‫פֿון רעדאַקציע

דער צווייטער מענטש אין "אַל־קײַדאַ", אײַמאַן אַז־זאַוואַכירי, האָט לעצטנס ווידער זיך אַראָפּגערעדט פֿון האַרץ און אויסגעגאָסן אַן עמער שמוץ אויף די קעפּ פֿון זײַנע שׂונאים. דאָס מאָל האָט ער אַרײַנגעזאָגט נישט נאָר דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ; עס האָבן געקראָגן זייער פּסק־דין אויך זײַנע מוסולמענישע ברידער, וואָס "העלפֿן אַרויס די ציוניסטן" אונטערצוהאַלטן דעם בויקאָט פֿון עזה — עגיפּטן, יאָרדאַניע, דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, די פֿירער פֿון סאַודיע... און אויב זיי "שטיצן" די ציוניסטן זײַנען זיי אַליין ציוניסטן.


אין דער פּראָגראַם:
ד״ר מאַקס כּהן פֿאַרבעט צו דער טעאַטער־פֿאָרשטעלונג פֿון שלום־עליכמס פּיעסע "דאָס גרויסע געווינס", געשטעלט אין פּאַריז.
קורצע אינטערוויוען און אויסצוגן פֿון דער אויפֿפֿירונג

Hear Me Out
In this Program:
Dr. Max Kohn invites you to the theater production of Sholem-Aleichem's play "The Great Lottery" performed in Paris.
Short interviews and scenes from the play

פֿאַרשײדנס
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"חוצפּה" איז געווען אַ פּאָפּולערע ברעטשפּיל אין די 1960ער יאָרן

דאָס ייִדישע לשון פֿירט אַ לעבהאַפֿטן "פֿלירט", טיילמאָל ביז אַ לעבעדיקן "ראָמאַן", מיט אַלע לשונות, מיט וועלכע עס קומט אין אַ שכנותדיקן באַריר. די אינפֿילטראַציע פֿון איין שפּראַך אין דער אַנדערער, אין אַזאַ אָדער אַנדערער מאָס פֿון קעגנזײַטיקייט, שפּרייט טיילמאָל זיך אויס איבער ווײַטע שפּראַכלעכע טעריטאָריעס. די סיבות זײַנען לרובֿ זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע.

געוויינטלעך דרינגען אַרײַן ווערטער פֿון איין שפּראַך אין דער אַנדערער ווען זיי קענען דינען ווי אַ בעסערער עקוויוואַלענט פֿאַר אַ געוויסן באַגריף, פֿאַר אַ מער בילדערישן אָדער שילדערישן,

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דוד באָטוויניק

מעל קאָרן, אַ געוועזענער תּלמיד אין די מאָנטרעאָלער "פֿאַראייניקטע תּלמוד־תּורהס", געדענקט נאָך הײַנט ווי דער מוזיק־לערער, "מר. באָטוויניק" פֿלעגט אַרײַנקומען אין קלאַס, צעטיילן די מימעאָגראַפֿירטע לידער־בויגנס, וואָס האָבן נאָך געשמעקט מיטן אַלקאָהאָל פֿון דער מימעאָגראַפֿיר־מאַשין, און פּרוּוון אײַנשטילן די "ווילדע" תּלמידים. פֿינף און פֿערציק יאָר שפּעטער האָט קאָרן חרטה, וואָס זיי האָבן זיך אויפֿגעפֿירט אַזוי ווילד, אָבער עד־היום זינגט ער די יום־טובֿ־לידער, וואָס דער לערער דוד באָטוויניק האָט מיט זיי געלערנט. דעם חודש האָט דער מאָנטרעאָלער קאָמפּאָזיטאָר, דוד באָטוויניק, לאַנג באַקאַנט ווי אַ פֿײַערדיקער ייִדישיסט און שאַפֿערישער כּוח אין זײַן שטאָט, אַרויסגעגעבן אַ לוקסוס־אַלבאָם פֿון זײַנע קאָמפּאָזיציעס צו באַגלייטן ייִדישע לידער.

קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"אַפּאָקאַליפּסיס אין לילאָווע", מאַרק שאַגאַל, 1945

צוויי סקאַנדאַלן אַרום איין טעמע זײַנען אויסגעבראָכן אין מאָסקווע און לאָנדאָן. עס גייט די רייד וועגן דעם ווי ס׳ווערט פֿאָרגעשטעלט יעזוסעס קרייציקונג אין דער הײַנט־צײַטיקער קונסט. דער לאָנדאָנער מוזיי פֿון ייִדישער קונסט "בן־אורי" האָט מיט שטאָלץ מודיע געווען, אַז ער איז "דער ערשטער מוזיי אין בריטאַניע און דער ערשטער ייִדישער מוזיי אין דער גאָרער וועלט, וואָס האָט געוויזן די עוואָלוציע פֿונעם קרייציקונג־אימאַזש — פֿון דער קריסטלעכער איקאָנע ביז דעם אַלגעמיינעם אויסדרוק פֿון פּײַן."

אויף דער אויסשטעלונג מיטן נאָמען "קרייץ־צוועקן" ווערן פֿאָרגעשטעלט די ווערק פֿון 21 מאָדערנע קינסטלער אויף דער קרייציקונג־טעמע.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע קאָלאָניסטן פֿון אַ פּיאָנערן־קאָלאָניע אין קרים
די טעג גריבל איך זיך אין די בריוו, וועלכע עס האָבן איינער צום אַנדערן געשריבן — מיט אַכט־נײַן יאָרצענדליק צוריק — דער פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס" ברוך וולאַדעק און דער מאָסקווער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג, זלמן ווענדראָף. וועגן ביידע מענטשן האָב איך שוין ניט איין מאָל דערציילט, אַזוי אַז איצט וועל איך אײַנשפּאָרן אַ ביסל טינט און נאָר ציטירן עטלעכע שורות פֿון ווענדראָפֿס בריוו דאַטירט דעם 11טן דעצעמבער 1926:

מיט דעם גרעסטן אינטערעס און פֿאַרגעניגן האָב איך געלייענט אײַער אַרטיקל וועגן ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין סאָוועט-רוסלאַנד אין 'פֿאָרווערטס’ פֿון 17טן נאָוועמבער. אין אײַער ענטפֿער [די בערלינער קאָרעספּאָנדענטן פֿון דער צײַטונג] איוואַנאָוויטשן און לעשצינסקין האָט איר בײַ מיר ממש די ווערטער פֿון מויל אַרויסגענומען. איך האָב זיך אַליין געקליבן נעמען דעם 'שלוס-וואָרט’ אין דער דעבאַטע. [...]

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער שבת נאָך תּשעה־באָבֿ האָט אַ ספּעציעלן נאָמען — "שבת־נחמו". נאָך די דרײַ וואָכן פֿון "בין־המצרים", וועלכע זענען פֿאַרבונדן מיט אַ סך טרויעריקע און שרעקעוודיקע געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע, קומט די צײַט פֿון נחמה. דורכן טרויער און תּענית, לעבן מיר איבער ווידער דעם פֿאַרלוסט פֿונעם בית־המיקדש און פֿון דער נאָענטקייט צום אייבערשטן, וואָס ער האָט רעפּרעזענטירט. נאָך תּשעה־באָבֿ קומט אַ נײַער פּעריאָד פֿונעם יאָר — די צײַט פֿון נחמה, תּשובֿה און האָפֿענונג, אַז אין דעם קומענדיקן יאָר, וואָס קומט שוין באַלד, אין אָנדערטהאַלבן חדשים, וועט דער טרויעריקער תּענית זיך פֿאַרוואַנדלען אין שׂימחהדיקע יום־טובֿים.

ליטעראַטור
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רחל בוימוואָל

נישטערנדיק אין מײַן אַרכיוו האָב איך לעצטנס אָנגעטראָפֿן אויף אַ נומער פֿון "נײַע צײַטונג" פֿון 22סטן יוני 2000, פֿאַר וועלכן איך האָב געגרייט אַ זײַט געווידמעט דער נאָר וואָס פֿאַרשטאָרבענער טאַלאַנטפֿולער פּאָעטעסע רחל בוימוואָל. דערזען איר פֿאָטאָגראַפֿיע אין דער צײַטונג און, כאָטש מיר האָבן זיך קיין מאָל פּערזענלעך ניט געטראָפֿן, האָב איך דערשפּירט אַ בענקשאַפֿט, ווי איך וואָלט נאָך לאַנגע יאָרן באַגעגנט אַ כּמעט פֿאַרגעסענעם נאָענטן מענטש.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס לעבן אינעם קליינעם שטעטעלע קאָראַל־ספּרינגס אין פֿלאָרידע, קען זײַן שטאַרק קאַלעמוטנע און מאָנאָטאָן, אַפֿילו מיט די קינדער און אייניקלעך אַרום מיר, זיי זײַנען פֿאַרנומען מיט זייערע געשעפֿטן און איך דאַרף הנאה האָבן פֿון דער זון, פֿונעם באַסיין און פֿון דעם אַרום. אַ נעכטיקער טאָג. קאָראַל־ספּרינגס איז נישט ניו־יאָרק וווּ עס פּולסירט טאָג און נאַכט מיט לעבן. קען מען דאָך נישט האָבן ביידע וועלטן אין איינעם. קוקט מען אַרײַן אין צײַטונג און איך דערזע, אַז לעבן אונדזער שטעטעלע איז פֿאַראַן אַ שרײַבער־קאַפֿע. נו, דאָס האָט מיך שוין אינטריגירט און אויפֿגעהײַטערט. וואָס קען דאָס זײַן? און ווער זײַנען די שרײַבער?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן שוועסטער איז געפֿאָרן אויף אַ נסיעה קיין ישׂראל דעם ווינטער און איז נישט צוריקגעקומען. מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געטראַכט, אַז זיי שיקן זי נאָר אויף אַ "אש־התּורה"־אַקטיוויטעט. זיי האָבן געמיינט, אַז זי וועט דאָרטן גוט פֿאַרברענגען, הנאה האָבן פֿון ישׂראל, זיך באַקענען מיט נײַע חבֿרים און נענטער זיך פֿאַרבינדן מיט ייִדישקייט. אַז זיי וועלן נישט צוריקבאַקומען זייער טאָכטער איז זיי נישט אײַנגעפֿאַלן.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 28סטן יוני 1940, מיט 70 יאָר צוריק, האָט רומעניע געמוזט זיך צעשיידן מיט בעסאַראַביע און בוקאָווינע. בעסאַראַביע איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע נאָך דער טערקיש-רוסישער מלחמה אין 1806—1812, אָבער נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה און דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָט דעם שטח איבערגענומען רומעניע. אידעאָלאָגיש, האָט מען דעמאָלט געטענהט, אַז די מאָלדאָוואַנער און די רומענער האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איין פֿאָלק.

מוזיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בוסיע גאָלדשטיין

באָריס (בוסיע) גאָלדשטיינען האָט אָפּגעגליקט: ער איז געבוירן געוואָרן אינעם פּאַסיקן אָרט און אין דער פּאַסיקער צײַט. געבוירן געוואָרן אין אָדעס, וווּ דער מוזיקאַלישער הימל איז געווען באַשאָטן מיט אַזעלכע פֿידל־שטערן, ווי מישאַ פֿינכטענגאָלץ, יעקבֿ זאַק, דוד אויסטראַך, יעליזאַוועטאַ גילעלס, נתן מילשטיין, עדואַרד גראַטש און אַנדערע; איז דער קליינער3 בוסיע, בײַ זײַנע פֿינף יאָר, אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט צום גרויסן פֿידל־לערער פּסח (פּיאָטר) סטאָליאַרסקי.