פּובליציסטיק

דעם 28סטן יוני 1940, מיט 70 יאָר צוריק, האָט רומעניע געמוזט זיך צעשיידן מיט בעסאַראַביע און בוקאָווינע. בעסאַראַביע איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע נאָך דער טערקיש-רוסישער מלחמה אין 1806—1812, אָבער נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה און דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָט דעם שטח איבערגענומען רומעניע. אידעאָלאָגיש, האָט מען דעמאָלט געטענהט, אַז די מאָלדאָוואַנער און די רומענער האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איין פֿאָלק. די רוסישע, ווי אויך פּראָ-רוסישע, מאָלדאַווישע אידעאָלאָגן האָבן געקוקט — און קוקן נאָך אַלץ — אויף דעם אַנדערש: די מאָלדאָוואַנער זײַנען אַ באַזונדער פֿאָלק, כאָטש די שפּראַך, וואָס זיי רעדן, איז כּמעט אַזאַ ווי אין רומעניע. צו מאַכן דעם אונטערשייד נאָך שטאַרקער, האָט מען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געשריבן מאָלדאַוויש, נוצנדיק דעם קירילישן אַלפֿאַבעט.

אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען די מאָלדאַווישע רעפּובליק צונויפֿגעשטוקעוועט פֿון צוויי טיילן: בעסאַראַביע און די קליינטשיקע מאָלדאַווישע אויטאָנאָמע רעפּובליק, וועלכע מע האָט שוין געהאַט אין באַשטאַנד פֿון סאָוועטן-אוקראַיִנע. אַזוי איז עס פֿאַרבליבן, ווי בוימל מיט וואַסער, ביז דער צײַט, ווען דער גאַנצער סאָוועטישער בנין איז זיך צעפֿאַלן. דעמאָלט האָבן די פֿירער פֿון דער נײַ-אומאָפּהענגיקער מדינה, מאָלדאָווע, גענומען רעדן וועגן זייער רומענישן ייִחוס, וועגן איין פֿאָלק וואָס דער טראַגישער היסטאָרישער גורל האָט צעטיילט, און דעם שאַנס פֿאַר אַ נײַער פֿאַראייניקונג, וואָס דער מצבֿ פֿון די 1990ער יאָרן האָט זיי געגעבן.

דער געדאַנק, אַז מאָלדאָווע קען ווערן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון רומעניע, האָט איבערגעשראָקן די ניט-מאָלדאָוואַנער — דער עיקר, די רוסן און אוקראַיִנער, בפֿרט אין דעם חלק פֿון לאַנד, וואָס איז געווען סאָוועטיש נאָך איידער בעסאַראַביע איז, אין אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, אָפּגעהאַקט געוואָרן פֿון רומעניע. איז געוואָרן פֿריילעך. מע האָט פּראָקלאַמירט, אַז "די בײַ-דנעסטרישע רעפּובליק" טיילט זיך אָפּ פֿון מאָלדאָווע, און די רוסישע אַרמיי האָט די סעפּאַראַטיסטן שטילערהייט, ווי אויך ניט שטילערהייט, אונטערגעהאַלטן.

אין 1992 האָט זיך דער קאָנפֿליקט פֿאַרוואַנדלט אין אַ בירגערקריג, מיט הונדערטער אומגעקומענע. דער סוף איז (דערווײַל, לכל-הפּחות), אַז די בײַ-דנעסטרישע רעפּובליק, מיט דער הויפּטשטאָט אין טיראַספּאָל, עקזיסטירט ווי אַ באַזונדער, שטאַרק קאָרומפּירט מדינהלע, מיט בערך 500 טויזנט תּושבֿים. קיינער אָנערקענט ניט אָפֿיציעל די דאָזיקע מאָדנע רעפּובליק, וואָס דרוקט אַפֿילו אייגן געלט, האָט אַ פּאַרלאַמענט, אַרמיי און אַנדערע כּלומרשטע סימנים פֿון אַ מלוכה. עס האָט אויך אַ שטיקל אינדוסטריע — מאָלדאָווע, וואָס איז עקאָנאָמיש געווען גאַנץ אָפּגעשטאַנען אַפֿילו אויף דער סאָוועטישער שקאַלע, האָט דאָרטן געהאַט איר אינדוסטריעלן צענטער.

מע שאַצט אָפּ, אַז אַרום 60 פּראָצענט פֿונעם האָב־און־גוטס, וואָס געפֿיט זיך אין בײַ-דנעסטריע אין פּריוואַטע הענט, געהערט צו דעם רוסישן קאַפּיטאַל. די אָפֿיציעלע פּראָגראַם פֿון די היגע פֿירער איז, בכלל, אַזאַ: זיך סוף-כּל-סוף, אָפֿיציעל אָפּטיילן פֿון דער איצטיקער מאָלדאָווע און, אפֿשר, אַרײַנגיין אין באַשטאַנד פֿון רוסלאַנד. וועגן דעם האַלט אין איין רעדן דער "פּרעזידענט" פֿון דער מדינהלע, איגאָר סמירנאָוו. אַ סבֿרא, אַז די באַפֿעלקערונג פֿון זײַן "רעפּובליק", וואָס איז אויף צוויי-דריטל רוסיש אָדער אוקראַיִניש, האַלט אים טאַקע אונטער.

אַ חוץ די פּראָבלעמען פֿון עטנישער אידענטיטעט, ציט זיי ניט אין מאָלדאָווע אויך צוליב איר נעבעכדיקן עקאָנאָמישן ניוואָ. אַרום אַ דריטל פֿון דער מאָלדאָווישער באַפֿעלקערונג איז, סטאַטיסטיש, אָפֿיציעל אָרעם און די אַרבעטלאָזיקייט איז זייער הויך. דער נאַציאָנאַלער פּראָדוקט, וואָס ווערט אויסגעאַרבעט אויף יעדן בירגער, איז אַזאַ ווי אין סודאַן. דורכשניטלעכע חודש-שׂכירות זײַנען אַרום 200 דאָלאַר און מער פֿון אַ מיליאָן מאָלדאָוואַנער (די גאַנצע באַפֿעלקערונג איז 4.3 מיליאָן נפֿשות) אַרבעטן אין אויסלאַנד; בדרך-כּלל; ניט לעגאַל.

עס האַלט אויך שמאָל מיט דער פּאָליטישער סיסטעם. אין 2001—2009 איז עס געווען דאָס איינציקע לאַנד אין אייראָפּע, וווּ בײַ דער מאַכט זײַנען געווען קאָמוניסטן. נאָך הײַנט האָבן זיי 48 ערטער אין דעם פּאַרלאַמענט, און די פֿירנדיקע קאָאַליציע "פֿאַר אייראָפּעיִשער אינטעגראַציע", מיט אירע 53 דעפּוטאַטן, קען ניט געווינען גענוג שטימען, כּדי אויסוויילן דעם פּרעזידענט. אמת, זיי האָט זיך דעם 7טן יולי אײַנגעגעבן דורכצופֿירן אַ באַשלוס וועגן אַ רעפֿערענדום, דעם 5טן סעפּטעמבער. דער ציל איז: צו בײַטן די קאָנסטיטוציע און אײַנפֿירן נאַציאָנאַלע — אַנשטאָט פּאַרלאַמענטאַרע — פּרעזידענטישע וואַלן.

הגם די בײַ-דנעסטער-רעפּובליק מאַכט אַן אָנשטעל, אַז זי איז אַ ריכטיקע מלוכה, אָנערקענט קיינער ניט די פּעסער, וואָס ווערן דאָרטן אויסגעפֿאַרטיקט. דאָס הייסט, אַז כּדי זיך לאָזן ערגעץ פֿאָרן, מוז מען האָבן אַ לײַטישן פּאַס. בערך 120 טויזנט בײַ-דנעסטער-לײַט האָבן שוין געקראָגן רוסישע בירגערשאַפֿט, כּמעט 100 טויזנט זײַנען אוקראַיִנישע בירגער, און די איבעריקע נוצן מאָלדאַווישע פּעסער. בכלל, דער מישמאַש פֿון בירגערשאַפֿטן ווערט אין יענע מקומות נאָר שטאַרקער.

אין רומעניע, וואָס איז זינט 2007 אַרײַן אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, הערט מען ניט אויף צו חלומען וועגן אינטעגרירן מאָלדאָווע. אין דער לעצטער צײַט האָט מען צוגעטראַכט אַזאַ קונץ: די אויסלענדער, וואָס האַלטן זיך פֿאַר רומענער, קענען אַפּליקירן און באַקומען אַ רומענישן פּאַס. אין מאָלדאָווע, האָבן שוין 120 טויזנט לײַט געקראָגן אַזעלכע פּעסער, און נאָך 800 טויזנט וואַרטן, ווען זייערע פּאַפּירן וועט מען באַטראַכטן. די רומענער זאָגן צו אַרויסצוגעבן יעדן חודש צו 10 טויזנט פּעסער.

הקיצור, מע קען זיך ריכטן אויף "אינטערעסאַנטע" געשעענישן אין מאָלדאָווע. ס’איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז אַזאַ לאַנד וועט אַ מאָל גאָר פֿאַרשוווּנדן ווערן פֿון דער מאַפּע. די טעג האָט איגאָר סמירנאָוו געפֿירט אונטערהאַנדלונגען אין קיִעוו מיט די פֿירער פֿון אוקראַיִנע. טעאָרעטיש איז מעגלעך, אַז די "בײַ-דנעסטער-רעפּובליק" וועט אַרײַנגיין אין אוקראַיִנע, וווּ זי (מיט אַ ביסל אַנדערע גרענעצן) איז געווען ביז 1940. דאָס וואָלט געעפֿנט אַ וועג פֿאַר אַ פֿאַראייניקונג פֿון מאָלדאָווע מיט רומעניע.