- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט דעם גרעסטן אינטערעס און פֿאַרגעניגן האָב איך געלייענט אײַער אַרטיקל וועגן ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין סאָוועט-רוסלאַנד אין 'פֿאָרווערטס’ פֿון 17טן נאָוועמבער. אין אײַער ענטפֿער [די בערלינער קאָרעספּאָנדענטן פֿון דער צײַטונג] איוואַנאָוויטשן און לעשצינסקין האָט איר בײַ מיר ממש די ווערטער פֿון מויל אַרויסגענומען. איך האָב זיך אַליין געקליבן נעמען דעם 'שלוס-וואָרט’ אין דער דעבאַטע. [...] צום שלוס וויל איך אײַך נאָך אַ מאָל אויסדריקן מײַן גרויסע צופֿרידנקייט מיט אײַער אַרויסטרעטונג און דער אונטערשטיצונג פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע, וועלכע איך באַטראַכט אַלס איינע פֿון די גרעסטע געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע און וועלכער איך גיב אָפּ און בין ווײַטער גרייט אָפּצוגעבן מײַן ביסל שוואַכע כּוחות. דאָס איז אָנגעשריבן געוואָרן גלײַך נאָך דעם ווי אין נאָוועמבער 1926, האָט מען אין מאָסקווע, מיט אַ גרויסן טראַסק, אַנאָנסירט אַן אָטעם-פֿאַרכאַפּנדיקע פּראָגראַם פֿון ייִדישער קאָלאָניזאַציע. אין צענטער פֿון דעם דאָזיקן אַמביציעזן מלוכישן פּראָיעקט איז געשטאַנען די בויונג פֿון אַ ייִדישער רעפּובליק אין קרים. סײַ אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און סײַ אין אויסלאַנד זײַנען ייִדישע אַקטיוויסטן, בפֿרט פֿון אַן אַנטי-ציוניסטישן שניט, ממש ווי פֿאַרשיכּורט געוואָרן פֿון אַזאַ פּערספּעקטיוו. קרים, וואָס געהערט איצט צו אוקראַיִנע, איז אין יענע יאָרן געווען אַ טייל פֿון רוסלאַנד. אָבער אויך אין אוקראַיִנע איז אַנטוויקלט געוואָרן אַ ברייטע פּראָגראַם פֿון ייִדישער נאַציאָנאַלער בויונג. בעת אין קרים זײַנען פֿאַר דער רעוואָלוציע קיין ייִדישע ייִשובֿים ניט געווען, האָט אוקראַיִנע, אין איר מיזרח-דרומדיקן טייל, געירשנט פֿון די צאַרישע צײַטן צענדליקער ייִדישע צי ייִדיש-דײַטשישע קאָלאָניעס. זיי האָבן זיך באַוויזן אין דער ערשטער העלפֿט פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט, ווען די רעגירונג האָט באַשלאָסן צו מאַכן עקספּערימענטן מיט פֿאַרוואַנדלען לכל-הפּחות אַ טייל פֿון די "פּאַראַזיטישע" שטעטלדיקע ייִדן אין "פּראָדוקטיווע" פּויערים. אַזוי האָבן זיך אין אוקראַיִנע באַוויזן ייִדישע איבערוואַנדערער, דער עיקר, פֿון ווײַסרוסלאַנד. אַ היפּשער חלק פֿון די ליטוואַקעס-איבערוואַנדערער האָבן ניט אויסגעהאַלטן דעם געוואַלדיק שווערן אויספּרוּוו פֿון אײַנגעוואָרצלט ווערן אין די ווילדע סטעפּעס. אייניקע פֿון זיי זײַנען אַוועק אין די אַרומיקע שטעט אָדער האָבן שפּעטער עמיגרירט. אָבער טויזנטער זײַנען פֿון דעסטוועגן פֿאַרבליבן אויף דער ערד, כאָטש פֿון דעם בירגערקריג זײַנען די קאָלאָניעס אַרויס שווער צעמזיקטע. אַזוי צי אַזוי, אָבער זיי — די אַלטע קאָלאָניעס — האָבן געשאַפֿן אַ יסוד פֿאַר אַ נײַער, סאָוועטישער קאָלאָניזאַציע. ווי אַ טייל פֿון דער קאָלאָניזאַציע-פּראָגראַם איז מיט 80 יאָר צוריק, אין יולי 1930, געשאַפֿן געוואָרן אַ ייִדישער נאַציאָנאַלער ראַיאָן מיטן צענטער אין דעם דאָרף איזלוטשיסטע. דאָס איז שוין געווען דער דריטער ראַיאָן אַזאַ אין אוקראַיִנע; זינט דעם יאָר 1927 האָט עקזיסטירט דער קאַלינינדאָרפֿער ראַיאָן, און אין יאָר 1929 האָט זיך אויף דער מאַפּע פֿון אוקראַיִנע באַוויזן דער נײַזלאַטאָפּאָלער ראַיאָן. איזלוטשיסטע, אַן אַלטע ייִדישע קאָלאָניע, האָט זיך געפֿונען ניט ווײַט פֿון דער שטאָט קריוווי-ראָג, וווּ די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט אין די 1920ער יאָרן דערגרייכט ביז כּמעט אַ דריטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. האָט מען דעמאָלט אַפֿילו גערעדט וועגן שאַפֿן אַ ייִדישע געגנט מיטן צענטער אין קריוווי-ראָג. כ’ווייס ניט אויף וויפֿל ערנסט זײַנען די דאָזיקע ריידערײַען געווען. מיר שײַנט, אַז צו ערנסט האָט מען זיי ניט געקענט פֿירן, ווײַל קריוווי-ראָג איז געווען אַן אינדוסטריעלע שטאָט, און שאַפֿן אַ באַזונדערן צענטער פֿאַרן ייִדישן פּראָלעטאַריאַט איז געווען אידעאָלאָגיש "ניט ריכטיק". ייִדן האָבן געדאַרפֿט "איבערגעשמעלצט" ווערן אָדער אין אַן אינטערנאַציאָנאַלער פּראָלעטאַרישער סבֿיבֿה אָדער אין לאַנדווירטשאַפֿטלעכע ייִשובֿים. פֿון איזלוטשיסטע האָט מען דעם צענטער פֿונעם נײַעם ראַיאָן אין קורצן אַריבערגעפֿירט אין דעם דאָרף טשעמעריסק. דאָס דאָרף האָט מען אויפֿגעבויט, אין יאָר 1924, פֿאַר נײַע ייִדישע איבערוואַנדערער, און דער נאָמען האָט אָפּגעשפּיגלט די נײַע צײַטן — מע האָט אויף אַזאַ אופֿן אָפּגעמערקט די פֿאַרדינסטן פֿון שלמה (אַלכּסנדר) טשעמעריסקי (1880—1942), וואָס איז געשטאַנען בראָש די ייִדישע סעקציעס פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. ווי כּמעט אַלע ייִדישע קאָמוניסטן פֿון יענעם דור, האָט טשעמעריסקי געהאַט אַ רײַכע פּאָליטישע ביאָגראַפֿיע, וואָס האָט אין זיך אײַנגעשלאָסן אויך אַן אַקטיוון אָנטייל אין "בונד". דערצו נאָך איז טשעמעריסקי געוואָרן אַזאַ הייסער קאָמוניסט, אַז ער האָט אַפֿילו גענומען קריטיקירן די פּראָגראַם פֿון ייִדישער נאַציאָנאַלער בויונג אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, ווײַל ער האָט אין איר אײַנגעזען סימנים פֿון נאַציאָנאַליזם. האָט מען אים אין יאָר 1934 גענומען אויפֿן צימבל, אַראָפּגענומען פֿון אַלע זײַנע שטעלעס און פֿאַרשיקט אין קאַזאַכסטאַן. שפּעטער האָט מען טשעמעריסקין אַרויסגעלאָזט, אָבער ערבֿ דער סאָוועטיש-דײַטשישער מלחמה איז ער פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין "גולאַג", פֿון וואַנען ס׳איז אים שוין ניט באַשערט געווען אַרויסצוגיין. ווען דער סאַדיסטישער רעזשים האָט אָנגעהויבן זיך שפּילן אין קאַץ-און-מויז מיט טשעמעריסקין, איז קיין רייד שוין ניט געקענט זײַן וועגן האָבן אַ ייִשובֿ מיטן נאָמען טשעמעריסק. אין 1934 האָט עס באַקומען אַ בעסערן נאָמען — סטאַלינדאָרף, בפֿרט נאָך, אַז דעם גאַנצן ראַיאָן האָט מען שוין לאַנג גערופֿן "סטאַלינדאָרפֿער". די געשיכטע פֿון דעם ראַיאָן, וואָס האָט עקזיסטירט ביז 1941, האָט אינטערעסאַנטע זײַטלעך. אין די יאָרן 1930—1935 איז דאָרטן געווען אַ ייִדישע צײַטונג — "סטאַלינדאָרפֿער אמת". אין יאָר 1931 איז אין טשעמעריסק געשאַפֿן געוואָרן אַ ייִדישער טעאַטער. עס זײַנען געווען ייִדישע שולן, ביבליאָטעקן וכ’. אָבער גלײַכצײַטיק דערציילט די דעמאָגראַפֿיע אַן אַנדער געשיכטע, וואָס איז אַ געשיכטע פֿון אַ ירידה: אין יאָר 1930 האָבן אין דעם ראַיאָן געוווינט אַרום 9 טויזנט ייִדן, און אין 1939, שוין נאָך דעם ווי אַהין זײַנען אַרײַנגעקומען ניט ווייניק איבערוואַנדערער, איז די צאָל ייִדישע תּושבֿים פֿון דעסטוועגן געפֿאַלן ביז 7,312 און זיי האָבן געשאַפֿן נאָר 22 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿון דעם ראַיאָן. ווען די דײַטשן האָבן אין 1941 פֿאַרכאַפּט יענעם טייל אוקראַיִנע, האָט זיך דאָרטן טראַגיש געשלאָסן דאָס לעצטע זײַטל פֿון דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן ראַיאָן. איך האב אפטSubmitted by בענדעט on Wed, 2010-07-28 17:35.
איך האב אפט געהערט פוך די קאלאניעס אבער ליידער גארניט געוווסט. א שיינעם דאנק. |