שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

מײַן שוועסטער איז געפֿאָרן אויף אַ נסיעה קיין ישׂראל דעם ווינטער און איז נישט צוריקגעקומען. מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געטראַכט, אַז זיי שיקן זי נאָר אויף אַ "אש־התּורה"־אַקטיוויטעט. זיי האָבן געמיינט, אַז זי וועט דאָרטן גוט פֿאַרברענגען, הנאה האָבן פֿון ישׂראל, זיך באַקענען מיט נײַע חבֿרים און נענטער זיך פֿאַרבינדן מיט ייִדישקייט. אַז זיי וועלן נישט צוריקבאַקומען זייער טאָכטער איז זיי נישט אײַנגעפֿאַלן.

מײַן שוועסטער מאַרלאַ פֿלעגט זײַן נאָענט מיט אונדז. איצט וויל זי נאָר מע זאָל זי רופֿן מלכּה, און זעלטן קלינגט זי אָן צו אונדז. די נסיעה וואָס האָט געדאַרפֿט געדויערן איין חודש, האָט זיך פֿאַרצויגן אויף 6 חדשים, און איצט זאָגט זי אונדז, אַז זי האָט זיך פֿאַרקנסט מיט אַ מאַן, וואָס לערנט די גאַנצע צײַט און וווינט בײַ אַ סכּנותדיקער גרענעץ פֿון דער מדינה.

איך האָב מורא, אַז מײַן שוועסטער מאַכט אַ גרויסן טעות מיט איר באַשלוס. זי האָט מיך געבעטן, איך זאָל אײַנפּאַקן אַלע אירע וויכטיקע זאַכן און דאָס איר שיקן. איך בין צעריסן צווישן העלפֿן מײַן שוועסטער אויף איר לעבנס־וועג וואָס שאַפֿט איר פֿרייד, און מײַנע טאַטע־מאַמע, וואָס בעטן מיך איבערצורעדן מײַן שוועסטער, ווײַל זי ווייסט נישט וואָס זי טוט.

פֿאַרזאָרגטע שוועסטער


טײַערע פֿאַרזאָרגטע שוועסטער,

אויב אײַער שוועסטער האָט געפֿונען אין ישׂראל איר אייגענעם וועג אין לעבן, דאַרפֿט איר זי אָננעמען פֿאַר דעם מענטש, וואָס זי איז געוואָרן. מע טאָר נישט זײַן קריטיש צום לעבן, וואָס זי האָט אַליין אויסגעקליבן פֿאַר זיך. סע טרעפֿט זיך נישט זעלטן, אַז יונגע בחורים און מיידלעך ווערן זייער פֿרום נאָך אַזאַ נסיעה קיין ישׂראל, אָבער דערנאָך כאַפּן זיי זיך, אַז אַזאַ לעבן איז שווער מחוץ די ראַמען פֿון דער נסיעה.

איך לייג פֿאָר, איר זאָלט נישט אײַנפּאַקן דער שוועסטערס זאַכן פֿאַר איר. שפּאַרט זיך אײַן, און פֿאָדערט פֿון איר, זי זאָל אַהיימקומען, און איר וועט דאָס טאָן צוזאַמען. אײַער שוועסטער דאַרף אַרויס פֿון דער סבֿיבֿה צו זײַן מסוגל צו פֿאַרשטיין, צי זי קען, אָדער וויל, בלײַבן פֿרום מחוץ די הייליקע ווענט פֿון ירושלים.

אײַערע טאַטע־מאַמע דאַרפֿן רעדן מיט איר וועגן "כּבֿוד־אבֿ ואַם". אפֿשר דאַרף אַ רבֿ אויך זיך אַוועקזעצן מיט איר און דאָס אַלץ דערקלערן. אײַערע טאַטע־מאַמע וועלן אָבער דאַרפֿן אָננעמען איר באַשלוס אין לעבן, פּונקט ווי אײַער שוועסטער דאַרף אָנהאַלטן גוטע באַציִונגען מיט איר משפּחה.


טײַערע חזנטע,

מײַן טאָכטער האָט מיר תּמיד אָנגעזאָגט, אַז אויב איך דאַרף איר הילף, קען איך וווינען מיט איר. איך האָב איר געענטפֿערט, אַז איך וויל נישט זײַן קיין עול אויף איר קאָפּ, און אַז איך וועל שפּאָרן געלט פֿאַר דער פּענסיע, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זי וועט נישט דאַרפֿן זאָרגן פֿאַר מיר. צום באַדויערן, איז די צײַט געקומען ווען איך האָב נישט מער געקענט אויפֿפּאַסן אויף זיך אַליין און איך האָב בײַ איר געפֿאָדערט, איך זאָל אַרײַן אין אַ מושבֿ־זקנים. מײַן טאָכטער און איידעם האָבן דעמאָלט געזאָגט, אַז זיי זענען גרייט, איך זאָל זיך אַרײַנציִען צו זיי, אָבער איך האָב זיך אָפּגעזאָגט.

איך בין שוין אַ יאָר אינעם מושבֿ־זקנים און איך האָב עס פֿײַנט. עס פֿילט זיך אַרום, און איך ווער פּאַמעלעך משוגע. אַ העלפֿט פֿון די מענטשן זענען עובֿר־בטל, אַ העלפֿט נישט, ווייסט מען קיין מאָל נישט, מיט וועמען צו רעדן, אָדער וואָס איז די רעאַליטעט און וואָס איז נישט. איך עלטער זיך דאָ זייער גיך. איך האָב געהאַט אַ טעות — צי קען איך אים פֿאַרריכטן?

זאָל איך אויסלעבן מײַנע יאָרן דערשלאָגן, אָדער בעטן מײַן טאָכטער מיך צוריקצונעמען?

טרויעריקער טאַטע


טרויעריקער טאַטע,

איר דאַרפֿט אַוודאי רעדן מיט דער טאָכטער און איידעם. עס איז זייער שיין פֿון זייער זײַט, וואָס זיי האָבן אײַך פֿאַרבעטן צו וווינען מיט זיי. אויב זיי האָבן טאַקע גענוג אָרט, קענט איר ניצן דאָס געלט וואָס איר האָט זיך אײַנגעשפּאָרט, צו דינגען אַ געהילף, אַ קראַנקן־שוועסטער, צו באַדינען אײַך. אַזוי אַרום, וועלן לאה און דוד אָפּהיטן זייער פֿרײַהייט, איר וועט האָבן זייער געזעלשאַפֿט און נישט זײַן קיין לאַסט. רעדט זיך דורך מיט זיי. עס קומט אײַך אַ קאָמפּלימענט, וואָס איר האָט דערצויגן אַזאַ געטרײַע טאָכטער.

טײַערע חזנטע,

וויפֿל מאָל אַ טאָג זאָל איך קלינגען צו מײַן חבֿרטע? זי איז מײַן ערשטע חבֿרטע! איך וויל זי נישט אַוועקטרײַבן, אָבער איך האָב ליב איר אָנצוקלינגען צו פֿאַרזיכערן, אַז זי איז נאָך אַלץ "מײַן מיידל". איך זאָרג זיך אָבער, אַז איך קלינג צו פֿיל. מיר געפֿעלט דער נומער 20 — קלינג איך יעדע 20 מינוט, אָבער מיר דאַכט, זי ווערט דענערווירט. וואָלט אַ קלונג אַ שעה געווען בעסער?

אַ געליבטער צום ערשטן מאָל


טײַערער געליבטער צום ערשטן מאָל,

ניין, איין קלונג אַ שעה טויג אויך נישט. איך זאָרג זיך, אַז אײַערע באַציִונגען מיט אײַער מיידל וועלן שוין זײַן אַריבער, ביז איר וועט איבערלייענען מײַן ענטפֿער. דאָס אַנדערע מאָל, ווען איר האָט אַ חבֿרטע (און ס׳וועט זײַן נאָך אַ מאָל, אויב איר פֿאָלגט מײַנע עצות), קלינגט נישט מער ווי צוויי מאָל אַ טאָג דעם ערשטן חודש פֿון דער פֿרײַנדשאַפֿט. נאָך דעם, קענט איר פֿרעגן בײַ אײַער חבֿרטע, וויפֿל מאָל אין טאָג, זי וויל רעדן מיט אײַך. אַמאָל איז טאַקע בעסער, אַז וואָס ווייניקער, אַלץ בעסער.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?"
שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024