דוד באָטוויניק |
מעל קאָרן, אַ געוועזענער תּלמיד אין די מאָנטרעאָלער "פֿאַראייניקטע תּלמוד־תּורהס", געדענקט נאָך הײַנט ווי דער מוזיק־לערער, "מר. באָטוויניק" פֿלעגט אַרײַנקומען אין קלאַס, צעטיילן די מימעאָגראַפֿירטע לידער־בויגנס, וואָס האָבן נאָך געשמעקט מיטן אַלקאָהאָל פֿון דער מימעאָגראַפֿיר־מאַשין, און פּרוּוון אײַנשטילן די "ווילדע" תּלמידים. פֿינף און פֿערציק יאָר שפּעטער האָט קאָרן חרטה, וואָס זיי האָבן זיך אויפֿגעפֿירט אַזוי ווילד, אָבער עד־היום זינגט ער די יום־טובֿ־לידער, וואָס דער לערער דוד באָטוויניק האָט מיט זיי געלערנט. דעם חודש האָט דער מאָנטרעאָלער קאָמפּאָזיטאָר, דוד באָטוויניק, לאַנג באַקאַנט ווי אַ פֿײַערדיקער ייִדישיסט און שאַפֿערישער כּוח אין זײַן שטאָט, אַרויסגעגעבן אַ לוקסוס־אַלבאָם פֿון זײַנע קאָמפּאָזיציעס צו באַגלייטן ייִדישע לידער.
אין דעם גרויס־פֿאָרמאַטיקן האַרט באַטאָוולטן באַנד קען מען געפֿינען צען אָריגינעלע לידער מיט מוזיק און ווערטער פֿון באָטוויניק. דער עיקר, אָבער איז, אַז דער באַנד באַשטייט פֿון זײַן מוזיק צו דער פּאָעזיע פֿון די דיכטער מ. מ. שאַפֿיר, אַבֿרהם סוצקעווער, לייב נײַדוס, וואָלף יונין, י. י. סעגאַל, אײַדע מאַזע, און אַנדערע. אינעם אָפּטייל פֿון קינדער־לידער האָט ער געשאַפֿן מוזיק צו די לידער פֿון מאַטעס אָליצקי, שמואל צעסלער, און שמעון פֿרוג. אונטער די נאָטן פֿון יעדן ליד קען מען לייענען סײַ די ווערטער אויף ייִדיש, סײַ די ייִדישע ווערטער אָנגעשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות.
די מוזיקאַלישע דערציִונג פֿון דוד באָטוויניק איז געווען סײַ ברייט, סײַ טיף, נישט געקוקט אויף זײַנע וואָגלענישן. ער איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע, אין 1920, און ווי נאָך אַ קליין קינד האָט ער באַגלייט דעם טאַטן אין שטאָטשול צו הערן די חזנים וואָס פֿלעגן דאָרטן אויפֿטרעטן. דער יונגער דוד האָט אָנגעהויבן צו ביסלעך זינגען, און די שכנים האָבן געזאָגט זײַן מאַמע, אַז "ער וואַקסט אַ חזן".
באָטוויניק האָט געזונגען אין די כאָרן פֿון דער שטאָטשול און פֿון דער כאָרשול. זײַן טאַטע האָט שטאַרק געמוטיקט דעם זון אין זײַן מוזיקאַלישער בילדונג און האָט געדונגען אַ פֿרומען בחור, ער זאָל מיט אים לערנען נאָטן און מוזיקאַלישע טעאָריע.
ווען דאָס וווּנדערקינד פֿון זיבן יאָר, נחומל עפּשטיין, איז אויפֿגעטראָטן אין ווילנע און געלאָזט אַ שטאַרקן רושם אויפֿן עולם, האָט באָטוויניקס טאַטע געטראַכט, אַז אויך זײַן קינד קען אויפֿטרעטן ווי אַ וווּנדערקינד. האָט דער יונגער דוד, צו 12 יאָר זיך געלערנט ווי צו דאַוונען פֿאַרן עמוד, און איז אויפֿגעטראָטן אין פֿאַרשיידענע שילן אין ווילנע. דער טאַטע האָט געוואָלט, ער זאָל זיך לערנען שפּילן פּיאַנע, אָבער געלט אויף דעם איז נישט געווען. צום גליק האָט אַ שכנטע אים אָנגעהויבן לערנען פּיאַנע, און אים געלאָזט ניצן איר אינסטרומענט.
אין ווילנע איז צו יענער צײַט געווען אַ קאָנסערוואַטאָריע, "דער ייִדישער מוזיק־אינסטיטוט", וווּ אַלץ האָט מען געלערנט אויף ייִדיש. די לימודים פֿלעגן פֿאָרקומען אין די קלאַסצימערן פֿונעם "רעאַל־גימנאַזיום", נאָך די לימודים. אין דער מוזיק־שול האָט דער באַקאַנטער כאָר־דיריגענט אַבֿרהם סליעפּ מיט אים געלערנט "סאָלפֿעדזשיאָ" (דאָס קענען זינגען גלײַך פֿון די נאָטן). מיטן לערער רפֿאל רובינשטיין האָט ער שטודירט מוזיק־טעאָריע. אויך פֿון רובינשטיין האָט ער זיך געלערנט ווי צו שרײַבן נאָטן "שיין און דײַטלעך" און ווי אַ נאָטן־שרײַבער האָט ער שפּעטער אַ ביסל פֿאַרדינט. אויך ווי אַ סופֿליאָר בײַ די אָפּערעס אין ווילנע האָט ער געאַרבעט. די אָפּערעס האָבן אים אינספּירירט און דער 18־יעריקער דוד באָטוויניק האָט געחלומט צו שאַפֿן אַן אייגענע אָפּערע אויף ייִדיש... אָבער דער חלום איז צעשטערט געוואָרן מיטן חורבן.
אַ בוך " פֿון חורבן צום לעבן" |
בעתן חורבן האָט ער פֿאַרלוירן די גאַנצע משפּחה. זײַנע ערשטע לידער האָט ער געשאַפֿן צום סוף פֿון דער מלחמה אין 1945, ווען ער האָט אין אַ פּוילישן דאָרף געפֿונען אַ פּיאַנע און בויגנס פּאַפּיר. באָטוויניקס חורבן־ליד "רחלע", האָט שוין דער "אַרבעטער־רינג־כאָר" געזונגען אין ניו־יאָרק אין 1946. אַ דאַנק דעם האָט זײַן מומע, ראָזע, אויסגעפֿונען, אַז ער לעבט. אין לאָדזש, אין 1946, האָט ער געוווינט אין אַ פּועלי־ציוניסטישן קיבוץ און זיך באַקענט מיט שמערקע קאַטשערגינסקי, וועלכער האָט אים געבעטן שאַפֿן די מוזיק צו צוויי פֿון זײַנע לידער. די צוויי לידער — "חלוצים־ליד" און "מען רופֿט מיך מיליאָן" — האָט מען געזונגען אין פֿאַרשיידענע ערטער. באָטוויניק האָט אויך פֿאַרשריבן די נאָטן צו אַ סך חורבן־לידער אין קאַטשערגינסקיס באַנד "לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן", וואָס איז אַרויס אין ניו־יאָרק אין 1948.
דערנאָך איז באָטוויניק געפֿאָרן קיין רוים, און ווײַטער שטודירט מוזיק, וווינענדיק אין אַ בונדישן "קיבוץ". ער האָט דאָרטן חתונה געהאַט מיט אַן איטאַליענישער ייִדישקע און געקומען קיין קאַנאַדע אין 1956 מיט אַן אַכט יעריק טעכטערל. זיי האָבן געהאַט נאָך דרײַ זין.
אין מאָנטרעאָל האָט ער געפֿונען אַ רײַכע ייִדישע קולטור — די צײַטונג "קענעדער אָדלער", די "ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק", ייִדישע שולן און ייִדישע שרײַבער. ער האָט באַלד געפֿונען אַרבעט ווי אַ מוזיק־לערער אין דער "פּרץ־שול" און אין "די פֿאַראייניקטע תּלמוד־תּורה־שולן". מיט דער טעאַטער־רעזשיסאָרין, דאָראַ וואַסערמאַן, האָט ער מיטגעאַרבעט אין עטלעכע מוזיקאַלישע פּראָיעקטן.
די מאָנטראָלער משפּחה באָטוויניק שמט איבער דער וועלט, ווי שטיצערס און קעמפֿערס פֿאַר ייִדיש. לייבל באָטוויניק, לעבט הײַנט אין ישׂראל און האָט מחבר געווען אַ פֿאַנטאַסטישן ראָמאַן אויף ייִדיש. צוזאַמען מיט זײַנע ייִנגערע ברידער, סענדער און יאַנקל, האָט ער אַרויסגעגעבן דעם יוגנט־זשורנאַל "דער נײַער דור" אין מאָנטרעאָל, צווישן אַנדערע פּראָיעקטן.
דער זון סענדער באָטוויניק האָט אַרײַנגעלייגט אַ ריזיקע אַרבעט בײַם צוגרייטן דעם באַנד "פֿון חורבן צום לעבן". געוויסע לידער האָבן אַ לענגערן אַרײַנפֿיר וועגן דער געשיכטע פֿון ליד און דאָס איז אָפֿט גאָר אינטערעסאַנט. למשל, מיר דערוויסן זיך, אַז צו 15 יאָר, אין ווילנע, האָט באָטוויניק געשאַפֿן די מוזיק צו אַ קינדער־פּיעסע, "בום און דריידל", וואָס איז דערשינען אינעם קינדער־זשורנאַל, "גרינינקע ביימעלעך".
לאָמיר האָפֿן, אַז ס׳וועט אין גיכן זײַן גרייט אַ קאָמפּאַקטל מיט די רעקאָרדירטע לידער, כּדי די שאַפֿונגען פֿון דוד באָטוויניק זאָלן קענען דערגרייכן אַ ברייטערן עולם. אין אַן אינטערוויו, וואָס סענדער באָטוויניק האָט, דורך דער אינטערנעץ, געגעבן דער אויסטראַליער ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט, אַלעקס דאַפֿנער, קען מען הערן דרײַ פֿון דוד באָטוויניקס אָריגינעלע לידער "רחלע", "פֿאַר אונדז איז דאָס לעבן פֿאַרבאָטן" און "זומער".
די ערשטע לידער מאַכן אַ רושם מיט זייער רײַפֿער עמאָציע און כּעס באַלד נאָכן חורבן; מוזיקאַליש זענען אַלע דרײַ שאַפֿונגען פֿאַרכאַפּנדיק און לײַכט צו געדענקען לאַנג נאָך דעם ווי מע הערט זיי. דוד באָטוויניק איז פֿון די געציילטע טיף ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן בײַם הײַנטיקן טאָג און דאָס בוך, זײַן לעבנס־ווערק, שפּיגלט ריכטיק אָפּ זײַן וויכטיקן צושטײַער צו דער ייִדישער קולטור.
דעם 8טן אויגוסט, וועט סענדער באָטוויניק אויפֿטרעטן מיטן זינגער ריטשאַרד לינעצקי בײַם "נאַציאָנאַלן ביכער־צענטער" אין אַמהערסט.