ליטעראַטור
רחל בוימוואָל
רחל בוימוואָל

נישטערנדיק אין מײַן אַרכיוו האָב איך לעצטנס אָנגעטראָפֿן אויף אַ נומער פֿון "נײַע צײַטונג" פֿון 22סטן יוני 2000, פֿאַר וועלכן איך האָב געגרייט אַ זײַט געווידמעט דער נאָר וואָס פֿאַרשטאָרבענער טאַלאַנטפֿולער פּאָעטעסע רחל בוימוואָל. דערזען איר פֿאָטאָגראַפֿיע אין דער צײַטונג און, כאָטש מיר האָבן זיך קיין מאָל פּערזענלעך ניט געטראָפֿן, האָב איך דערשפּירט אַ בענקשאַפֿט, ווי איך וואָלט נאָך לאַנגע יאָרן באַגעגנט אַ כּמעט פֿאַרגעסענעם נאָענטן מענטש.

אַרבעטנדיק אין דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג, פֿלעג איך אָפֿט זײַן מיט רחל בוימוואָל אין קאָנטאַקט. זי פֿלעגט אונדז שיקן פֿון ירושלים, וווּ זי האָט געוווינט, אירע נײַע לידער און האָט אונדז אויך פֿאַרטרויט פּערזענלעכע בריוו פֿון איר אַרכיוו — פֿון חבֿרים און פֿון איר מאַן, דעם פּאָעט זיאַמע טעלעסין, פֿון מלחמה־יאָרן און פֿון נאָך דער מלחמה. מיט איר דערלויבעניש האָבן מיר אייניקע פֿון זיי געדרוקט.

איצט, בלעטערנדיק די כּתבֿ־ידן, געפֿין איך נאָך אַ בריוו פֿון טעלעסינען, וועלכער זאָגט עדות, וואָס פֿאַר אַ גליקלעך, פֿון גאָט געבענטשט פּאָרפֿאָלק, די צוויי דיכטער זײַנען געווען. טעלעסין שרײַבט צו רחלען אַ געגראַמטן בריוו פֿון טורקמעניע, וווּהין ער איז געווען אײַנגעלאַדן אויף מלוכה־פֿײַערונגען. ווי שטענדיק, ווענדט ער זיך צו איר "מאַמאָטשקע" און שרײַבט אויף זײַן הומאָריסטישן אופֿן:

"מאַמאָטשקע ליבינקע,

בײַ מיר האָט זיך געענדיקט די טינט אין הענטל. בין איך אַוועק אין קלייטל, געקויפֿט אַ בלײַער, גענומען אים פֿאַרשניצן. און...


ווען דו זאָלסט זײַן מיט מיר אָט איצט,

וואָלט איך דעם בלײַער ניט געשניצט,

און ניט באַדאַרפֿט כ’וואָלט נאָכאַנאַנד

אַראָפּצושאַרן מיט דער האַנט

די שפּענדעלעך פֿונעם פּאַפּיר,

וואָס ווערן דאַרף אַ בריוו צו דיר,

אין וועלכן איבערשיקן כ’זאָל

מײַן הייסן אָטעם און מײַן קול.

מײַן אויסגעבענקטקייט פֿונעם בליק,

וואָס ציט, ווי מיט אַ שטריק, צוריק

צו דיר פֿון ווײַטן קאַראַקום,

וווּ כ’בלאָנקע אין די זאַמדן אום..."


רחל בוימוואָל איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1914 אין אָדעס. איר פֿאָטער, יהודה־לייב בוימוואָל, אַ מחבר און רעזשיסאָר פֿון ייִדישע אָפּערעטעס און איינאַקטערס, איז אין די יאָרן פֿון רעוואָלוציע געווען דער איניציאַטאָר פֿון ערשטן צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִדישע אַרטיסטן אין קיִעוו. ער איז אומגעקומען פֿון מערדערישע הענט אין יאָר 1920, פֿאַר די אויגן פֿון זײַן קליין טעכטערל. אויך זי האָט שווער געליטן, מען האָט זי אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון דאַך און זי האָט לאַנג געקרענקט...

שפּעטער האָט די משפּחה געוווינט אין מאָסקווע, וווּ רחל האָט אין יאָר 1936 פֿאַרענדיקט די ייִדישע אָפּטיילונג פֿונעם ליטעראַרישן פֿאַקולטעט אין מאָסקווער אווניווערסיטעט.

אָנגעהויבן שרײַבן לידער האָט זי צו זעקס יאָר. אין איר זאַמלבוך "דרײַ העפֿטן", וואָס איז דערשינען אין יאָר 1979 אין ירושלים, דערקלערט זי: "אין די לעצטע צוויי העפֿטן גייען אַרײַן לידער, וועלכע איך האָב געשריבן פֿון זעקס ביז דרײַצן יאָר. די פֿריסטע דרוק איך לויט דעם הייסן פֿאַרלאַנג פֿון מײַן מאַמען, וועלכע האָט אין די צוואַנציקער יאָרן אין מאָסקווע, אַ הונגעריקע, אין אַ קאַלטן, פּוסטן צימער פֿאַרשריבן מײַנע ערשטע גראַמען, ניט איבעראַנדערשנדיק קיין איין וואָרט. דערנאָך פֿלעג איך צו די לידער מאָלן בילדלעך".

בײַ דער געלעגנהייט ווילט זיך מיר ציטירן אירס אַ שפּעטערדיק ליד פֿון דעם זעלבן זאַמלבוך — "אַ בריוועלע דער מאַמען":


צעווישן שאַפֿונגען פֿון וועלטישן באַטײַט

געשריבענע אין גראַמען און אָן גראַמען

שטייט ווי פֿאַרשעמט, אַ ביסל אָן אַ זײַט,

דאָס עלטסטע ווערק — אַ בריוועלע דער מאַמען.

עס האָט איין לייענער סך־הכּל אויף דער וועלט,

סע שרײַבט זיך אָפֿט מאָל מיט אַ פּראָסטן בלײַער,

נאָר די, וואָס וואַרט אויף אים, זי ליינט עס און קוועלט.

פֿאַר איר איז עס פֿאַרפֿאַסט. איר איז עס טײַער.

איז לייג זשע אָפּ, זײַ מוחל, אָן אַ זײַט

דאָס אַלץ, וואָס איז אוממעגלעך צו פֿאַרזאַמען.

ווײַל איינס נאָר קאָן פֿאַרשפּעטיקן די צײַט —

אַ בריוו, אַ בריוועלע דער מאַמען.


דאָס ערשטע בוך לידער אין ייִדיש פֿון רחל בוימוואָל איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אין מאָסקווע, ווען זי איז אַלט געווען 16 יאָר. ביזן יאָר 1948 זײַנען דערשינען נאָך פֿיר זאַמלביכער פֿון לידער און עטלעכע ביכלעך פֿאַר קינדער. פֿונעם סוף פֿערציקער יאָרן אָן שרײַבט זי אויך ביכער אויף רוסיש. אירע שאַפֿונגען פֿאַר קינדער זײַנען זייער פּאָפּולער און ווערן אַרויסגעגעבן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

ווען רחל בוימוואָל מיט זיאַמען טעלעסין און זייער זון יוליוס זײַנען אין יאָר 1971 עולה געווען און זיך באַזעצט אין ירושלים, שאַפֿן ביידע פּאָעטן אַ ריי ווערק.

זיאַמע טעלעסין איז געשטאָרבן מיט דרײַ יאָר פֿריִער פֿון זײַן פֿרוי. ווען ער איז אַוועק פֿון דער וועלט, האָט זי זיך שוין ניט געקענט אָפּמינטערן פֿון דעם קלאַפּ. זי האָט ניט געקענט קומען צו זיך, אָבער זי האָט געקענט... שרײַבן. איר ביכל פּאָעזיע "טרייסט און טרויער" (הונדערט נײַע לידער), מיט דער קורצער ווידמונג "מײַן זיאַמען", מיטן ציקל "שיבֿעה" איז, ווי געזאָגט, דערשינען אין יאָר 1998. די פּען איז געווען, ווײַזט אויס, דאָס איינציקע, וואָס פֿלעגט זי אויף אַ קורצער ווײַלע אָפּווענדן פֿון איר טרויער, איר שעפֿערישער כּוח האָט אָבער ניט געקענט אויפֿהאַלטן אירע פֿיזישע כּוחות, זי האָט געצאַנקט ווי אַ ליכט.


* * *

נישטאָ דער טאָג, איך זאָל פֿון דיר ניט טראַכטן,

נישטאָ די נאַכט עס זאָל זיך מיר ניט דאַכטן,

אַז כ’הער דײַן ליבן אָטעם אין דער שטיל

דעם שאַר פֿון דײַנע לאַטשן אויפֿן דיל...

זיי שטייען נאָך ביז איצטער לעם דײַן בעט,

דײַן טישל איז פֿאַרבעט מיט אַ סערוועט,

דער וועקזייגער צו דיר איז אויסגעקערט,

די ווײַזערס זעען ס’זאָל דיר זײַן ניט שווער.

דו וועסט דאָך מיר ניט אָנטאָן אַזאַ פּײַן!

דו ביסט דאָך דאָ, דו קענסט דאָך ניט ניט זײַן!

איך זאָג ווי אַלע מאָל: אַ גוטע נאַכט

...און אָט דערהער איך ווי דער טײַוול לאַכט...