פֿאַרשײדנס

דאָס לעבן אינעם קליינעם שטעטעלע קאָראַל־ספּרינגס אין פֿלאָרידע, קען זײַן שטאַרק קאַלעמוטנע און מאָנאָטאָן, אַפֿילו מיט די קינדער און אייניקלעך אַרום מיר, זיי זײַנען פֿאַרנומען מיט זייערע געשעפֿטן און איך דאַרף הנאה האָבן פֿון דער זון, פֿונעם באַסיין און פֿון דעם אַרום. אַ נעכטיקער טאָג. קאָראַל־ספּרינגס איז נישט ניו־יאָרק וווּ עס פּולסירט טאָג און נאַכט מיט לעבן. קען מען דאָך נישט האָבן ביידע וועלטן אין איינעם. קוקט מען אַרײַן אין צײַטונג און איך דערזע, אַז לעבן אונדזער שטעטעלע איז פֿאַראַן אַ שרײַבער־קאַפֿע. נו, דאָס האָט מיך שוין אינטריגירט און אויפֿגעהײַטערט. וואָס קען דאָס זײַן? און ווער זײַנען די שרײַבער?

כאַפּ איך מײַן מאַשינקעלע און לאָז זיך אַראָפּ אין דערבײַיקן שטעטעלע וווּ עס טרעפֿן זיך די שרײַבער אַרום אַ ברייטן טיש, סײַ זומער, סײַ ווינטער. זומער ציילן זיי אַרום צען, און ווינטער אַרום צוואַנציק, ס׳רובֿ עלטערע מענטשן מיט אויסנאַמען, און זיי לייענען פֿון זייערע באַשרײַבונגען וועגן אַלערליי געשעענישן אין זייער לעבן. אַ טייל לייענען אַ קאַפּיטל פֿון אַ פֿולן ראָמאַן. צווישן די לייענער געפֿינט זיך אַן אָנפֿירערין, אַ קליינינקע, אַ זשוואַווינקע, אַ שיינינקע סימפּאַטישע דאַמע. אָנגעטאָן איז זי אַלע מאָל אין זײַדנס מיט צירונג אַרום האַלדז. זי טראָגט הויכע אָפּצאַסן און זעט נישט אויס איר עלטער. זי פּראָקלאַמירט פֿאַר כּל־עם־ועדה אַז זי איז שוין אַן אַכציקער, אָבער קוקנדיק אויף אירע זשוואַווע באַוועגונגען וואָלט איך געשוווירן אַז זי איז אין די פֿופֿציקער. נאָך יעדערנס לייענעכץ גיט זי איר קריטיק שׂכלדיק, גוטמוטיק און באַהאַוונט אין דער קונסט פֿון שרײַבערײַ. זי אַליין שרײַבט פּאָעזיע, אָבער זעלטן ווען זי לייענט פֿאָר פֿון די אייגענע ווערק.

צווישן די אַזוי־גערופֿענע שרײַבער, זײַנען פֿאַראַן ס׳רובֿ ייִדן, באַשפּרענקלט מיט נישט ייִדישע פֿרויען. צווישן זיי אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנערין וועלכע שפּילט די ראָלע פֿון אַ מבֿינטע אויף ליטעראַרישער קונסט, כאָטש זי באַנעמט ווייניק ווען עס קומט צו ייִדישע אָדער אירלענדישע טעמעס. גיט זי זיך אָפּ דער עיקר מיט אַפֿראָ־אַמעריקאַנער געשיכטלעכע העלדן און דריקט עס אין קריסטלעכע אויסגאַבעס. דאָס איז איר צווייטע נאָוועלע, און די גרופּע ווײַזט אַרויס גרויס אײַנזעעניש, כאָטש ס׳איז מאָנאָטאָן און נישט אינטערעסאַנט. קיינער וויל נישט אָנרירן איר ווירדע.

בײַ דער זײַט זיצט אַלע מאָל אַ פֿעט־לײַביקע סימפּאַטישע פֿרוי. זי שרײַבט שוין איר צווייטן ראָמאַן, אָבער קען נישט בשום־אופֿן געפֿינען קיין שרײַבער־אַגענט וועלכער זאָל זי רעפּרעזענטירן. די חבֿרהמאַנטע איז אַ טאַלאַנטירטע שרײַבערין. זי איז פֿעיִק אָפּצושילדערן אַ סצענע וואָס איז לײַכט זי נאָכצופֿאָלגן און אַ סך מאָל באַוווּנדערן איר שרײַבערישע קראַפֿט בײַם שילדערן איר אירלענדישע משפּחה און ווי אַזוי זיי האָבן זיך דאָ אַרויפֿגעאַרבעט און איבערגעלאָזט פֿאַר די קינדער אַ קליין פֿאַרמעגן. זי באַשרײַבט איר קינדהייט אין וואַשינגטאָן־הײַטס אין מאַנהעטן, וווּ די מאַמע מיט דער שוועסטער לייגן אײַן וועלטן זי צו פֿאַרשדכנען, אָבער ס׳איז נישט געגאַנגען. די בחורים האָבן געזוכט מיידלעך וואָס פֿלעגן מיטשטימען מיט זיי, מיידלעך אָנעם אייגענעם שׂכל און, דער עיקר, זײַנען זיי נישט אײַנגעגאַנגען אויף שווער־לײַביקע מיידלעך.

וואָכן־לאַנג בין איך געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז זי איז אַ ייִדישע, ביז זי איז אַריבער צו איר אירלענדישער משפּחה, נײַע אימיגראַנטן מיט ליידיקע טאַשן. מיט דער צײַט זײַנען זיי געוואָרן אייגנטימער פֿון פֿינף צוויי־שטאָקיקע געבײַדעס אין ברוקלין, וועלכע זײַנען אַריבער צו קינדער נאָך זייער פּטירה.

אַ קאַנאַדער ייִדישע פֿרוי אין די זעכציקער, וועלכע איז גאָר דאָ אין די ווינטער־חדשים שרײַבט אַ נאָוועלע וועגן אַ רבין, אַ גרויסן שווינדלער, און האָט שוין אַ פֿאַרלאַג וואָס וויל דרוקן אַלע אירע ווערק.

די מענער באַשרײַבן זייערע אויטאָביאָגראַפֿישע מאָמענטן, ווי דער ים האָט פֿאַרפֿלייצט אין די פֿערציקער יאָרן די סיגייט־געגנט אין ברוקלין, און געטריפֿט מיט בענזין. אַזוי, אַז ס׳איז נישט קיין נײַעס די הײַנטיקע טראַגעדיע מיט דעם נאַפֿט וואָס פֿאַרפֿלייצט דעם גאָלף.

אָבער דאָס אינטערעסאַנטסטע האָט דערציילט, און נישט באַשריבן, די אָנפֿירערין. זי האָט זיך פּלוצעם צערעדט, און אונדז באַקענט מיט אַן עפּיזאָד פֿון איר לעבן. זי דערציילט, אַז אַמאָל איז זי געווען שטאַרק פֿאַרמעגלעך, געלעבט צוזאַמען מיט אירע פֿינף קינדער אין אַ טײַערער ווילע אין פּאַלם־ביטש, דאָס רײַכסטע שטעטל אין פֿלאָרידע. זי האָט געלעבט מיט איר מאַן און קינדער אין אַ הויז וואָס האָט געציילט זיבעצן שלאָפֿצימערן, געהאַלטן דינסטן און משרתים און קיין מאָל נישט געוווּסט וויפֿל זיי פֿאַרמאָגן. אין דער אמתן האָט עס זי נישט אינטערעסירט. דער עיקר איז דאָס לעבן געפֿלאָסן מיט פֿאָנטאַנען פֿון לוקסוס. דער מאַן האָט אויסגעהאַלטן אַלע זייערע געברויכן און זי האָט קיין מאָל נישט געזאָרגט וועגן דעם מאָרגנדיקן טאָג.

איז געקומען אַ טאָג ווען דער מאַן האָט פֿון איר געפֿאָדערט אַ גט. ער האָט דערווײַל אויסגעליידיקט די גאַנצע קאָנטע אין באַנק, אָפּגעשניטן אַלע קרעדיט־קאַרטלעך און זי איבערגעלאָזט אָן אַ גראָשן געלט בײַ דער נשמה. דאָס הויזגעזינד האָט גענומען הונגערן און זי איז געווען געצוווּנגען צו ווענדן זיך נאָך ״Food-stamps״ (געלט אויף שפּײַז) פֿון דער נאַציאָנאַלער פֿאַרזיכערונג. וואָס זשע טוט מען? האָט זי זיך נישט געקענט מוחל זײַן.

איין אויפֿדערנאַכט האָט זי גענומען איר לוקסוס־אויטאָ און זיך אַרויסגעלאָזט איבער די גאַסן פֿון פּאַלם־ביטש מיט טרערן אין די אויגן. אַזוי אַרומפֿאָרנדיק האָט זי באַמערקט, אַז די גבֿירים שמײַסן אַרויס אין מיסט טײַערע שטולן און טישלעך, לעמפּ און בילדער. זי האָט זיך גוט געקענט אויף אַנטיקן, איז זי אַרויס פֿונעם אויטאָ און גענומען באַקוקן די אַרויסגעוואָרפֿענע סחורה. זי האָט די שטולן מיט די טישלעך, די לעמפּ און די בילדער אַרײַנגעפּאַקט אין איר אויטאָ און הײַדאַ אַהיים. דאָרט האָט זי אַלץ אַרײַנגעשטעלט אין גאַראַזש, גערופֿן די דינסט וועלכע איז נאָך מיט איר פֿאַרבליבן, און גענומען אַרומפֿאָרן צוזאַמען איבער די גאַסן פֿונעם רײַכסטן שטעטל זוכנדיק אַנטיקן אין מיסט. איין זאַך איז איר נאָך פֿאַרבליבן פֿון דער היים, זי האָט געקענט די מלאָכה פֿון פֿאַרריכטן און באַנײַען אַנטיקן. קיין צימערן האָבן איר נישט געפֿעלט אין הויז, האָט זי מיט דער סחורה גענומען אָנפֿילן די זיבעצן שלאָפֿצימערן, און אַזוי אַ יעדע נאַכט פֿלעגט זי מאַכן די נאַכטיקע עקסקורסיעס איבער דעם נגידישן שטעטל ביז זי האָט אָנגעזאַמלט אַ גאַנצע ריי פֿון די אַרויסגעוואָרפֿענע אַנטיקן. זי האָט זיי אָפּגעפֿאַרבט, פֿאַרריכט און באַנײַט, אַוועק צו אַן אַנטיקן־געשעפֿטסמאַן. די אַנטיקן־הענדלער זײַנען געווען אַנטציקט און איר געצאָלט גוטע געלטער פֿאַר דער סחורה.

מיט דער צײַט האָט זי געדונגען אַ גרויסן לאַסטאויטאָ און גענומען זיך גריבלען אין די מיסטקאַסטנס ביז זי האָט געפֿונען אוצרות וואָס די גבֿירים האָבן אַרויסגעוואָרפֿן. מיט דער צײַט האָט זי אײַנגעאָרדנט אַן אַנטיקן־געשעפֿט אין איר הויז און געעפֿנט דאָס פֿאַר די רײַכע דאַמעס וואָס האָבן ליב אַנטיקן. דער עולם האָט גענומען שטראָמען, די אַנטיקן־הענדלער האָבן איר אָנגעבאָטן גוטע געלטער פֿאַר דער אָנגעזאַמלטער סחורה — פֿון אַן עסצימער מיט געשיר ביז בעטן און שאַפֿעס פֿאַרן שלאָפֿצימער. זי האָט אַפֿילו געפֿונען אַ טײַערן קלאַוויר און גערופֿן אַ מבֿין דאָס צו פֿאַרריכטן און טאָנירן.

זעט אויס, אַז די רײַכע פֿלעגן ווערן מיד פֿון זייער מעבל, פֿון זייערע צאַצקעס און בילדער. פֿלעגן זיי דאָס אַרויסוואַרפֿן אויפֿן מיסט אָן אַ פּינטל מיט אַן אויג.

מיט דער צײַט, דערציילט אונדז ווײַטער די אָנפֿירערין פֿון דער שרײַבער־קאַפֿע, איז זי געוואָרן רײַך, אָן דער הילף פֿון איר פֿאָריקן מאַן און טאַטע פֿון אירע קינדער. ער האָט זיי אַוועקגעוואָרפֿן ווי מען שמײַסט אַרויס דאָס פֿאַראַיאָריקע מעבל. זי האָט דערווײַל פֿאַרקויפֿט איר לוקסוס־הויז, אַוועקגעצויגן זיך אין אַן אַנדער שטעטל, אויסגעגעבן קינדער אין פֿריידן, און זיך פֿאַרזאָרגט ביזן הײַנטיקן טאָג.

די גרופּע אַזוי־גערופֿענע שרײַבער איז געבליבן זיצן שטום. אָט די קליינינקע שוואַרץ־חנעוודיקע דאַמע האָט זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן די אמתע בריה און אויפֿטוערקע. אין די אַלע יאָרן וואָס זי פֿירט אָן מיט דער גרופּע פּאָטענציעלע שרײַבער האָט קיינער זי נישט חושד געווען אין איר גרויסער בריהשאַפֿט.

די געשיכטע האָט זי אונדז דערציילט און נישט באַשריבן. איך האָב דווקא געוואָלט וויסן פֿאַרוואָס זי האָט אַזאַ עפּיזאָד פֿון איר לעבן נישט אויפֿגעכאַפּט אויף פּאַפּיר. זעט אויס, אַז זי האָט זיך גוט געקענט אויף יענעמס טאַלאַנט צום שרײַבן, בעת זי אַליין האָט זיך באַנוגנט מיט קליינע פּאָעמעלעך. גיי פֿאַרשטיי אַ וועלט?