פּערזענלעכקײטן
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַריאל צימקינד מיטן ספּאָרט־בעכער, וועלכן ער האָט באַקומען, ווען זײַן דערצויגלינג גאָטשאַ ציציאַשווילי האָט געוווּנען דעם טיטל פֿון וועלט־טשעמפּיאָן צווישן דערוואַקסענע
אַריאל צימקינד מיטן ספּאָרט־בעכער, וועלכן ער האָט באַקומען, ווען זײַן דערצויגלינג גאָטשאַ ציציאַשווילי האָט געוווּנען דעם טיטל פֿון וועלט־טשעמפּיאָן צווישן דערוואַקסענע

אַ געוויסן פֿרימאָרגן, מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, האָב איך, פֿאַרטאָן אין שטוב־ענינים, געהערט דורכן ראַדיאָ "רק״ע" (רעקאַ) אַ ידיעה וועגן אַ נײַעם רעקאָרד פֿון יוגנטלעכע ספּאָרטלער פֿון רחובֿות אונטער דער אָנפֿירונג פֿון זייער טרענירער אַריאל (ליאָווע) צימקינד. איך אינטערעסיר זיך ווייניק מיט ספּאָרט און דאָס וואָלט מיר מסתּמא אין איין אויער אַרײַן און צווייטן אַרויס, ווען ניט די פֿאַמיליע צימקינד: וועגן דער משפּחה האָב איך שוין אַ סך געוווּסט פֿון זייער פֿאָטער, אונדזערן אַ חבֿר פֿון רחובֿותער ייִדיש־קלוב משה צימקינד, אַן אַרבעטער־מענטש און דערבײַ אַן אויטאָדידאַקט; צוו״אַנד, אַ קענער פֿון ייִדיש, וועלכער האָט אין אונדזער זאַמלבוך פֿון קלוב "וועגן זיך און וועגן אַנדערע" (ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, תּל־אָבֿיבֿ, 2008) געשריבן וועגן זײַנע פֿינף זין. וועגן דעם צווייטן פֿון זיי, אַריאל (ליאָווע), וואָס איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1956, האָט דער פֿאָטער געשריבן, אַז ער איז אין דער קינדהייט געווען אַ שוואַך נפֿשל, און ווען ער איז אָנגעקומען אין שול האָבן זיי, די עלטערן זײַנע אַפֿילו ניט געלייגט קיין אַכט אויף דעם, ער זאָל זיך גוט לערנען — אַבי ער זאָל זײַן געזונט! ווען דער ייִנגל איז געווען אין 6סטן קלאַס, דערציילט דער פֿאָטער, איז ער איין מאָל געקומען אַהיים און געזאָגט, אַז מען האָט אים פֿאַרשריבן אין אַ סעקציע פֿון רינג־קאַמף. די עלטערן האָבן זיך פֿאַרוווּנדערט, אָבער געוואַרט, וואָס וועט זײַן ווײַטער. ליאָווע האָט אָנגעהויבן קומען אַהיים אַ צעמזיקטער. דער פֿאָטער האָט געבעטן זײַן פֿרוי (אַ לערערין), זי זאָל גיין צונעמען דעם קליינעם פֿון דער סעקציע, כּל־זמן ער איז נאָך אַ גאַנצער. זי איז אַוועק, דערציילט דעם לערער פֿון גימנאַסטיק, ווי שווער זיי איז אָנגעקומען צו שטעלן דאָס קינד אויף די פֿיס, אָבער דער לערער האָט געענטפֿערט, אַז ליאָווע פֿאַרמאָגט אַלע געהעריקע פֿעיִקייטן צו ווערן אַ גוטער ספּאָרטסמען, און אויב זיי, די עלטערן, וועלן אים צונעמען פֿון דער סעקציע, וועלן זיי אים, ווי ער האָט זיך אויסגעדריקט, קוילען אָן אַ מעסער.

ס׳איז אַדורך אַ ביסל צײַט, שרײַבט ווײַטער דער פֿאָטער, און ליאָווע האָט גענומען באַווײַזן, צו וואָס ער איז טאַקע פֿעיִק. זיי האָבן געלעבט אין ווײַסרוסלאַנד, אין מאָלאָדעטשנע, און ליאָווע האָט פֿאַרנומען דאָס ערשטע אָרט ווי אַ ספּאָרטסמען אין זײַן מיטלשול. דעם הויכפּונקט פֿון זײַנע דערפֿאָלגן האָט ער שפּעטער דערגרייכט, ווערנדיק צוויי מאָל דער טשעמפּיאָן פֿון דער ווײַסרוסישער סאָוועטישער רעפּובליק צווישן די יוגנטלעכע. נאָך דעם, ווי ער האָט פֿאַרענדיקט אין מינסק דעם אינסטיטוט פֿון פֿיזישער קולטור, האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט לײַב און לעבן דעם וועזן פֿון ספּאָרט. דינענדיק אין דער סאָוועטישער אַרמיי אין אַ טאַנקען־באַטאַליאָן, האָט ער זיך גלײַכצײַטיק פֿאַרנומען מיט דעם גריכיש־רוימישן רינג־קאַמף.

...וועגן זײַן ווײַטערדיקן לעבנסוועג דערציילט מיר אַליין דער איצט שוין עלטערער טרענירער פֿון קלאַסישן רינג־קאַמף אין רחובֿותער ספּאָרט־קלוב, אַריאל צימקינד. נאָך זײַן דינסט אין דער סאָוועטישער אַרמיי, וואָס האָט זיך פֿאַרענדיקט אין לעטלאַנד (דווינסק) הייבט ער דאָרט אָן צו אַרבעטן אין זײַן געביט. אין משך פֿון צען יאָר — פֿון 1979 ביז זײַן עליה קיין ישׂראל אין יאָר 1989 — האָט ער אויסגעשולט 9 ספּאָרט־מײַסטערס פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און טשעמפּיאָנען פֿון לעטלאַנד אין פֿאַרשיידענע אַלפֿאַרבאַנדישע טורנירן, געפֿאָרן מיט זיי איבערן גאַנצן לאַנד.

מיט אַזאַ באַגאַזש פֿון דערפֿאַרונג איז ער אָנגעקומען קיין ישׂראל. אָבער נאָך איידער ער האָט דאָ אין יאָר 1990 באַקומען דאָס אָרט פֿון אַ ספּאָרט־טרענירער אין שטאָטישן קלוב, האָט ער שוין געהאַט אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ לערער פֿון פֿיזקולטור אין אַן אָנפֿאַנגשול — מיט קינדער פֿון 1טן ביזן 6סטן קלאַס.

אין שול אַרבעט ער שוין דאָס 22סטע יאָר. ער דערמאָנט זיך דעם שווערן אָנהייב: ער האָט נאָך ניט געקענט קיין העברעיִש, און אין דער דאָזיקער שול זײַנען כּמעט ניט געווען קיין קינדער פֿון "עולים מרוסיה" — אויסער אָרטיקע שילער פֿון אַלט־געזעסענע משפּחות זײַנען געווען ייִדישע קינדער אָנגעקומענע מיט די עלטערן פֿון עגיפּטן, איראַק, איראַן... ס׳האָט אים אָבער אָפּגעגליקט. די אַטמאָספֿער אין שול איז געווען אַ גינסטיקע — סײַ די לערער און סײַ די קינדער האָבן אים געהאָלפֿן באַהערשן די שפּראַך און אין דער אַרבעט איז אַוועק אַ גאַנג.

דער טרענירער מיט זײַן ישׂראל־מאַנשאַפֿט פֿון יוגנטלעכע (ביז 17 יאָר) ספּאָרטלער אין קלאַסישן רינג־קאַמף — נאָך אַ פֿאַרמעסט מיט אַזאַ זעלבער קאָמאַנדע אין ליטע. דאָ — צו גאַסט בײַ די באַלעבאַטים אין טראָק, פֿאַרן אַרויספֿאָר אויף אַ טשעמפּיאָנאַט פֿון אייראָפּע קיין סערביע (יאָר 2010)
דער טרענירער מיט זײַן ישׂראל־מאַנשאַפֿט פֿון יוגנטלעכע (ביז 17 יאָר) ספּאָרטלער אין קלאַסישן רינג־קאַמף — נאָך אַ פֿאַרמעסט מיט אַזאַ זעלבער קאָמאַנדע אין ליטע. דאָ — צו גאַסט בײַ די באַלעבאַטים אין טראָק, פֿאַרן אַרויספֿאָר אויף אַ טשעמפּיאָנאַט פֿון אייראָפּע קיין סערביע (יאָר 2010)

"ס׳איז זייער וויכטיק", זאָגט ער, "וואָס איך האָב אָנגעהויבן אַרבעטן אין אַ ספּעציאַליטעט, וועלכע איך האָב ליב, און וואָס איידער איך בין אָנגעקומען אין לאַנד, האָב איך שוין דערוואָרבן די דערפֿאַרונג פֿון אַ טרענירער. די ערשטע רעזולטאַטן האָבן מיר אין דעם רחובֿותער ספּאָרט־קלוב דערגרייכט אין 3 יאָר אַרום, גרייטנדיק טשעמפּיאָנען פֿון ישׂראל פֿון גרופּעס אין עלטער ביז 17 און ביז 20 יאָר. נאָך 5 יאָר אַרבעט האָבן שוין אונדזערע רינג־קעמפֿער אָנטייל־גענומען אין טשעמפּיאָנאַט פֿון אינטערנאַציאָנאַלן ניוואָ, און נאָך 7 יאָר אַרבעט איז געקומען דער ערשטער זיג אין אַ וועלט־פֿאַרמעסט: אַ ייִנגל פֿון אָמסק (סיביר), יורי מאַרקמאַן, וועלכער איז אָנגעקומען אין לאַנד אין עלטער פֿון 13 יאָר, האָט אין יאָר 1997 פֿאַרנומען דאָס דריטע אָרט אין דעם וועלט־טשעמפּיאָנאַט פֿון יוגנט ביז 20 יאָר. ער האָט ווײַטער פֿאָרגעזעצט זײַן וועג אין ספּאָרט, שטודירנדיק גלײַכצײַטיק מעדיצין. הײַנט צו טאָג איז יורי אַ לעקטאָר אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און פֿאַרנעמט זיך מיט וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרש־אַרבעט.

"אין יאָר 1998", דערציילט ווײַטער דער טרענירער, "האָט אַ דערצויגלינג פֿון אונדזער קלוב 'מועדון קידום ההיאָבֿקות ברחובֿות׳, אויך פֿון דער גרופּע פֿון רינג־קאַמף ביז 20 יאָר, הענרי פּאַפּיאַשווילי, דער ערשטער אין ישׂראל דעראָבערט דעם טיטל פֿון אַ וועלט־טשעמפּיאָן. הענרי איז עולה געווען אין עלטער פֿון 14 יאָר, האָט זיך בײַ אונדז געגרייט, דערגרייכט זײַן ציל... 60 דעלעגאַציעס, וואָס זײַנען יענעם טאָג אָנגעקומען אויפֿן וועלט־פֿאַרמעסט קיין עגיפּטן, האָבן אינעם ספּאָרט־פּאַלאַץ געהערט די קלאַנגען פֿונעם ישׂראל־הימען 'התּיקווה׳..."

דער טרענירער דערציילט וועגן זײַנע יונגע ספּאָרטסמענער. דער צווייטער פֿון זיי, וואָס האָט מיט דער צײַט באַקומען דעם טיטל פֿון אַ וועלט־טשעמפּיאָן, איז געווען איוואַן אַלעקסאַנדראָוו, וועלכער האָט, זײַענדיק אַ יתום (די מאַמע איז געווען אַ ייִדישע), אַליין, מיט דער הילף פֿון סוכנות, זיך דערקליבן קיין ישׂראל. ער האָט אָנגעטראָפֿן אויף שוועריקייטן אין לעבן און צימקינד, וועלכער האָט אים אַרײַנגענומען וווינען צו זיך אַהיים (אין איין צימער מיט זײַן זון), האָט אים אונטערגעהאַלטן אין לערנען און ספּאָרט. "דאָס ייִנגל האָט געהאַט אַ זעלטענע אַרבעטספֿעיִקייט און אויסדויער", דערציילט זײַן לערער. דאָס ערשטע יאָר זײַנס, 1999, האָט איוואַנען קיין הצלחה ניט געבראַכט, קיין פּרײַז־געווינער איז ער אין אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרמעסט ניט געוואָרן. ער האָט אָבער ניט פֿאַרלוירן דעם מוט, ווײַטער געאיבט צו 6 שעה אַ טאָג, זיך געלערנט אויף די אייגענע פֿעלערן און דערגרייכט זײַן ציל: אין קומענדיקן, 2000סטן יאָר, האָט ער אין דער וואָג־קאַטעגאָריע 58 קילאָגראַם, אין וועלכער ער איז אויפֿגעטראָטן אויפֿן וועלט־פֿאַרמעסט אין פֿראַנקרײַך (אין דער שטאָט נאַנט), געוווּנען דאָס ערשטע אָרט. און ווידער האָט אויפֿן ספּאָרט־פּלאַץ געקלונגען דער הימען פֿון מדינת־ישׂראל...

"...אין אונדזער ספּאָרט־קלוב", דערציילט ווײַטער אַריאל צימקינד, "האָבן מיר צוגעגרייט אַ גרופּע טשעמפּיאָנען און פּרײַז־געווינער פֿון וועלט־טשעמפּיאָנאַטן, אין וועלכער ס׳גייען אַרײַן יעקבֿ מאַנאַשעראָוו, חיים טורפּיאַשווילי, וולאַדימיר גוראַלסקי. אָבער דעם הויפּט־טיטל פֿון וועלט־טשעמפּיאָן צווישן דערוואַקסענע אין דער וואָג־קאַטעגאָריע ביז 84 קילאָגראַם האָט דערגרייכט אין יאָר 2003, אין פּאַריז, אונדזער דערצויגלינג גאָטשאַ ציציאַשווילי. נאָך דעם, אין משך פֿון אַ יאָר, האָט ער רומפֿול פֿאַרענדיקט זײַן ספּאָרט־קאַריערע, אָנטייל־נעמענדיק אין דרײַ אָלימפּיאַדעס. אין דער מאַנשאַפֿט פֿון ישׂראל האָט ער דעראָבערט 5 מעדאַלן אויף וועלט־טשעמפּיאָנאַטן און טשעמפּיאָנאַטן פֿון אייראָפּע. איך מיין, אַז איך וואָלט ניט געקענט צוגרייטן קיין ספּאָרטלער פֿון אַזאַ ניוואָ, ווען ניט די אונטערשטיצונג פֿון דער רחובֿותער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג, פֿון די אָנפֿירער פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון רינג־קאַמף אין ישׂראל און פּשוט פֿון גוטע מענטשן, צווישן וועלכע איך לעב און אַרבעט. איך דאַנק זיי!"

אַגבֿ, האָבן אין יאָר 2003 ספּאָרט־לערער פֿון שולן אין לאַנד "פֿון חדרה ביז גדרה" אָנטייל־גענומען אין אַ קאָנקורס אין כּפֿר־סבא, אין וועלכן בלויז 8 האָבן באַקומען פּריזן און דעם טיטל "אויסגעצייכנטער לערער פֿון ספּאָרט". צווישן זיי איז געווען אַריאל צימקינד.

מיר פֿירן ווײַטער דעם שמועס. "אונדזער קלוב עקזיסטירט פֿון יאָר 1990 אָן", דערציילט דער לערער, "דער הויפּטציל, צו וועלכן מיר, די מיטגלידער פֿון טרענירער־ראַט שטרעבן — איז טאָן אַלץ, דער יונגער דור אונדזערער זאָל אין דער פֿרײַער צײַט זײַן פֿאַרנומען מיט מינים, וואָס זײַנען פֿאַר אים אינטערעסאַנט און נוצלעך. מיר באַמיִען זיך אַרײַנצוציִען אין אונדזער אַרבעט אויך די קינדער, וועלכע האָבן ניט קיין מעגלעכקייט צו געניסן פֿון סעקציעס און קרײַזלעך, וואָס פֿאָדערן אַ גרעסערן אָפּצאָל. כּדי די גאַס זאָל ניט אַוועקנעמען אויך די אָרעמערע קינדער און ניט אַרײַנציִען זיי אין נאַרקאָמאַניע און אַלקאָהאָליזם, וואָלט זיך געפֿאָדערט, אַז ספּאָנסערן זאָלן זיך מיט דער פּראָבלעם פֿאַראינטערעסירן; אַז בײַ אונדז אין ישׂראל זאָל אַ טרענירער געניסן פֿון אַ מלוכישן סטאַטוס (דאָס הייסט — די דאָזיקע אַרבעט זאָל זײַן פֿאַר אים די הויפּט־באַשעפֿטיקונג. צום באַדויערן, איז עס פֿאַקטיש בײַ אים אַ צוגאָבלעכע פּרנסה)..."

אומבאַמערקט איז צימקינד אַריבער אין אונדזער שמועס צו סאָציאַלע פּראָבלעמען, וואָס זײַנען איצט אין לאַנד אַזוי אַקטועל און מיט וועלכע מען האָט זיך לעצטנס אָנגעהויבן דירעקט צו פֿאַרנעמען. ביז וואָס ווען טוען אויף פֿיל, ווי מיר זעען, די ענטוזיאַסטן, צווישן אַנדערע אויך עולים חדשים, וואָס ברענגען אונדזער פֿאָלק און אונדזער לאַנד אַזוי פֿיל כּבֿוד.