פֿאַרשײדנס
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"חוצפּה" איז געווען אַ פּאָפּולערע ברעטשפּיל אין די 1960ער יאָרן
"חוצפּה" איז געווען אַ פּאָפּולערע ברעטשפּיל אין די 1960ער יאָרן

דאָס ייִדישע לשון פֿירט אַ לעבהאַפֿטן "פֿלירט", טיילמאָל ביז אַ לעבעדיקן "ראָמאַן", מיט אַלע לשונות, מיט וועלכע עס קומט אין אַ שכנותדיקן באַריר. די אינפֿילטראַציע פֿון איין שפּראַך אין דער אַנדערער, אין אַזאַ אָדער אַנדערער מאָס פֿון קעגנזײַטיקייט, שפּרייט טיילמאָל זיך אויס איבער ווײַטע שפּראַכלעכע טעריטאָריעס. די סיבות זײַנען לרובֿ זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע.

געוויינטלעך דרינגען אַרײַן ווערטער פֿון איין שפּראַך אין דער אַנדערער ווען זיי קענען דינען ווי אַ בעסערער עקוויוואַלענט פֿאַר אַ געוויסן באַגריף, פֿאַר אַ מער בילדערישן אָדער שילדערישן, אַ מער טרעפֿלעכן אויסדרוק, וועלכער פֿעלט אפֿשר, אָדער איז נישט גענוג באַקאַנט, אין דעם אייגענעם שפּראַך־אוצר פֿאַר אַזאַ אָדער אַנדערער דערשײַנונג.

אין דעם פֿאָלקסטימלעכן באַנוץ פֿאַר דעם קאָלאָקוויאַלן גערייד דינען אָפֿטמאָל פֿרעכע, אָדער אַ״ג "מיאוסע רייד" פֿון דעם וווּלגאַרן, "נידעריקן" לעקסיקאָן, ווי חוזק־רייד פֿאַר כּל־מיני פֿאַרווײַלערס אויף דער בינע פֿון דעם וווּלגאַרן קאַבאַרעט; אָבער אויך פֿאַר דעם נידעריקן רעפּערטואַר פֿון וויצן, קללות און פֿאַרברענגענישן אין די סאַלאָנען פֿון ביליקן רינשטאָק־הומאָר. דער עיקר אויסגעבאָרגטע פֿון אַ צווייט לשון ווי אַ געהעריקער מקור פֿאַר אָפּשפּאָטונג און חוזק.

געוויינטלעך האַלטן זיך אָפּ די ייִדישע שפּראַך־פֿאָרשער פֿון באַהאַנדלען די דאָזיקע דערשײַנונג — מחמת דעם איבל צו דער באַמיסטיקונג פֿון דעם לשון מיט "געמיינע" רייד, פֿון וועלכע עס דרינגט אַרויס די הערשנדיקע אַקסיאָם, אַז "אויף ייִדיש קלינגט עס שענער". צו דער דאָזיקער קאַטעגאָריע געהערן אַזעלכע ייִדישע ווערטער ווי למשל: טוכעס, פּישן, און נאָך נידעריקערע אויסדרוקן פֿון אונטערן גאַרטל, וואָס זײַנען נאָך ביז איצט כּמעט נישט אַרויפֿגעקומען אויף די זײַטן פֿון אַ ייִדישער פּובליקאַציע — סײַדן אין געוויסע ייִדישע פּראָגראַמען אין דער אינטערנעץ. זיי זײַנען אויך אַרויסגעברענגט געוואָרן אין גאַנץ זעלטענע פּאָרנאָגראַפֿישע פּובליקאַציעס, וואָס דאַרפֿן באַפֿרידיקן די עראָטישע שוואַכקייטן און נײַגער־אינסטינקטן פֿון מענטשן.

יעדע שפּראַך פֿאַרמאָגט אייגנטלעך אַ גענוג רײַכן אייגענעם "אוצר" פֿון אַזעלכע ווערטער. אָבער "אויסגעבאָרגטע" ווערטער און באַגריפֿן פֿון אַ צווייטער שפּראַך — און דאָס לרובֿ מיט אַ געוויסער דאָזע פֿון ביליקן הומאָר און פֿון חוזק — שענקט זיי אַ געוויסע לעגיטימאַציע פֿאַר דער "לײַטישער" געזעלשאַפֿט. טייל פֿון די דאָזיקע ווערטער זײַנען, צוזאַמען מיט די "כּשרע" ייִדישע ווערטער פֿון העברעיִשן מקור, ווי למשל: "חוצפּה", "מזל און ברכה", "משׂא־ומתּן" א"אַ — ווי אויך אויסדרוקן פֿון דעם קרימינעל־אונטערוועלטישן לעקסיקאָן — אַרײַן אין דעם לעגיטימען לשון פֿון אַנדערע פֿעלקער, לרובֿ אין האָלענדיש און דערנאָך אין דעם קאָלאָקוויאַלן ענגליש פֿון ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע.

מיר ווייסן ווי שווער עס קומט אָן דער ייִדיש־שעפֿערישער אינטעליגענץ קעגנצוּווירקן דער גרינג־שעצנדיקער באַציִונג פֿון דער אַסימילירטער ייִדישער אינטעליגענץ צום גערייניקטן ייִדישן לשון. נישט אַלעמאָל איז דאָס אָבער אַ נעגאַטיווע דערשײַנונג. די בהדרגהדיקע דעמאָקראַטיזאַציע און פֿרײַוווילערישקייט פֿון דעם עפֿנטלעכן שטייגער אין דער הײַנט־צײַטיקער געזעלשאַפֿט פֿירט אויך צו אַ שפּראַכלעכער דעמאָקראַטיזאַציע, וואָס באַפֿרײַט דאָס לשון פֿון זײַן פּוריטאַנישער צניעות צו אַ שטײַגנדיקער טאָלעראַנץ און לעגיטימיזירן דאָס פֿאַר דעם באַניץ פֿון פּשוטן פֿאָלק. צוזאַמען מיט זײַנע זיטן ענדערט זיך אויך זײַן לשון.

האָבן מיר אָבער הײַנט פֿאַר זיך אַ נײַע גראָטעסק־דערשײַנונג — פֿון אײַנשטעלן זיך פֿאַר דעם כּבֿוד פֿון ייִדישע "מיאוסע" ווערטער אינעם אַמעריקאַנער ענגלישן לשון — פֿאַרן "כּבֿוד", זײַט מיר מוחל, פֿון דעם וואָרט "טוכעס" — ווי דאָס איז געקומען צום אויסדרוק אין דער וועלטבאַרימטער פּרעסטיזשפֿולער צײַטונג "ניו־יאָרק טײַמס".

אין העברעיִשן לשון אין מדינת־ישׂראל האָט דאָס דאָזיקע וואָרט שוין באַקומען אַ לעגאַלן, אַפֿילו, מ׳שטיינס געזאָגט, אַ פּאַרלאַמענטאַרישן סטאַטוס — ווען דער יוסטיץ־מיניסטער יעקבֿ נאמן האָט אין דער קולטור־קאָמיסיע פֿון דער כּנסת (אין יענעם שוין פֿאַרגעסענעם "טאָג פֿון ייִדיש") פֿאַרענדיקט זיין לויב־רעדע פֿאַר דעם ייִדישן לשון מיט אַ וווּלגאַרן וויץ וואָס אַנטהאַלט דאָס וואָרט "טוכעס" ("אַזאַ פּנים האָט עס"), און דער אַראַבישער דעפּוטאַט, ד״ר אַכמעד טיבי, האָט דערציילט אַן אַנדערן וויץ, וועלכן ער האָט זיך אויסגעלערנט פֿון זײַנע ייִדישע קאָלעגן, דעפּוטאַטן, (אַז "ווען אַן אָרעם מיידל האָט חתונה, גייען די קלעזמאָרים פּישן..") — און דאָס אַלץ Bono fide, מיט אַ גוטער כּוונה, אין נוסח פֿון "ווי אַ וויץ מעג מען", און אַז "אויף ייִדיש קלינגט עס שענער"...

שטעלט אײַך פֿאָר, וואָס פֿאַר אַ "פֿאָרשריט" עס האָט געמאַכט דער מעמד פֿון ייִדיש אין ייִדישן לאַנד: מיט 17 יאָר צוריק, בעת אַן ענלעכן "זשעסט פֿאַר ייִדיש" אין דער כּנסת, האָט אַבֿרהם בורג זיך אַנטשולדיקט פֿאַר די דעפּוטאַטן, הלמאַי ער גייט אַרײַנפֿלעכטן אַ ייִדישן ציטאַט אין זײַן רעדע וועגן ייִדיש — צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער כּנסת. הײַנט מעג מען שוין דערציילן דאָרט אַפֿילו אַ וווּלגאַרן וויץ אויף ייִדיש...

"די קושי־טושיס" (Cushie Tushies) 
זענען אַ מין וויקעלעך פֿאַר עופֿעלעך
"די קושי־טושיס" (Cushie Tushies) זענען אַ מין וויקעלעך פֿאַר עופֿעלעך

לאָמיר הערן וואָס עס דערציילט אין דעם היגן העברעיִשן "הארץ" די ניו־יאָרקער קאָרעספּאָנדענטין פֿון דער צײַטונג, נאַטאַשאַ מאָזגאָוואַיאַ, אונטערן קעפּל "דער 'ניו־יאָרק טײַמס’ אָן פֿרעכקייטן אויף ייִדיש":

"...דזשעפֿרי גאָלדבערג, דער ייִדישער קאָרעספּאָנדענט פֿון דעם מאַגאַזין ׳אַטלאַנטיק׳, האָט זיך באַקלאָגט אין אַן אינטערוויו, וואָס ער האָט געגעבן דער קאָרעספּאָנדענטין פֿון דער אײַנפֿלוסרײַכער צײַטונג, אַז מען האָט פֿון אים פֿאַרלאַנגט ער זאָל זיך נישט באַנוצן מיטן וואָרט ׳טוכעס׳ (אָדער, ווי זיי שרײַבן: תוחעס):

"ייִדישיזמען זײַנען געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דעם אַמעריקאַנישן קוכן, וואָס די ייִדישע בלאָגערין האָט בשעתּו געווידמעט אַ גאַנצן אַרטיקל, אין וועלכן זי זאָגט אַרײַן גאָר שאַרף אָפּראַ ווינפֿרי צוליב איר טענה, אַז דאָס האָט זי אויסגעטראַכט דאָס וואָרט ׳שלומפּערדינקע׳. דאָס איז אַזוי ווי אַל גאָר וואָלט געטענהט, אַז דאָס האָט ער דערפֿינדן דעם אינטערנעט, שרײַבט זי. פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט געוואָרפֿן דאָ און דאָרט אַזעלכע ווערטער ווי ׳חוצפּה׳, און אין דער צײַט פֿון די וואַלן האָט ער פֿאַרמאָגט גענוג חוש פֿאַר הומאָר זיך צו באַנוצן אויף אַ באַגעגעניש מיט דער ייִדישער געמיינדע אַפֿילו מיטן אויסדרוק ׳שוואַרצע׳. דער סאַטירע־סטאַר, דזשאָן סטיואַרט, זשאָנגלירט פֿראַנק און פֿרײַ אין "ייִנגליש", דעם צוזאַמענפֿלעכט פֿון ייִדיש מיט ענגליש, און אויך סטיווען קאָלבערט, ווען ער האָט אויפֿגענומען אין זײַן נאַכט־פּראָגראַם דעם אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל מײַקל אָרען, האָט פֿאַר זײַן כּבֿוד פֿאַרביטן די קללה ׳האָלי שיט׳ אויף ׳האָלי שטעטל!׳

"צי געפֿינט זיך אָבער דער באַחנטער זשאַרגאָן אונטער אַ באַהאַלטענער אַטאַקע, אָדער אונטער אַ צענזור מצד איינער פֿון די וויכטיקסטע צײַטונגען אויף דער וועלט? דזשעפֿרי גאָלדבערג, דער אַײַנפֿלוסרײַכער קאָרעספּאָנדענט פֿון ׳אַטלאַנטיק׳, האָט זיך באַקלאָגט דערויף, אַז אין זײַן אינטערוויו מיט דער קאָרעספּאָנדענטין פֿון ׳ניו־יאָרק טײַמס׳, העלען קופּער, איז ער געבעטן געוואָרן פֿאַרבײַטן דאָס וואָרט ׳טוכעס׳ אויף עפּעס אַזוינס וואָס איז ׳מער עלעגאַנט׳.

"איך גלייב נישט, אַז מע קען לייזן אַלע פּראָבלעמען פֿון אַמעריקע אין איראַק, אַפֿגאַניסטאַן, פּאַקיסטאַן און תּימן מיט דער הילף פֿון אײַנפֿרירן די קאָלאָניזאַציע. פֿון דער אַנדערער זײַט איז אויך ישׂראל נישט קיין ספּעציעלע סיבה צו זײַן אַ שטעכיקער דאָרן אין ׳tush׳, — אַזוי איז גאָלדבערג ציטירט געוואָרן אין דעם אינטערוויו וועלכן ס׳האָט פֿאַרעפֿנטלעכט קופּער.

"דאָס אָריגינעלע וואָרט מיט וועלכן ער האָט זיך באַנוצט אין זײַן שמועס מיט העלען קופּער, האָט גאָלדבערג אויפֿגעקלערט, איז געווען ׳טוכעס׳. אָבער אייניקע שעה נאָכן אָפּהאַלטן דעם אינטערוויו, האָט צו אים אָנגעקלונגען די קאָרעספּאָנדענטין און געזאָגט, אַז די רעדאַקטאָרן פֿון דער צײַטונג האָבן געבעטן ער זאָל אויסגעפֿינען אַן אַנדער וואָרט פֿאַר ׳טוכעס׳. איר פֿאָרשלאַג איז געווען ׳tushie׳. 'איך האָב געפֿרעגט, מיט וואָס איז דאָס מער עלעגאַנט פֿון טוכעס, און אַז איך קען נישט זאָגן tushie, און אַז איך בין שוין נישט קיין פֿיר־יאָריק ייִנגעלע׳, האָט גאָלדבערג געשריבן.

"ווי אַ פּשרה איז מען דערגאַנגען צו ׳tush׳. אין רעזולטאַט האָט גאָלדבערג געברענגט אויף זיך אַ קריטיק פֿון זײַן פּען־חבֿר, מאַרק לייבאָוויטש, וועלכער האָט אים אָנגערופֿן ׳פּחדן׳ (אין אַן עטוואָס פֿרעכערן נוסח), צוליב זײַן מוותּר זײַן אויפֿן כּבֿוד פֿון ייִדיש... לייבאָוויטש אַליין האָט אין 2002 געשריבן אַן אַרטיקל אין ׳וואַשינגטאָן פּאָסט׳, אין וועלכן ער האָט אָן בושה באַנוצט דאָס וואָרט ׳טוכעס׳, ווען ער האָט געשילדערט די שאלות וואָס עס האָט געפֿרעגט אַל גאָר דזשאָו ליבערמאַנען אין אַ קאָנפֿראָנטאַציע בעת די פּרײַמעריס אין דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי. צום סוף האָט גאָלדבערג זיך מתחייבֿ געווען מער נישט צו באַנוצן, רעדנדיק מיטן ׳ניו־יאָרק טײַמס׳, אַזעלכע ייִדישע ווערטער, ווי: פּאָץ, ממזר, שטופּ, קניש, שוואַנץ אד״גל.

אָבער דער פּרוּוו אָפּצורייניקן דעם אַמעריקאַנישן ענגליש פֿון ייִדיש, באַזונדערס אין ניו־יאָרק, איז עלול זיך אָנצוטרעפֿן אויף אַ סך שוועריקייטן. די ייִדישע ווערטער זײַנען אַרײַנגעדרונגען אין דער גערעדטער שפּראַך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן דורך דער בולטער אָנוועזנהייט פֿון ייִדן אין האָליוווּד נאָך פֿון די ערשטע צײַטן, און דורך די גרויסע ייִדישע געמיינדעס אין די פֿאַרשיידענע שטעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דער עיקר — אין דעם ׳גרויסן עפּל׳ (ניו־יאָרק).

"די אַמעריקאַניש־ענגלישע ווערטער וואָס שטאַמען פֿון ייִדיש, פֿאַרטיילן זיך אויף צוויי עיקרדיקע קאַטעגאָריעס: קללות און זידלערײַען פֿון איין זײַט, ווערטער, וואָס גאָלדבערג האָט צוגעזאָגט פֿון זיי זיך אָפּצוטרייסלען; און ווערטער, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט עסן, ווי למשל: כּשר, בייגל, בלינצע...

"דאָס וואָרט 'שלימזל’, וואָס האָט אויך אַ ברייטע אָנוועזנהייט אין דעם גערעדטן ענגליש אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט זוכה געווען צו אַ באַזונדערן כּבֿוד מיט אייניקע יאָר צוריק, ווען שפּראַך־מומחים האָבן סעגרעגירט דאָס דאָזיקע וואָרט אויפֿן צווייטן אָרט אין דער וועלט־רשימה פֿון די שווער איבערזעצעוודיקע ווערטער (נאָך אַ וואָרט אין דעם טשילאָוואַ־לשון פֿון דרום־מיזרח קאָנגאָ)."

(פֿון עבֿרית — י. ל.)

יעדעס פֿאָלק און יעדע שפּראַך פֿאַרמאָגט זײַן אייגענעם וואָקאַבולאַר, זײַן אייגענעם לעקסיקאָן פֿון נידעריקן פֿאָלקס־אוצר, אָן וועלכן קיין שפּראַך קען זיך נישט באַגיין. די קולטור פֿון דער שפּראַך ווערט באַשטימט דורך איר קולטור־פֿילטער און דורך דעם פֿאַרנעם פֿון איר עקספּאַנסיע איבער גרענעצן און מדינות.

דאָס ייִדישע לשון דרינגט אַרײַן אויף אַ גראָטעסקישן און אַ נישט זייער בכּבֿודיקן אופֿן דורך דער הינטער־טיר אין דעם אַמעריקאַנער (און אויך אַנדערן) עפֿנטלעכן לעבן.

מען דאַרף זיך אָבער נישט מיאש זײַן. די "נידעריקע" רעקוויזיטן פֿון דער פֿאָלקס־קולטור און איר שפּראַך, די פֿון אונטער דעם גאַרטל, דרינגען אַרײַן אין די קעלערן פֿון דער געזעלשאַפֿט, די העכערע — אין די אוניווערסיטעטן, אין וועלכע ייִדיש הייבט אָן צו פֿאַרנעמען אַלץ מער און מער אַ בכּבֿודיק אָרט.

תּל־אָבֿיבֿ, 12טער יולי, 2010