קולטור
"אַפּאָקאַליפּסיס אין לילאָווע", מאַרק שאַגאַל, 1945
"אַפּאָקאַליפּסיס אין לילאָווע", מאַרק שאַגאַל, 1945
Credit: Ben Uri Museum

צוויי סקאַנדאַלן אַרום איין טעמע זײַנען אויסגעבראָכן אין מאָסקווע און לאָנדאָן. עס גייט די רייד וועגן דעם ווי ס׳ווערט פֿאָרגעשטעלט יעזוסעס קרייציקונג אין דער הײַנט־צײַטיקער קונסט. דער לאָנדאָנער מוזיי פֿון ייִדישער קונסט "בן־אורי" האָט מיט שטאָלץ מודיע געווען, אַז ער איז "דער ערשטער מוזיי אין בריטאַניע און דער ערשטער ייִדישער מוזיי אין דער גאָרער וועלט, וואָס האָט געוויזן די עוואָלוציע פֿונעם קרייציקונג־אימאַזש — פֿון דער קריסטלעכער איקאָנע ביז דעם אַלגעמיינעם אויסדרוק פֿון פּײַן."

אויף דער אויסשטעלונג מיטן נאָמען "קרייץ־צוועקן" ווערן פֿאָרגעשטעלט די ווערק פֿון 21 מאָדערנע קינסטלער אויף דער קרייציקונג־טעמע. דרײַ פֿון די קינסטלער זײַנען ייִדן; צווישן זיי: מאַרק שאַגאַל, וואָס האָט געמאָלט אַ גאַנצע סעריע בילדער מיט אַ "ייִדישן" יעזוס, ווי אויך די ענגלישע קינסטלער — שמואל באַק און עמנואל לווי. זייערע ווערק ווײַזן יעזוסן ווי אַ ייִדישן קדוש, אַ סימבאָלישע פֿיגור פֿון אַלע ייִדישע חורבן־קרבנות. דער קאַטאַלאָג פֿון דער אויסשטעלונג באַשטייט פֿון עטלעכע אַרטיקלען, וואָס פֿאָרשן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער קרייציקונג־טעמע אין קונסט. די באַקאַנטע ישׂראלדיקע קונסט־פֿאָרשערין זיווה עמישי־מײַזעלס גיט זיך אָפּ ספּעציעל מיט דער געשיכטע פֿון דער יעזוס־געשטאַלט בײַ ייִדישע קינסטלער, זינט דעם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט ביז הײַנט.

"די קרײַציקונג", עמנואל לוי, 1942
"די קרײַציקונג", עמנואל לוי, 1942
Credit: Ben Uri Museum
און הגם די טעמע פֿון יעזוס אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור איז ניט קיין נײַע און איז שוין גוט אויסגעפֿאָרשט דורך היסטאָריקער, האָט די אויסשטעלונג אַ פּנים אַרויסגערופֿן אַ שטיקל סקאַנדאַל אין דער ענגליש־ייִדישער סבֿיבֿה. אייניקע קאָנסערוואַטיווע שטיצער פֿון "בן־אורי" האָבן קריטיקירט דעם מוזיי פֿאַרן אויסקלײַב פֿון אַ טעמע, וואָס פּאַסט ניט, לויט זייער מיינונג, פֿאַר אַ ייִדישן מוזיי. אויף דעם האָט דער מיט־דירעקטאָר פֿון "בן אורי", פּאָל גלאַסער, דערווידערט, אַז דער קרייציקונג־מאָטיוו געהערט צו דעם עיקרדיקן קינסטלערישן רעפּערטואַר, און ווי אַ קינסטלערישער מוזיי איז "בן אורי" באַרעכטיקט צו ווענדן זיך צו דער דאָזיקער טעמע. אין תּוך גענומען, האָט די קריטיק גאָר ניט געשטערט דער אויסשטעלונג. פֿאַרקערט, דער קליינער סקאַנדאַל אין דער ייִדישער פּרעסע האָט צוגעגעבן אַ ביסל זאַלץ מיט פֿעפֿער. די אויסשטעלונג האָט באַקומען פּאָזיטיווע אָפּרופֿן אין די פֿירנדיקע ענגלישע צײַטונגען. דערבײַ האָט מען ספּעציעל אָפּגעמערקט די נײַע קניה פֿונעם מוזיי, שאַגאַלס "אַפּאָקאַליפּסיס אין לילאָווע", וואָס האָט באַקומען אויף דער אויסשטעלונג אַ געהעריקן סטיליסטישן קאָנטעקס.

"שטודיע 1", שמואל באַק, 1995
"שטודיע 1", שמואל באַק, 1995
Credit: Samuel Bak

גאָר אַנדערש אַנטוויקלט זיך די מאָסקווער געשיכטע. דאָ קומט פֿאָר אַ מישפּט איבער צוויי קוראַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג "פֿאַרווערטע קונסט", וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם סאַכאַראָוו־מוזיי אין 2007. אויף יענער אויסשטעלונג האָט מען אויך פֿאָרגעשטעלט פֿאַרשידענע קרייציקונג־אימאַזשן, אָבער אַנשטאָט דעם טראַדיציאָנעלן יעזוס־געשטאַלט זײַנען דאָרט געווען אַנדערע פֿיגורן און סימבאָלן, ווי למשל, אַ גוף מיטן סאָוועטישן לענין־אָרדען אַנשטאָט דעם קאָפּ.

דער ציל פֿון דער מאָסקווער אויסשטעלונג איז געווען צו קריטיקירן דעם וווּקס פֿון דער השפּעה פֿון דער פּראַוואָסלאַוונער קירך אויפֿן עפֿנטלעכן לעבן אין רוסלאַנד. די דאָזיקע קריטיק האָט טאַקע געטראָפֿן אין סאַמע פּינטעלע. אַ ראַדיקאַלע קריסטלעכע יוגנט־אָרגאַניזאַציע האָט באַשלאָסן, אַז די אויסשטעלונג האָט "באַליידיקט זייערע רעליגיעזע געפֿילן" און האָט אָנגעגעבן אַ קלאַגע אין געריכט, באַשולדיקנדיק די קוראַטאָרן. עס האָבן אויך ניט געהאָלפֿן די ספּעציעלע מיטלען צו באַשיצן די "געפֿערלעכע" עקספּאָנאַטן, ווי למשל, אַ וואַנט, וווּ מען האָט געקאָנט זען די בילדער בלויז דורך אַ ספּעציעל לעכל.

אַ קאָנטראָווערסאַל בילד בײַ דער אויסשטעלונג: "מיקי־מויז יעזוס"
אַ קאָנטראָווערסאַל בילד בײַ דער אויסשטעלונג: "מיקי־מויז יעזוס"

די גאַנצע מעשׂה האָט אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע פּראָטעסטן פֿון פֿאַרשידענע ווינקלען, און אַפֿילו בײַ די מענטשן, וואָס זײַנען כּסדר גאַנץ לאָיאַל צו פּוטינס מאַכט. דער פּרעסע־סעקרעטאַר פֿונעם מאָסקווער פּאַטריאַרך האָט געזאָגט, אַז עס איז ניט כּדי צו באַשטראָפֿן די קוראַטאָרן צו שטרענג, הגם אייניקע קריסטלעכע פּובליציסטן פֿאָדערן מע זאָל זיי פֿאַרמישפּטן צו אַ תּפֿיסה־טערמין.

דער אונטערשיד צווישן אָט די צוויי מעשׂיות איז בולט. קיין איין ענגלישער קריסט האָט זיך, דאַכט זיך, ניט געפֿילט "באַליידיקט" צוליב דער אויסשטעלונג פֿון יעזוס־געשטאַלטן אינעם ייִדישן מוזיי. בלויז אַ פּאָר ייִדן האָבן אַ ברום געטאָן, אַז "עס פּאַסט ניט"; אָבער דאָס רובֿ ייִדן האָבן אויפֿגענומען די אויסשטעלונג מיט אינטערעס. אין מאָסקווע האָט דער סקאַנדאַל אַרום דער אויסשטעלונג "פֿאַרווערטע קונסט" נאָך איין מאָל באַטאָנט, אַז די רוסישע געזעלשאַפֿט רוקט זיך צוריק צו דער אידעאָלאָגישער צענזור. דער פֿאַקט, אַז די קריסטלעכע "עפֿנטלעכקייט" האָט גענומען אויף זיך די ראָלע פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי איז ניט קיין חידוש, ווײַל אַ סך פֿון די הײַנטיקע קריסטלעכע אַקטיוויסטן זײַנען אַ מאָל געווען געטרײַע קאָמוניסטן.