טעלעסין און רחל בוימוואָל און דערמאָנענדיק זיך רחלס אומענדלעכן ווייטיק, ווען איר מאַן איז מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער פֿון איר אַוועק פֿון דער וועלט, וויל איך זיך ווידער אומקערן צום... כאַראַקטער פֿון דעם "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד". געדענקענדיק דעם מחבר פֿון בוך חיים ביידערן ז״ל, פֿאַרשטיי איך, ווי אַזאַ אינפֿאָרמאַטיווע אויסגאַבע ווי אַ לעקסיקאָן קען און מעג באַרײַכערט ווערן מיט עמאָציאָנעלע פֿראַגמענטן און קורצע, אָבער טרעפֿלעכע כאַראַקטעריסטיקעס פֿון מענטשן. איך וועל ברענגען אַ פּאָר בײַשפּילן וועגן דער שילדערונג פֿון טעלעסינען און בוימוואָל. ביידער שרײַבט:
"...די קריטיק און די לייענער האָבן אָפּגעמערקט, אַז טעלעסינס לידער זײַנען פֿול מיט לירישער טרוימערישקייט, מיט עכטע געפֿילן און איבערלעבונגען, מיט קלוגער אײַנפֿאַלערישקייט און מיט אַ גוטן, עטוואָס איראָנישן שמייכל..."
...דערציילנדיק וועגן דעם, אַז רחל בוימוואָל האָט אָנגעהויבן שאַפֿן פֿון קינדווײַז אָן, ציטירט ביידער די ווערטער פֿון זשורנאַליסט און שרײַבער משה קאַץ: "רחל בוימוואָל איז ניט קיין וווּנדערקינד, וואָס דאַרף איבערראַשן און ווײַזן, אַז אָט קען אַ קינד שרײַבן ווי אַ דערוואַקסענער, רײַפֿער קינסטלער. זי טוט בעסער: זי ווײַזט אונדז מיט איר שאַפֿן, וואָס אַ דערוואַקסענער קינסטלער וואָלט ניט געקענט טאָן אַזוי עכט און נאַטירלעך — זי ווײַזט אונדז די איבערלעבונגען פֿון אַ קינד אין פּראָצעס פֿון זייער אויסבילדונג".
אַזוי שטייען אויף פֿון די זײַטן פֿון לעקסיקאָן פֿאַר אונדזערע אויגן שעפֿערישע מענטשן, וואָס לעבן נאָך און וואָס זײַנען שוין אַוועק, מיט זייערע געדאַנקען, געפֿילן, טאַלאַנטן.