מוזיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בוסיע גאָלדשטיין
בוסיע גאָלדשטיין

באָריס (בוסיע) גאָלדשטיינען האָט אָפּגעגליקט: ער איז געבוירן געוואָרן אינעם פּאַסיקן אָרט און אין דער פּאַסיקער צײַט. געבוירן געוואָרן אין אָדעס, וווּ דער מוזיקאַלישער הימל איז געווען באַשאָטן מיט אַזעלכע פֿידל־שטערן, ווי מישאַ פֿינכטענגאָלץ, יעקבֿ זאַק, דוד אויסטראַך, יעליזאַוועטאַ גילעלס, נתן מילשטיין, עדואַרד גראַטש און אַנדערע; איז דער קליינער3 בוסיע, בײַ זײַנע פֿינף יאָר, אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט צום גרויסן פֿידל־לערער פּסח (פּיאָטר) סטאָליאַרסקי. זיך אָפּגעלערנט בײַ אים פֿיר יאָר פֿאָרן די עלטערן אַריבער קיין מאָסקווע, וווּ דאָס וווּנדערקינד איז ממשיך זײַן לערע אין דער מוזיק־שול פֿאַר באַזונדערס־טאַלאַנטירטע קינדער בײַ דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע, אינעם קלאַס פֿון פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם יאַמפּאָלסקי.

דאָ, אין מאָסקווע, הייבט ער אָן זײַן קאָנצערט־טעטיקייט, און שוין אין 1933 באַטייליקט זיך בוסיע אינעם ערשטן אַלפֿאַרבאַנדישן פֿידל־קאָנקורס. אויפֿן קאָנצערט איז בײַגעווען סטאַלין, וואָס האָט פֿאַרבעטן דאָס ייִנגעלע אין זײַן טעאַטער־לאָזשע און אים געמאָלדן פֿאַרן געווינער פֿונעם קאָנקורס. שפּעטער מיט אַ יאָר האָט בוסיע אַרויסגעוויזן זײַן קונסט דעם גרויסן יאַשע חפֿץ. אין 1935 פֿאָרט גאָלדשטיין קיין וואַרשע, וווּ ער באַטייליקט זיך אינעם פּרעסטיזשפֿולן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנקורס אויף הענריק וועניאַווסקיס נאָמען. ער פֿאַרנעמט דאָס פֿערטע אָרט; דאָס צווייטע אָרט האָט געוווּנען דוד אויסטרײַך (דעמאָלט 27 יאָר אַלט).

צווישן די גרעסטע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנקורסן פֿון יענער צײַט איז געווען דער קאָנקורס אין בריסל אויפֿן נאָמען פֿונעם לעגענדאַרן פֿידלער עזשען איזאַיִ. אין 1937 האָט דער פֿאַרמעסט צונויפֿגענומען 56 בעסטע פֿידלער אין דער וועלט. בוסיע גאָלדשטיין האָט אויף דעם קאָנקורס געוווּנען דעם פֿערטן פּריז (דעם ערשטן האָט באַקומען דוד אויסטראַך). נאָך אַזאַ אָנערקענונג האָט די סאָוועטישע רעגירונג דערלויבט אויפֿצוטרעטן דעם יונגן טאַלאַנט מיט אַ טור איבער אייראָפּע. ער שפּילט אין פּאַריז, לאָנדאָן און בריסל. איך ברענג דאָ דעם תּמצית פֿון די קריטישע אָפּרופֿן נאָך די קאָנצערטן: "דער קליינער גאָלדשטיין וועט אין גיכן ווערן גרויס... ער פֿאַרכּישופֿט מיט זײַן שפּילן!"

אין ראַטן־פֿאַרבאַנד גופֿא אין דער צווייטער העלפֿט 1930ער יאָרן פֿלעגן זײַנע קאָנצערטן דורכגיין מיט גרויס דערפֿאָלג אין איבערגעפֿולטע זאַלן. דער פֿידלער איז געשטעלט געוואָרן אין איין ריי מיט אַזעלכע אָנערקענטע מוזיקער, ווי דוד אויסטראַך, לעאָניד קאָגאַן, גריגאָרי פּאָליאַקין; עס האָט אויסגעזען, אַז זײַן קאַריערע איז באַוואָרנט און פֿאַרזיכערט. ס'האָט אָבער אויסגעבראָכן די מלחמה און צוזאַמען מיט איר האָט די ראָד פֿון גאָלדשטיינס צוקונפֿט זיך אויך איבערגעדרייט.

ווי אַ סך אַנדערע אַרטיסטן, פֿאָרט דער פֿידלער אַרום איבער די פֿראָנטן און שפּילט פֿאַר די סאָלדאַטן, אויף די פֿאַבריקן, שפּיטאָלן, פֿליפֿעלדער... אין דער זעלבער צײַט איז ער ממשיך זיך צו לערנען אין דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע. אין 1943 שליסט מען אים פּלוצעם אויס און די סיבה איז — "דאָס דורכלאָזן במשך פֿון אַ האַלב יאָר די לעקציעס". אין דער אמתן, איז דער פֿידלער אין דער צײַט באַשעפֿטיקט געווען מיט קאָנצערטן אויף די ים־באַזעס פֿון צפֿון־פֿלאָט. אַלע זײַנע באַמיִונגען זיך צוריקצוקערן אין דער קאָנסערוואַטאָריע פֿאַלן דורך. עס האָבן אויך נישט געהאָלפֿן די ווענדונגען פֿון די אָנגעזעענע מוזיקער און קולטור־טוער אין קולטור־מיניסטעריום. אַלע ענטפֿערס זײַנען צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אין איין נוסח — ס'איז נישט כּדאי אים אויפֿצושטעלן זיך לערנען ווײַטער...

און דאָך האָט גאָלדשטיין באַקומען דעם גראַדויִר־דיפּלאָם פֿון אַ קאָנסערוואַטאָריע (אין 1953), אָבער אויפֿצוטרעטן מיט קאָנצערטן, אַרויסצולאָזן פּלאַטעס מיט זײַן אינטערפּרעטאַציע, שוין אָפּגערעדט פֿון אַרויספֿאָרן אויף גאַסטראָלן קיין אויסלאַנד — צו דעם איז דער וועג פֿאַר אים געווען פֿאַרמאַכט. וואָס מ'האָט דעם פֿידלער יאָ דערלויבט, איז צו אַרבעטן אינעם אָרקעסטער פֿון דער מאָסקווער פֿילהאַרמאָניע. און אַזוי גאַנצע 35 יאָר איז ער פֿאַרשפּאַרט געווען הינטערן "אײַזערנעם פֿאָרהאַנג" פֿון דער קאָנצערט־טעטיקייט.

פֿאַר וואָס זשע איז אַזוינס געשען? דער מוזיקאַלישער געזעלשאַפֿט האָט מען געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס "וווּנדערקינד איז נישט צו שטאַנד־געקומען". אַוודאי טרעפֿט זיך אַזוינס אין לעבן; ס׳האָט געקלונגען אמתדיק. דערפֿאַר האָבן טאַקע אַ סך פֿון זײַנע געוועזענע אָנהענגער אָנגעהויבן אין דעם גלייבן. פֿאַרטײַטשן עס ווי אַנטיסעמיטיזם — לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל. צווישן די ערשטע מוזיקער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען געווען אַזעלכע נעמען ווי דוד אויסטראַך, לעאָניד קאָגאַן, דער פּיאַניסט עמיל גילעלס וכּדומה. בלויז די עכטע ספּעציאַליסטן, וועלכע האָבן געהערט גאָלדשטיינען נאָך פֿאַר דער מלחמה, האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס באַשטימען דעם פֿידלער "ווי אַ נישט צו שטאַנד־געקומענער", איז אַ בלאָף, בפֿרט אַז אַרויסגעלאָזט איז דער דאָזיקער בלאָף פֿון די "הויכע פֿענצטער".

נישט זעלטן האָט מען געקאָנט הערן, אַז די סיבה פֿון אַזאַ פֿלוצעמדיקן בײַט אין זײַן שאַפֿערישער קאַריערע, שטעקט אין אים אַליין, אין זײַן אויפֿרײַסנדיקן כאַראַקטער, אין זײַן נישט אײַנגעהאַלטנקייט און קאַפּריזקייט. צוריק גערעדט, זײַנען דען פֿאַראַן "נישט קיין קאַפּריזנע" גרויסע טאַלאַנטן?! דערלויבט מיר אַרויסצוזאָגן מײַן אייגענע מיינונג פֿון בוסיע גאָלדשטיינס באַזײַטיקט ווערן פֿון דעם הויפּט־וועג פֿון דער סאָוועטישער מוזיקאַלער עליט.

נישט איין מאָל איז מיר אויסגעקומען צו הערן, אַז אין קינאָ, טעאַטער, וויסנשאַפֿט זײַנען דאָ צו פֿיל ייִדן. די סאָוועטישע טשינאָווניקעס פֿלעגן נישט איין מאָל בלײַבן שטיין פֿאַר דער דילעמע וועמען צו לאָזן אויף דער בינע און וועמען פֿאַררוקן הינטער דעם "פֿאָרהאַנג". פֿון דער אַנדערער זײַט, איז עס דאָך געווען אַ גוטע געלעגנהייט צו ווײַזן אין אויסלאַנד, אַז אין ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען אַלע גלײַך און מע מאַכט נישט קיין אונטערשייד צווישן ייִדן און נישט ייִדן. די דאָזיקע דילעמע פֿלעגט זיך לייזן אויף אַ געוויסן סטאַנדאַרט: פֿון איין זײַט צו פֿאַרהיטן אַ געציילטע צאָל "אויסגעוויילטע", און פֿון דער צווייטער זײַט שאַפֿן אייגענע "נאַציאָנאַלע קאַדרען". דעריבער זײַנען נישט ווייניק וווּנדערלעכע פּערזענלעכקייטן אין אַלע געביטן פֿון קונסט און וויסנשאַפֿט געבליבן שטעקן הינטערן "אײַזערנעם פֿאָרהאַנג" פֿון דער סאָוועטישער נאָמענקלאַטור.

די פֿאַלשקייט פֿון גאָלדשטיינס "דורכפֿאַל" איז אין גאַנצן דורכגעפֿאַלן נאָכן יאָר 1974, ווען דער פֿידלער־ווירטואָז האָט עמיגרירט קיין דײַטשלאַנד. שוין אין אַ האַלב יאָר אַרום נאָך זײַן קומען האָט ער געוווּנען דעם קאָנקורס פֿון פֿאַרנעמען די פּראָפֿעסאָרישע שטעלע אין דער העכסטער מוזיק־שול אין דער שטאָט ווירצבורג. גאָלדשטיין איז געוואָרן אין דײַטשלאַנד אַזוי באַקאַנט, אַז צו טרעפֿן צו אים אין קלאַס איז געווען גאָר נישט פּשוט. חוץ דעם, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט קאָנצערט־פּראָגראַמען איבער דער וועלט און וווּ ער זאָל נישט געווען שפּילן, איז עס געווען מיט גרויס דערפֿאָלג.

צום באַדויערן, האָט די שווערע קרענק איבערגעריסן זײַן לעבן אין יאָר 1987. דער פֿידלער איז באַערדיקט געוואָרן אין האַנאָווער אויפֿן ייִדישן בית־עולם.