דער צווייטער מענטש אין "אַל־קײַדאַ", אײַמאַן אַז־זאַוואַכירי, האָט לעצטנס ווידער זיך אַראָפּגערעדט פֿון האַרץ און אויסגעגאָסן אַן עמער שמוץ אויף די קעפּ פֿון זײַנע שׂונאים. דאָס מאָל האָט ער אַרײַנגעזאָגט נישט נאָר דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ; עס האָבן געקראָגן זייער פּסק־דין אויך זײַנע מוסולמענישע ברידער, וואָס "העלפֿן אַרויס די ציוניסטן" אונטערצוהאַלטן דעם בויקאָט פֿון עזה — עגיפּטן, יאָרדאַניע, דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, די פֿירער פֿון סאַודיע... און אויב זיי "שטיצן" די ציוניסטן זײַנען זיי אַליין ציוניסטן.
אַזוי איז צו דער הײַנטיקער מחנה ייִדן־ציוניסטן צוגעקומען נאָך אַ נײַע קאַטעגאָריע "ציוניסטן" פֿון מוסולמענישן שניט. אַז די ייִדן־ציוניסטן טראָגן אַ סכּנה דער וועלט איז בײַם נומ' 2 קיין צווייפֿל נישטאָ; ער גייט אָבער נאָך ווײַטער און באַשטעטיקט, אַז "די אַראַבישע ציוניסטן זײַנען נאָך ערגער פֿון די ייִדישע". זעט אויס, אַז מע קאָן אים גלייבן!
בכלל אויסנוצן דעם באַגריף "ציוניזם", ווי אַ שאַנדצייכן איז גאָר נישט קיין נאָווינע. אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען מענטשן, וועלכע זײַנען געשטעמפּלט געוואָרן מיטן שרעקלעכן וואָרט "ציוניסט" האָבן זיך לאַנג אויף דער פֿרײַ נישט פֿאַרהאַלטן. אין סטאַלינס צײַטן פֿלעגט מען זיי פּשוט אומברענגען און אין די צײַטן פֿון "אַנטוויקלטן סאָציאַליזם" האָט מען זיי אָדער פֿאַרשפּאַרט אין אַ דולהויז, אָדער פֿאַרשיקט צו די ווײַסע בערן.
הײַנט רעדט מען אין רוסלאַנד גאָר אָפֿן וועגן ציוניזם, ווי "וועגן אַ געהיימער באַוועגונג, מיט אַ צעצווײַגטער נעץ איבער דער וועלט, וואָס אירע מיטגלידער זײַנען מענטשן מיט אוניקאַלע פֿעיִקייטן פֿון רעדן און הערן אין אַ קלאַנג־ספֿערע, וואָס קיינער, חוץ זיי אַליין, קאָן נישט אַנטדעקן. טאַקע אָט די מענטשן פּראַווען געהיים מיט דער וועלט." ס'איז נישט קיין אויסצוג פֿון אַ פֿאַנטאַסטישער דערציילונג; אונטער אַזעלכע "אַנטדעקונגען" שטייען נעמען פֿון באַקאַנטע רוסישע וויסנשאַפֿטלער.
די טעאָריע פֿון בין לאַדענס שטעלפֿאַרטרעטער איז נישט אַזוי ראַפֿינירט און וויסנשאַפֿטלעך באַגרינדעט, אָבער זי האָט זיך אירע מאָטיוואַציעס און דערווײַזט, פֿאַר וואָס אַ מוסולמענער קאָן זיך רופֿן "ציוניסט". אַזוי, למשל, ווערט דער עגיפּטישער פּרעזידענט כוסני מובאַראַק געקרוינט מיטן נאָמען "ציוניסט", מחמת ער "פֿאַרשטעלט זיך פֿון אונדזערע ברידער אין עזה מיט אַן אונטערערדישן צוים פֿון אײַזן. איז ער דען נישט דער אַראַבישער הויפּט־ציוניסט?" — טענהט נומ' 2 — "דער אײַזערנער צוים איז אַ שאַנדע פֿאַרן עגיפּטישן פֿאָלק, וואָס דערלויבט דעם אַראַבישן הויפּט־ציוניסט צו האַלטן פֿאַרשפּאַרט זײַנע ברידער!"
עכטע ציוניסטן זײַנען געוואָרן דער יאָרדאַנישער קיניג אַבדאַלאַ דער צווייטער און דער קיניג פֿון סאַודיע אַבדולאַ. "ווער שטעלט צו די אויסשפּיר־ידיעות פֿאַר דער אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער אויסשפּיר־אַגענטור?" — פֿרעגט נומ' 2 און ענטפֿערט גלײַך: "דער יורש פֿונעם פֿאַררעטער אַבדאַלאַ דעם ערשטן, דער זון פֿון כוסיין פֿון יאָרדאַניע."
אַ פֿאַרברענטער ציוניסט איז געוואָרן מאַכמוד אַבאַס, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע אין ראַמאַלאַ. "ווער העלפֿט דעם ׳מוסד׳ צו הרגענען די מאָדזשאַכעדן און פֿאַרכאַפּן זיי אויפֿן וועג צום הייליקן שליחות?" — פֿרעגט ווידער נומ' 2, און גיט באַלד אַן ענטפֿער: "דער אַראַבישער ציוניסט מאַכמוד אַבאַס!"
וואָס זשע האָט אַרײַנגעזאָגט נומ' 2 דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט און "ציוניסט" באַראַק אָבאַמאַ? קלאָר און פּשוט: "אָבאַמאַ, צי וועסט עס יאָ אָנערקענען, צי נישט, אָבער די מוסולמענער אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן האָבן דיך באַזיגט; אַזוי וועט זײַן אויך אין פּאַלעסטינע, אין סאָמאַלי און אין איסלאַמישן מאַגריב."
אויף קיין קללות שפּאָרט ער נישט, דער טעראָריסט נומ' 2, אײַמאַן אַז־זאַוואַכירי. וועט איר זאָגן, ווער הערט זיך דען צו צו די שוואַרצע עם־הארצישע רייד פֿון אַ פֿאַנאַטיקער?! די רעאַקציע וועט זײַן גאָר אין גיכן, ווי ס'איז געווען נאָך די פֿריִערדיקע זײַנע "ווענדונגען" — נײַע טעראָריסטישע אַטאַקן איבער דער וועלט. נײַע קרבנות, טויט און דער צוריקצי אין מיטל־עלטער.